צוברעך מיין סעלפאון... לאמיך זעהן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ריח_ניחוח
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2007 3:08 am
לאקאציע: אונטער די נאז

צוברעך מיין סעלפאון... לאמיך זעהן

תגובהדורך ריח_ניחוח » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 3:06 am

דו צעלייגער... נישט מיט מיר זאלסטו דיך אנהויבן ! פיץ פון דאנעט...

שוין געקומען די צייט פאר דעם אויכעט, די 'אומצוברעכבארע סעלפאון' איז ערשינען אויף די מארקעט פאר פארהעלטניסמעסיג צוגענגליכע פרייז קעגן אירע קאוזינעס וואס קאסטן אפ שווערע אלפים.

די שוועדישער פירמע "סאנים" האט אנאנסירט א נייע מאדעל סעלפאון וואס קען דראפן 10 פוס און ניטאמאל א קריץ וועט עס קריגן. קענסט עס רואיג מיטנעמען אין מקוה אריין זיך טובלען דערמיט רעדענדיגערהייט, נאו פראבלעמא. ס'ווערט שמוציג, לייג עס אריין אין סינק און וואש עס אפ, אבער נישט מער ווי א האלבע שעה.

לויט ווי די פירמע זאגט איז דא א פארלאנג דערויף פון די אינדוסטרי פון קאנטראקטערס און בויערס וכדומה, מענטשן וואס טוען שווערע פיזישע ארבייט און זייערע סעלפאונס זענען אויסגעשטעלט זיך צו צוברעכן אלע וויילע. אבער מיט דעם נייעס מאדעל וועט עס קענען פאלן, צעטרעטן ווערן, צעקלאפט ווערן מיט א האמער, אבער הילד איננו קיין קריץ וועט נישט זיין.

דער וואונדער איז צוזאמגעשטעלט פון קאמפרעסטע מעטעריאל מיט א שטארקע אנטי סקרעטש קאוטינג אויף די סקרין. ראבערנע סיעלס וואס זאפן איין שאק און פארמיידן וואסער.
אין די טעסטן איז עס געשטעלט געווארן אין א פיש-טאנק ווען אינמיטן האט עס געקלינגען ווייל עמיצער האט אריינגערופן. א אנגערייצט הונט האט עס צוביסן און גאר שנעל אויפגעגעבן. א עלעפאנט האט ארויפגעטראטן דערויף אן קיין קריץ.

עס ווערט פארקויפט פאר 600 דאלער, עס קומט אנלאקד צו קענען נוצן מיט פראוויידערס וואס שטעלן צו סים-קארדס (טי מאבייל), אויך האט עס א PTT באטאן, עס פארמאגט א 3 יאר וואראנטי.
http://www.sonimxp3.com/
דערווייל ווערט עס נישט פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן.


אין אן אנדער באריכט וועט מען מעלדן בל"נ איבער אנדערע אומצוברעכבארע סעלפאונס וואס קאסטן פון $5,000 ביז $310,000 ! יא גוט געזען.....
צוגעלייגטע
XP3_Black_large.jpg

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 6:51 am

יישר כח, ריח ניחוח.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 6:55 am

האָו האַ עס איז א ריח ניחוח צו האבן אזא סעלפאן, אבער עס זעהט אויב אביסל אלטמאדיש. פארהאן נאר איין מאדעל?
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 11:03 am

שכוח ריח פאר די נייעס.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:10 pm

יישר כוח פאר די נייעס.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 1:22 pm

ריח_ניחוח האט געשריבן:דו צעלייגער...

צולייגער אהער צולייגער אהער.... לאמיך דיר זאגן אז דיין ריח ניחוח שמעקט גראדע גאנץ גוט, ס'שמעקט אפי' פון א 'קנקן חדש מלא ישן', עפעס א אלטע ניק. אין קאנסטראקשען בין איך נישט, זאג מיר צו שלעפן באקסעס וועט עס מיט עפעס לייכטער מאכן.

לאמיר דיר זאגן, די פיש זאפט וואס דו קענסט צולייגן צו א טרוקענע נייעס, איז א טאלאנט וואס די פארמאגסט. סאו זיי מוחל זעץ זיך אריין אין די ק.נ.א. (וויכי ביזט מסכים??.....[פרעג אים נישט...])אין הייב אן צו ריפארט'ן רעכט'ס און לינקס!

ריח_ניחוח
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2007 3:08 am
לאקאציע: אונטער די נאז

תגובהדורך ריח_ניחוח » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 2:51 pm

Thanks for all thankers.


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט