ענדליך "אידיש פאר ווינדאוס מאביל"!!!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

ענדליך "אידיש פאר ווינדאוס מאביל"!!!

תגובהדורך פויער » זונטאג פאברואר 24, 2008 2:01 pm

ווייסט איינער ווי מען קען באקומען יודיש פאר WM6?
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » זונטאג פאברואר 24, 2008 2:42 pm

יא ביי WWW.Pocketpc.co.il
די פראבלעם איז אז עס קאסט בערך א הונדערטער, און מען קען עס נאר נוצען אויף איין כלי נישט מער, אז דיין כלי פארלירט זיך אדער צוברעכט זיך דארפסטו עס קויפן נאך אמאהל.
אז די ווילסט האב איך אידיש פון אן אנדערע קאמפאני וואס דאס קען מען יא נוצען וויפיל מאהל מען וויל, און איך האב די קאוד דערפאר, אבער עס איז נישט אזוי גוט פאר'ן כלי ווייל עס פארדרייט אביסל די טעקסט מעסעדזעס אז עס זאל גיין פון רעכטס אויף לינקס אפילו ווען מען שיקט ענגליש און עס איז זייער נישט באקוועם.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג פאברואר 24, 2008 7:35 pm

אקעי לאז מיר עס פראבירן קודם אין איך וועל זעהן וויאזוי עס גייט, קענסט פליז געבן א לינק?
יישר כח למפרע
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » זונטאג פאברואר 24, 2008 11:41 pm

פויער האט געשריבן:אקעי לאז מיר עס פראבירן קודם אין איך וועל זעהן וויאזוי עס גייט, קענסט פליז געבן א לינק?
יישר כח למפרע


דא האסטו די פייל, לאז וויסן דא צו עס ארבעט געהעריג, אזוי אויך וואלט איך געווען נייגעריג אויף וועלכע פאון די רעדסט.
http://rapidshare.com/files/94706116/LEng.cab

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 12:50 pm

יא עס ארבייט זייער גוט
א גרויסע ריזיגע מעכטיגע יישר כח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 12:51 pm

איך רעד פון HTC TYTN אדער HTC HERMES
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מיטוואך מאי 14, 2008 11:26 am

שלום טייערע חברים.

איך האב זיך איינגעקויפט א sprint mogul פון HTC און עס לויפט מיט windown mobile 6 אויב כ'האב נישט קיין טעות, און איך וויל וויסן ווי אזוי מען קען אריינלייגן אידישע אותיות, אז ס'זאל גיין א רויך, און מען זאל זיך קענען אריינווארפן מיט א פלייס אינעם קרעטשמע ארויסצוהעלפן אנדערע אידן שטופן די צייט.

ווער עס קען העלפן זאל זיך ארויסשטעלן אויפן פאדיום און איבערנעמען דאס ווארט.



און פאר איך פארגעס, א דאנק פאר דעם חשובן און רעספעקטירטן מנהל וואס האט מיר אזוי שנעל מאשר געווען, און אויך א ישר כח פאר דעם געטרייען איד וואס מיט זיינע ברייטפארצווייגטע קאנעקשענ'ס האט גע'שתדל'ט פאר מיר און אזוי האב איך דעם פעדער אין האנט.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך מאי 14, 2008 12:42 pm

עליכם שלום אך שמח

איך האך אז ידידינו ר' מאשקע מיט זיינע ברייטפארצווייגטע ידיעות וועט דיר ארויסהעלפען אזויווי ער האט מיר געהאלפן בשעתו

א שכח נאכאמאל "מאשקע"

אדער סיי ווער פון אונזערע טייערע און געטרייע חבירים וועלן דיר העלפן דורכצוגיין דעם פראצעדור צו ווערן א שרייבער "פון דיין מויל גראד צו ג-אטס אויער" כ'מיין "פון דיין טעלאפאן גראד צו היימישע קרעטשמע"

בואכם לשלום
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 14, 2008 1:04 pm

אנטשולדיגט, אבער קיין ווינדאוס מאביל דעווייס האב איך נאך קיינמאל נישט געהאט. א שאד אז איך קען נישט העלפן דא.
An article a day keeps the babies away

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מיטוואך מאי 14, 2008 1:38 pm

איך האב אויך א palm centro און איך האב געטראכט צו שרייבן דערוועגן, אבער דארף קודם אפליינען דעם אשכול וואס איז געווידמעט ספעציעל פארן פאלם.

אקיצור, איך קען נוצן הילף ביי ביידע.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » פרייטאג מאי 16, 2008 11:28 am

אויף צו שרייבן אין קרעטשמע פון דיי MOGUL קענסטו רואיגערהייט נוצען די LENG פייל וואס איך ליגט דא אויבן פונעם פעידז, אבער דאס פארדרייט די טעקסט מעסעדעזעס אביסל, די אנדערע עצה איז צו קויפן פאר א הונדערטער די פראגרעם פון POCKETPC.co.il
די עצם פראגרעם איז מוראידיג, אבער אז די טוישט די פאון דארפסטו ווידער באצאלן,.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » פרייטאג מאי 16, 2008 11:43 am

און אויב עפעס גייט נישט כשורה, און איך שיק צוריק דעם סעלפאן, ברויך איך ווידער באצאלן?

איך קען עס "אינעבל'ן" און "דיסעבלען" אדער איינמאל איך לייג עס אריין אינעם פאון, וועט מיינע טעקסט ווערן פארדרייט? אויב יא, איז יצא שכרו בהפסדו. אני לעצמי ברויך מער האבן די וויכטיגע זשאוקס וואס קומען אן אינעם טעקסט, די שאלה איז אויב פאר די הנאה פון די פילצאליגע ליינער פונעם קרעטשמע זאל איך מוותר זיין דערויף?

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג מאי 25, 2008 7:18 am

איך האב געטראפן א וועג וויאזוי עס פארדרייט נישט די טעקסטס
גיי צו START SETTINGS SYSTEM נאכדעהם צו LENG OPTIONS טשעק די באקס פון DISABLE INTERFACE TRANSLATION און ריסטארט נאכדעהם וועט אלעס ארבעטן כשורה
אזוי איז ביי מיר עכ"פ
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

תגובהדורך א טאטע » פרייטאג יולי 25, 2008 8:18 am

א ישר כח פאר די lang file עס ארבעט אבער עס פרירט מיר די מאשין

matovu
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:51 pm

it's terrible
i can't start mt TREO 800W

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אוקטובער 26, 2008 2:26 pm

קען מיר איינער שיקן די לענג פייל? איך האב געדאנלאד פון דעם אויבדערמאנטע לינק אבער ס'זאגט אז סאיז קאראפטעט די פייל

אויך ברויך איך מער אינפארמעשן וויזוי מען אינסטאלט דעס.

ווער עס קען מיר ארויס העלפן ביטע זיך אנרופן

יישר כח

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דינסטאג ינואר 27, 2009 9:48 am

מורי ורבותי!

די לענג פייל פון דא אויבן האב איך אינסטאלירט אויף מיין HTC און עס האט אנגעהויבן צו ארבעטן אביסל אידישע אותיות, נאר די פאון האט נישט פונקציאנירט מער.
האב איך ארויסגענומען די פראגראם און את אשר יגורנו בא.... קרוב צו 500 קאנטאקטס האבן זיך בשאט נפש אויסגעמעקט!
קיין בעקאפ האב איך נישט (נישט אויפן סים קארד און נישט אויפן קאמפיוטער)

מה אומר ומה אדבר
יאהרן ארבייט געגאנגען לטמיון!

וואס טוט מען דא?

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דינסטאג ינואר 27, 2009 8:49 pm

ווארום האט געשריבן:און את אשר יגורנו בא.... קרוב צו 500 קאנטאקטס האבן זיך בשאט נפש אויסגעמעקט!
קיין בעקאפ האב איך נישט (נישט אויפן סים קארד און נישט אויפן קאמפיוטער)

מה אומר ומה אדבר
יאהרן ארבייט געגאנגען לטמיון!

וואס טוט מען דא?


דאס איז גארנישט ב'טעם'ט, איך מיין אז דאס קומט ענדערש אינעם אשכול "עס טוט מיר וויי, וויינטס מיט מיר", איך האף אז דאס איז לערן געלט.

אויף אידיש פאר WINDOWS 6 קענסטו אינסטאלן די פאנט ARIAL אדער TAHOMA אויף דיין פאקעט פיסי, (פשוט קאפי אריין די פאנט אין די WINDOWS<FONTS פאלדער), מיט דעם וועסטו קענען נאר ליינען, אויף צו שרייבן האב איך ביזדערווייל נישט מצליח געווען צו טרעפן א פרי פראגרעם, (ווייל די פראגראם'ס ווערן געמאכט דורך אידעלעך...), קויפן קענסטו
אדער דא פאר 100$ בערך אדער דאפאר 60$.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

ענדליך "אידיש פאר ווינדאויס"!!

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 1:18 pm

ענדליך נאך לאנגע שלאפלאזע שעות פון נישטערן און זיכען אויפ'ן נעץ, האב איך מיך פארהנדלט אידיש פאר'ן ווינדאוס פלטפארם. והעולה על כולם סאיז ויצאה חינם אין כסף פריי במלא מובן המלא....
די גרעסטע מעלה פון דעם איז אז עס איז פראגרעמט זיך אריין אין די פאון, ס'איז נישט סתם א סאפטוויר וואס פארדרייט די גאנצע פאון אזוי ווי די אנדערע וואס איז דא און קאסט אפ א 100 טאלער...
דאס ריפלעיסט די ווינדאוס לענגוויטש סעטינגס אזוי אז מען קען טוישן אפילו די לוח פון אויטלוק זאל לויפן מיטן אידישען לוח...
באגלייט איז דא דריי פיילס,
די ערשטע איז געמאכט פאר די נייע טאטש פראו פון ספרינט, אין דעם איז דא א אידישע קיבארד וואס קומט ארויפ ווען מען סעלעקט די איטאליענע שפראך פון די לענגוועדש באטאן אויפן קיבארד.
די צווייטע פייל איז אויך פאר טאטש פראו סאיז א הארדווער קיבארד אזוי אז מען זאל קענען טייפן פון די געהעריגע קיבארד, צו טוישן צווישין אידיש און ענגליש דריקט FN מיט SPACE צוזאמען.
די דריטע איז פאר אלע אנדער ווינדאוי פאונס, סהאט נישט קיין שום קיבארד און זיך, אבער סליינט זיך אידיש א מחיה, אויב איר ווילט קענט איר דאונלאודער SPB KEYBOARD עס אינהאלט אין זיך אויך א אידישע קיבארד...
http://rapidshare.com/files/194341695/H ... ch_Pro.cab
http://rapidshare.com/files/194345379/T ... e_Kbrd.CAB
http://rapidshare.com/files/194344394/Only_Hebrew.cab

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 9:25 pm

א גרויסן שכוח פאר פיקח פארן אהערברענגען, איך נוץ עס שוין פון די פארגאנגענע וואך און איך קען קאנפירמען אז די פראגראם ארבעט גוט, אחוץ אז אין די אפערא מאביל בראוזער (9.5) ליינט זיך אידיש פארקערט, סא כדי צו ליינען און שרייבן אויפן קרעטשמע מוז מען אדער נוצן אינטערנעט עקספלארער (נישט רעקאמענדעט) אדער אפערא מיני (די ספרינט טאטש פרא און די דיימאנד'ס קומען נישט מיט א JAVA VM סאיז אבער דא 3'רד פארטי JAVA VM'S)

די קאלענדאר אפשען איז זייער גוט אבער ווען מסעלעקט דעע אפשען דעמאלט קען מען נישט זעהן די ענגלישע לוח (אוטלוק דעסקטאפ ווי אויך אנדערע מאביל קעלענדערס קען מען זעהן ביידע).
דא איז אויך דער פלאץ זיך צו באדאנקען פאר הרב "ווילדטורקי" שליט"א וואס הוא ב... ומצודתו פרוסה בכל הנעץ ער געט אוועק צייט און מח אויף צו העלפן אנדערע, ואת חטאי אני מזכיר היום אז שוין א וואך צייט וואס איך זאג אים צו אז איך גיי עס דא מגלה זיין און סנישט געטהון געווארן ואתכם הסליחה.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג פאברואר 06, 2009 8:36 am

פיקח, דאט.קאם;
ענק רעדן פון ווינדאויס מאבייל?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 06, 2009 9:28 am

הרב פיקח, א ישר כח.

איר רעדט פון ווינדאוס מאבייל 6?
וואס האט עס מיט טאטש פראו?
ארבעט די הארדוועיר קיבאורד געהעריג?
opera 9.6 שטייט קלאר אויף די אינסטראקשענס אז עס ארבעט נישט מיט אנדערע שפראכן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » פרייטאג פאברואר 06, 2009 9:50 am

יא דעס איז פאר ווינדאוס מאביל 6.1 כקען אייך נישט
קאנפירמען פאר אנדערע ווערסיעס, כהאלטאינמיטן צוגרייטן א תגובה מיט אידיש פאר ""אלע" ווערסיעס מיט די הילף פון הרב ווילדטורקי.

טאטש פרא ארבעט אויף וו"מ 6.1
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג פאברואר 06, 2009 10:15 am

יישר כח פיקח גיי מיר עס פראבירן נאך שבת

דאט קאם מיר ווארטן מיט שפאנונג
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג פאברואר 06, 2009 10:28 am

ווער עס דארף SPB קיבאורד מיטן סיריעל קען מיר קאנטאקטן אין אימעיל
pooeer@gmail.com
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארגינעלע יוד און 3 געסט