בלאט 1 פון 1

visual voicemail פאר יעדן איינעם.

געשריבן: זונטאג ינואר 11, 2009 10:40 pm
דורך DotCom
אכטונג נאר פאר ווינדאס מאביל, בלעקבערי, און ענדרויד!!! טריי אויף דיין אייגענע ריסק!!! (קוק הודעה 6 פאר מער דיטעילס)

פון די איינציגסטע זאכן וואס איך האב מקנא געווען די איי-פאון און אינסטינקט באנוצערס איז געווען די visual voicemail דאס מיינט אז אנשטאט דארפן קאלן די וואיס-מעיל צו הערן דיינע מעסידזשעס, קענסטו עס אויסהערן דורכן פראגרעם אויפן טעלעפאן. למשל די קומסט ארויס פון א מיטינג אדער דאווענען,"זעהסטו" אלע מעסידזשעס מיט דיטעילס ווי למשל פון וועם עס איז, צייט, די לענג, און די הערסט אויס קודם וועלכע עס איז וויכטיג (די פון HOME לייגט מען אוועק אויף שפעטער)דערנאך קען מען עס סעיוון, פארווערדן אלס א פייל דורך אימעיל און נאך, די מעלות זענען זייער אסאך ווי איר קענט זיך אליין פארשטעלן, און איינמאל מען געוואינט זיך צו איז שווער אפצוגעוויינען.

יעצט האב איך מיר באגעגנט מיט א קאמפאני וואס טוט עס פאר אנדערע פאון'ס אויך (נאר די אויבן דערמאנטע!) און עס גייט מיט עני פראוויידער, ספרינט, ווערייזאן, טי מאביל און עי טי טי און פארשטייט זיך עס איז פרי FREE. (קענן זיין אז עס איז באקאנט אבער אזוי ווי איך האב נאכנישט געהערט דערפון גלייב איך אז אנדערע קענען אויך הנאה האבן)

מען דארף טהון די פאלגענדע 2 סטעפס:

1) מען פאלגט דיירעקשען'ס אויף די לינק http://www.fusionvoicemailplus.com

2) מען קאלט ספרינט (איך זאג ספרינט ווייל מיט דעם בינעך באקאנט) און מען בעט פאר TECH SUPPORT ווייל נאר זיי קענען, און מען בעט צו דיסעיבלען זייער וואיס-מעיל אין בעט צו ענעיבלען פארווערד פאר "קאנדישינעל קאללס" (נישט אנ-קאנדישינעל) ווען ביזי, נאו ענסער,אנ-עוועיליבל, צו נאמבער 813-200-0200. נאכאמאל "קאנדישינעל" נישט אנ-קאנדישינעל, אז נישט קאסט עס 20 סענט א מינוט.

you are ready to go! די קענסט אויך אויפ-זעצן דיינע אנדערע ליינס, ווי היים, אפיס, אדער אנדערע סעל אז עס זאל אהין אנקומען.

געשריבן: מאנטאג ינואר 12, 2009 10:25 am
דורך פאטאקי08
א ריזיגען דאנק אייך דאט קאם!!

געשריבן: מאנטאג ינואר 12, 2009 3:59 pm
דורך לאז געמאכט
וואי איך האב נישט געוויסט עס איז דא טראץ איך האב זייער געוואלט האבן ס'פיטשער

טענק יו טענק יו מאלטיפליי ביי טויזענט...

געשריבן: מאנטאג ינואר 12, 2009 7:33 pm
דורך לאז געמאכט
האלא די האסט ספרינט אדער נעקסטעל?

איך האב געקאלט ספרינט נאכן ווארטן גאר א לאנגע צייט זאגן זיי אז 'קאנדישענעל פארווערדינג' איז נאר אוועליבעל פאר נעקסטעל נישט פאר ספרינט.

ביידיוועי ווערייזאנ'ס קאסטומער'ס אין אזוי אויך טימאביל דארפן נישט קאלן אין ערגעץ נאר אריין דריקן נאמבער'ס אויפן טעלעפאן אין שוין.

געשריבן: מאנטאג ינואר 12, 2009 7:51 pm
דורך DotCom
יא איך האב ספרינט, קאל נאכאמאל ווילאנג די טרעפסט איינעם וואס קען דיר יא העלפן. (און זאג נאר ווען ביסטו שוין אמאל געהאלפן געווארן דאס ערשטע מאל ביי ספרינט? :wink: )

אז די ווילסט קענסטו טרייען די נומבער 877-654-9111 #2, דעס זענען עדווענסד טעק סופארט דעע וועלן זיכער וויסן מער.

געשריבן: מאנטאג ינואר 12, 2009 10:29 pm
דורך DotCom
איך האב געזעהן אז עס זענען דא פארשידענע מענטשן וואס האבן זיך אפגעבריט מיט "ספרינט" און זענען יא געטשארשזט געווארן פאר פארווערדינג קאללס, וואלט איך רעקאמענדירט עס אויסצוטרייען 2-3 טעג פאר די ביל-ענד-דעיט, איך האב עס אויך געקענסעלט פאר יעצט און וועל נאכאמאל אויסטרייען און עטליכע וואכן.

די סיבה איז ווייל די פון דארטן דארף זיך גיט אויסקענען וואס פונקטליך צו טהון און טיילמאל מאכן זיי נישט אלעס גיט און מווערט געטשארזשט, פארשטייט זיך אז מ'קען עס דיספיוטען אבער ס'איז העדעקס.

דאס אלעס איז ביי ספרינט, ביי אנדערע ווייס איך נישט.

געשריבן: מאנטאג ינואר 12, 2009 10:34 pm
דורך לאז געמאכט
אהא א גרויסען שכח פאר דיין עדווייז, איך האב טאקע פרובירט צוויי מאל פארשטייצעך אבער ער האט מיר געזאגט אז נאר נעקסטעל האט עס האב איך געמיינט אפשר דאס מאל איז ער גערעכט.

עני וועי יישר כח גדול ונוראה מאד.. איך האב עס געגעבן פאר אפאר אידן וואס האבן אנדערע פראוויידער'ס וואס נוצן עס צו זייער גרעסטע צופרידענהייט

איך האפ אז איך וועל אויך קענען דערפון הנאה האבן...