נייע פאלם פּרי פאון
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
נייע פאלם פּרי פאון
פאלם גרייט זיך צו לאונטשן א נייעם פאון וואס וועט לויפן אויף לינוקס.
http://www.engadget.com/2009/01/08/palm ... n-gallery/

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- DotCom
- שר חמש מאות
- תגובות: 686
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
- לאקאציע: אין גלות
שוין דעם צום ווייסעך צום וויפילסטן מאל זיי אנאונסן א מאשין וואס גייט זיי 'ראטעווען פונעם אונטערגאנג' גיי ווייס וויאזוי, דער מאשין האט נישט קיין שום נייע חידושים אלעס איז שוין פון לאנג דא אין פארשידענע פלאטפארמס אפילו די ווייערלעס טשארדזשינג קען מען שוין פון לאנג צוקויפן דורך פארשידענע קאמפאני'ס, זיי זענען אונטערשטעליג 3 יאר, ביי די צייט דעס גייט ארויסקומען וועלן זיין זיין 5 יאר...
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
פאלם האט דא מחדש געווען, אין גרויסן!
וואס זיי האבן ערצייגט ביי די CES שוי האט יעדער באוואונדערט און עס האט געוואונען די עווארד פון CNET אלס דאס בעסטע פראדוקט.
פולע באריכט קומט...
וואס זיי האבן ערצייגט ביי די CES שוי האט יעדער באוואונדערט און עס האט געוואונען די עווארד פון CNET אלס דאס בעסטע פראדוקט.
פולע באריכט קומט...
- DotCom
- שר חמש מאות
- תגובות: 686
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
- לאקאציע: אין גלות
נאכאמאל איבערגעקוקט און כ'זעע נישט קיין שום חידושים, פארשטייט זיך אז פאר פאלם אליינס איז עס גרויסע חידושים, אבער פאר אנדערע נאדא.
מיר ווארטן זייער אויף א פולע באריכט, אזוי ווי די ביסט אונז אלעמאל מהנה מיט דיינע ארטיקלעך.
מיר ווארטן זייער אויף א פולע באריכט, אזוי ווי די ביסט אונז אלעמאל מהנה מיט דיינע ארטיקלעך.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
ווי באקאנט האט פאלם נאך נישט געטוישט זייער אפערעיטינג סיסטעם 'אפילו פאלם אחת' זינט זיי האבן זיך געגרינדעט, אנדערש ווי ווינדאויס מאביל וואס האט זיך היבש פארבעסערט איבער די יארן, האט פאלם נישט צופיל אויפגעטוהן אין לעצטערע יארן, עס האט נאר צובאקומען קאליר און בעסערע רעזעלאשען (און אויך האבן זיי ביי יעדע מאשין ארום געטוישט די אויסקוק פונעם ריסעט סקרין, ודי), אבער די פאלם OS איז געבליבן אלט מאדיש, און מיט די ציייט האט פאלם אנגעהויבן צו פארלירן די מארקעט פון סמארט פאון'ס, אפילו פאלם אליינס האט ארויס געגעבן מאשינען מיט די ווינדאויס מאביל אפערעיטינג סיסטעם, ווי די טריאו 800
יעצט האט פאלם אנאנסט זייער נייע אויג פארכאפנדגיע אפערעיטינג סיסטעם webOS וואס ערהאלט אין זיך א הויפן מיט נייע מעגליכקייטן, ווי איר וועט באלד זעהן, וואס דאס מיינט א נייער וועלט פאר זיך.
די נייער פאלם פרי:
פאלם האט געוויזן זייער נייעם סיסטעם אויף א נייע ערצייגטע פאון, די פאלם פרי, וואס איז איז מאשין מיט פיל נייע פארגעשריטענע זאכן. עס האט א סליידינג קיבארד וואס קומט ארויס אונטן, די קיבארד פארמאגט די באקאנטע דזשעלי באטענס ווי די סענטרוי אבער עס איז אביסל גרעסער און גרינגער צו ניצן.
עס האט א גרויסע 3.1 טאטש סקרין, וויי פיי, דשזי פי עס, בלאטאס 2.1, א 3 מעגאפיקסעל קעמרע מיט א LED פלעש, א געהעריגע עירפאונס jack (נישט קיין ספעציעלע פאון עירפאונס, דאס מיינט אז מען קען ניצן געהעריגע עירפאונס), עס קען ערהאלט אזוי פיל ווי אכט גיגאבייט בילט אין מעמארי, און ווען עס איז קאנעקטעד צום קאמפיאטער קען מען אנשטעלן עס זאל ווערן א הארד דרייוו, עס פארמאגט אבער נישט קיין פלאץ פאר קיין קארטל, דאס מיינט אז אכט גיג בלייבט אכט גיג.
די פאון פארמאגט א סענסאר וואס כאפט אויף ווען די פאון איז נעבן די פנים (ווען מען רעדט אהן בלאטאס), ווי אויך א סענסאר וואס מאכט די סקרין טונקעלער לויט די ארומיגע ליכטיגקייט.
די נייער פאלם פרי איז בערך אזוי גרויס ווי די סענטרא
יעצט לאמיר זיך נעמען צום webOS
די עיקר הויפט מעלה פון די נייע סיסטעם איז די מעגליכקייט עס זאלן ארבעטן צוויי פראגרעמס אויף אמאל, וואס דאס איז נאך נישט דא ביי קיין שום טעלעפאן דערווייל, די סיסטעם ווערט גערופן קארדס, און עס ארבעט אז ווען מען דרוקט אויפן קליינעם קנעפל אונטען, ווערט די פראגרעם אין א פארם פון א קארטל, מען קען עס רוקן אין דער זייט און האלטן אפן, אנצינדן א צווייטע פראגרעם, מישן אהין און צוריק.
די סיסטעם פארמאגט א פולע בראוזער פאר נעט, (נישט קיין מאביל בראוזער), האט די אפשען צו זעהן די גאנצע פעידש און אריין זאמען, וכו', (לאמיר נאר האפן אז איי וועלט זאל דערויף ארבעטן). עס האט נישט קיין פלעש סאפארט, אבער דאס עס איז מעגליך אז ביז עס קומט ארויס, וועט עס יא האבן.
אונטען פונעם סקרין איז דא א שווארצע חלק וואס ווערט אנגערופן gesture area, וואס ווען מען ווישט דורך פון פינגער אהין און צוריק מישט זיך די בלעטער פון די בראוזער.
די פאון פארמאגט א גרונטליכע סוירטש, וואס ווי נאר מען הייבט אהן טייפן אויפן פאון קומט ארויף אלע קאנטעקטס, פראגרעמס, און באקמארקס וואס שטימען דערמיט, אויב ס'נישטא וואס שטימט זוכט עס אויטאמאטיש אויף גאגעל.
אז מען רעדט פון קאנטעקטס, האט דא פאלם אויפגעטוהן א נייעם געדאנק אין טעלעפאון קאנטעקטס, דאס הייסט Synergy און עס נעמט צוזאם אלע קאנטעקטס אינפארמאציע פון די דזשי מעיל, פעיסבאק, וכו' אלעס אויף איין פלאץ, ביי יעדע נאמען קומט ארויף די גאנצע אינפארמאציע, און מען האט די אפציעס די רופן, טעקסטן, טשעטן, אימעילן, מיט איין דרוק.
די אלערטס וואס קומען אריין אינעם פאון ווערן געוויזן אויפן אונטערשטען חלק פונעם סקרין
דא איז עטליכע בילדער פונעם webOS
די קארטלעלך
פאון סקרין
דשי פי עס
וועב
אלערטס
די אלע אלטע פאלם פראגרעמס וועלן נישט ארבעטן דערויף, אבער די פירמע סטייל טעפ וואס צייכנט זיך אויס אזן פראגרעמס פון פאלם זאלן ארבעטן אויף אנדערע פלעטפארעמס ווי ווינדאויס מאביל, האט געמאלדן אז זיי האבן אין פלאן צו ארבעטן אויפן נייעם פאלם'ס אויך.
די פאון וועט מען קענען טשארדזשן אויף די נייע ערצייגטע פאלם'ס טאטש-סטאן ווייערלעס טשאדזשער
די פאון וועט מען קענען באקומען ביי ספרינט, עס איז נאך נישט געמאלדן געווארן קיין פונטקליכע צייט ווען עס וועט ערשיינען, אבער עס דארף קומען אין די קומענדיגע האלבע יאר.
קיין פרייז איז אויך נאך נישט געמאלדן געווארן.
לעצט פארראכטן דורך MUTCHE אום זונטאג יאנואר 18, 2009 11:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- DotCom
- שר חמש מאות
- תגובות: 686
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
- לאקאציע: אין גלות
זייער שיין און זאפטיג באשריבן, שקויעך.
די מעגליכקייט פון ארבעטן אויף 2 פראגראמ'ס אויפאמאל הייסט "מולטי-טעסקינג" און דאס איז שוין א אלטע זאך ביי רוב היינטיגע פאון'ס, ווי ווינדאוס מאבייל, ענדרויד, אפילו בלעקבערי אויך, די חידוש איז אפשר די באקוועמליכקייט פון סוויטשן פון איינס צום צווייט'ן וואס ביז היינט האט מען (ביי WM) געדארפט גיין צום טעסק מענעדעזשער אויבן,אבער גרעפיקס און באקוועמליכקייט מאכט היינט אסאך אויס אין די היינטיגע פוילע וועלט.
ווייטער די קארטלעך און די גאנצע יוזער אינטערפעיס איז אויך אלטע חידושים ביי HTC קוק נאר זייערע דעווייסעס ווי למשל HD, DIAMOND,PRO און אזוי אויך ארבעט ענדרויד מיט קארטלעך, די נייע בלעקבערי STORM ,זייער ענדליך ארבעט די XPERIA פון SONY אויף WM.
דאס איז זיכער אז אויב קומען זיי יעצט ארויס קענען זיי קאמפיטן מיט די מארקעט אבער זיי זאלן זיך בעסער אונטעריאגן נישט ווי ביז יעצט וואס פונעם בשורה ביז'ן לידה האט געדויערט 2 יאר.
MUTCHE האט געשריבן:יעצט לאמיר זיך נעמען צום webOS
די עיקר הויפט מעלה פון די נייע סיסטעם איז די מעגליכקייט עס זאלן ארבעטן צוויי פראגרעמס אויף אמאל, וואס דאס איז נאך נישט דא ביי קיין שום טעלעפאן דערווייל, די סיסטעם ווערט גערופן קארדס, און עס ארבעט אז ווען מען דרוקט אויפן קליינעם קנעפל אונטען, ווערט די פראגרעם אין א פארם פון א קארטל, מען קען עס רוקן אין דער זייט און האלטן אפן, אנצינדן א צווייטע פראגרעם, מישן אהין און צוריק.
די מעגליכקייט פון ארבעטן אויף 2 פראגראמ'ס אויפאמאל הייסט "מולטי-טעסקינג" און דאס איז שוין א אלטע זאך ביי רוב היינטיגע פאון'ס, ווי ווינדאוס מאבייל, ענדרויד, אפילו בלעקבערי אויך, די חידוש איז אפשר די באקוועמליכקייט פון סוויטשן פון איינס צום צווייט'ן וואס ביז היינט האט מען (ביי WM) געדארפט גיין צום טעסק מענעדעזשער אויבן,אבער גרעפיקס און באקוועמליכקייט מאכט היינט אסאך אויס אין די היינטיגע פוילע וועלט.
ווייטער די קארטלעך און די גאנצע יוזער אינטערפעיס איז אויך אלטע חידושים ביי HTC קוק נאר זייערע דעווייסעס ווי למשל HD, DIAMOND,PRO און אזוי אויך ארבעט ענדרויד מיט קארטלעך, די נייע בלעקבערי STORM ,זייער ענדליך ארבעט די XPERIA פון SONY אויף WM.
דאס איז זיכער אז אויב קומען זיי יעצט ארויס קענען זיי קאמפיטן מיט די מארקעט אבער זיי זאלן זיך בעסער אונטעריאגן נישט ווי ביז יעצט וואס פונעם בשורה ביז'ן לידה האט געדויערט 2 יאר.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
ביסט גערעכט, ווייל פאלם רעדט שוין פון זייער נייעם סיסטעם שוין עטליכע יאר, און די מאשין האט געזאלט ארויס קומען איבער א יאר צוריק... אבער איך גלייב עס וואלט נישט געווען אזוי געלונגען ווי איצט, דאס איז זייער לעצטע טשענס צו בלייבן אויפן מארקעט.
היינטיגע גאס קוקט די מערסטע ארויס אויף שיינקייט און באקוועמליכקייטן, היינו טעמא דאייפוין, היינו טעמא דעיטש טי סי, דערפאר ערווארט גאר א גוטער צוקונפט פאר פאלם, כ'אב ערגעץ געזעהן אז אנאליסטן שאצן אז ספרינט וועט פארקויפן 1.5 מיליאן שטיק דערפון אינעם ערשטען יאר.
געב נאר א קוק אויף זיייער סטאק וואס האט ארויף געשאסן נאך די מעלדונג, דאס ווייזט אז די גאס ווארט דערויף...
היינטיגע גאס קוקט די מערסטע ארויס אויף שיינקייט און באקוועמליכקייטן, היינו טעמא דאייפוין, היינו טעמא דעיטש טי סי, דערפאר ערווארט גאר א גוטער צוקונפט פאר פאלם, כ'אב ערגעץ געזעהן אז אנאליסטן שאצן אז ספרינט וועט פארקויפן 1.5 מיליאן שטיק דערפון אינעם ערשטען יאר.
געב נאר א קוק אויף זיייער סטאק וואס האט ארויף געשאסן נאך די מעלדונג, דאס ווייזט אז די גאס ווארט דערויף...
- DotCom
- שר חמש מאות
- תגובות: 686
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
- לאקאציע: אין גלות
נעכטן איז ארויסגערינען עפעס וואס איז נישט געווארן ארומגערעדט ביים CES און דעס איז שוין יא א שטיקל חידוש.
א פאלם ווארטזאגער האט ביי אן אינטערוויו מיט יאהו פיינענס געוויזן אז דער GPS וועט זיין עטוואס קלוג אויך, ער וועט האלטן חשבון צווישן די קאלענדאר, אדרעס בוק, און אויך די טרעפיק, למשל אויב די דארפסט זיין ביים אפוינטמענט אום 11 אין די וועג געדויערט 2 שעה וועט ער דיר 9:05 זאגן אז די ביסט נישט אויפ'ן גיטן פלאץ! ע"פ חשבון דארפסטו שוין זיין דארט... ער וועט דיר דאן אנטראגן די שנעלסטע וועג לויט די יעצטיגע טרעפיק און ווי אויך ווועט ער ארויסשיקן אן אימעיל צום אנדערן אז די ביסט שפעט מיט עטליכע מינוט און נישטא וואס צו זארגן, ער טוט דיר אלעס.
נאך האט ער אונז מגלה געווען אז דער מאשין וועט דיר יעדן אינדערפרי צושטעלן א באריכט געבויט לויט דיינע אפוינטמענט'ס, ער וועט קאלעקטן די אינפארמעישן פון די פלעצער ווי וועטער, מעפס און ווי אויך וועט ער דיר געבן אינטערנעט באריכטן אויף די מענטש, ביזנעס מיט וועמען די האסט געסקעדזשועלט היינט, ער וועט נעמען פון וויקיפעדיע און נאך, גאנץ אינטערסאנט.
א פאלם ווארטזאגער האט ביי אן אינטערוויו מיט יאהו פיינענס געוויזן אז דער GPS וועט זיין עטוואס קלוג אויך, ער וועט האלטן חשבון צווישן די קאלענדאר, אדרעס בוק, און אויך די טרעפיק, למשל אויב די דארפסט זיין ביים אפוינטמענט אום 11 אין די וועג געדויערט 2 שעה וועט ער דיר 9:05 זאגן אז די ביסט נישט אויפ'ן גיטן פלאץ! ע"פ חשבון דארפסטו שוין זיין דארט... ער וועט דיר דאן אנטראגן די שנעלסטע וועג לויט די יעצטיגע טרעפיק און ווי אויך ווועט ער ארויסשיקן אן אימעיל צום אנדערן אז די ביסט שפעט מיט עטליכע מינוט און נישטא וואס צו זארגן, ער טוט דיר אלעס.
נאך האט ער אונז מגלה געווען אז דער מאשין וועט דיר יעדן אינדערפרי צושטעלן א באריכט געבויט לויט דיינע אפוינטמענט'ס, ער וועט קאלעקטן די אינפארמעישן פון די פלעצער ווי וועטער, מעפס און ווי אויך וועט ער דיר געבן אינטערנעט באריכטן אויף די מענטש, ביזנעס מיט וועמען די האסט געסקעדזשועלט היינט, ער וועט נעמען פון וויקיפעדיע און נאך, גאנץ אינטערסאנט.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
- היימישער איד
- שר חמש מאות
- תגובות: 886
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm
- היימישער איד
- שר חמש מאות
- תגובות: 886
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm
- DotCom
- שר חמש מאות
- תגובות: 686
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
- לאקאציע: אין גלות
http://www.sprint.com/palmpre
לויט די יעצטיגע רומארס וועט עס זיין צום פארקויפן אין די קומענדיגע 3 חדשים.
לויט די יעצטיגע רומארס וועט עס זיין צום פארקויפן אין די קומענדיגע 3 חדשים.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
פאלם האט פאריגע וואך ארויסגעגעבן די SDK פאר דיוועלאפערס צו קענען מאכן פראגרעמס פארן פאלם, אזוי אויך איז ארויס געקומען (נישט דורך פאלם דיירעקט) א פראגרעם וואס ערלויבט אלטע פראגרעם פון פאלם OS צו ארבייטן אויפן נייע.
עס איז ארויס געקומען אויך עטליכע ווידעאס פון פראגרעמס וויאזוי עס ארבעטן אויפן פאון, מען קען דאס זעהן אויף mypre.com