וועלכע סעל פאון קאמפאני האט די ביליגסטע פלען'ס?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

וועלכע סעל פאון קאמפאני האט די ביליגסטע פלען'ס?

תגובהדורך שלומי » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:17 pm

איך זיך א ביליגע פלען פאר א סעל פאון אין ק"י געגנט,

איך דארף בערך 2-300 מינוט, און אפאר טעקסט מעסעדזשעס און שוין.
וועלכע קאמפאיני איז די בעסטע געאייגענט דערפאר?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:38 pm

כ'מיין אז סעליולער וואן איז די בעסטע געאייגענט פאר דעם

אבער די קענסט האבן אנלימעטעט מינוט'ן צו רעדן וויפיל די ווילסט פאר בערך די זעלבע פרייז (אדער נאך אפילו ביליגער!) אויב די שליסט דיך אן און אזא גרופע וואס האט אסאך טעלעפאנען, יעדער האט א אנדערע פרייז אבער אלע זענען א פיקסט רעיט דאס הייסט אז מען זאגט $45 למשל מיינט עס אז די וועסט באצאלן יעדע חודש $45 לא פחות ולא יותר.
(משא"כ ביי די קאמפעני דירעקט וועסטו יעדע חודש צאלן מער ווי די פלען אפצאל אמאל אסאך מער און אמאל נאר אביסל מער)

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 5:20 pm

סעליולער וואן איז היסטארי, עי טי ענד טי האט זיי איבערגענומען און די ביליגסטע רעיט דארט איז בערך $39.00

איז דעיס היינט די פרייז? אדער איז דא ערגעץ ביליגער?

און לגבי די גרופע פלען, ווי אזוי ארבעט עס?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 10:59 pm

מ'דארף געפינען איינעם וואס זוכט צו מאכן א גרופ, אדער איינער וואס האט שוין געמאכט און נאך אפאר פאון'ס איבעריג, און געווענליך, וועט יענער בעטן פאר צוויי יאר פאראויס, און מ'קען האבן פאר אזוי ביליג ווי צוואנציג ביז פערציג דאלער אנלימיטעד מינוטן, און 500 טעקס מעסעזשעס.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 11:15 pm

איך_הער האט געשריבן:מ'דארף געפינען איינעם וואס זוכט צו מאכן א גרופ, אדער איינער וואס האט שוין געמאכט און נאך אפאר פאון'ס איבעריג, און געווענליך, וועט יענער בעטן פאר צוויי יאר פאראויס, און מ'קען האבן פאר אזוי ביליג ווי צוואנציג ביז פערציג דאלער אנלימיטעד מינוטן, און 500 טעקס מעסעזשעס.


מען דארף זיי געווארענט מיט די גרופעס עס איז געבויט אויף א אלטע ביזנעס פלען פון ספרינט וואס מען מעג נישט צולייגן 10 ליינס אויפדעם
אסאך פון די גרופעס האט מען שוין פארמאכט (בעיקר די וואס האבן געהאט אויך קאנאדע אין די פלאן)

ווי אויך טוט די פירמע אנקלאגן איינעם אין קאליפרניע וואס האט אנגעהויבן מיט די שפיל
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 9:14 am

איך האלט סתם אזוי נישט ביים באצאלען 2 יאר פאראויס,
וואס ווייס איך מיט די היינטיגע טעקנאלעדזשי??? אפשר קומט מארגען ארויס עפעס א מין .... איך ווייס נישט וואס.... און ס'איז געענדיגט מיט די אלטמאדישע סעלפאון'ס.
(געדענקנסט נאך אמאל האט מען געהאט אזא שווארצע קליינע באקס וואס האט געהאנגען אויף די הויזען ס'האט געהייסען סעלפאון???)

און צו דילען מיט אנדערע מענטשען האב איך אויך נישט צו שטארק ליעב, נאכדערצו אז ס'קען זיין נישט 100% לעגאל.

סאו די גרופע אפשען איז לכאורה אויס, ס'איז נאר געבליבען צו זיכען א סינגעל אדער פעמילי פלען (לכתחילה זיך איך פאר מיין ווייב, איך האב גאנץ א גוטע סעליולער וואן פלען -נאך פון ווען ס'איז געווען-) פאר דאס ביליגסטע.

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 2:38 pm

אז דו ווילסט זיין פארזיכערט מיט א סעלפאון, און האבן א נארמאלע רעיט וויפל די צאלסט, זאלסטו נישט טאטשען דעי אנלימיטעד ביזנעס פלענס!
איך רעד פון עקספיריענס.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 2:51 pm

וואס איז דיין עקספיריענס ?
איך קען אידן וואס זענען זייער צופרידן
און צאלן פערציג א חודש נאו פראבלעם
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 4:54 pm

איך שטיי נאך גאנץ גוט, איך פלעג צאלן 30 א חודש און עס האלט און איין ארויפגיין די פרייז.
איך ווייס פון אנדערע וואס ספרינט האט זעהט אויס געכאפט וואס סגייט פאר, און פון איין טאג אויפן צווייטען זענען זיי געבליבען אן א סעלפאון.


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט