בלאט 1 פון 2

ביליגע סים קארדס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 1:58 am
דורך גד
ווייסט איינער פון עקספיריענס פון א ביליגע סים קארד, צו נוצן אין אייראפע? נישט נאר אויף אינקאמינג, אויך אוט-גאואינג.

אדער א סעלפאן וואס ווערט געקאווערט, אין אייראפעאישע לענדער?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 1:01 pm
דורך thefact
איך ווייס פון א איד אין וויליאמסבורג וואס איז עוסק אין די ענינים פון אויסלענדישע סעלפאן'ס\סים קארד'ס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:53 pm
דורך KCSP
איך האף אז די פארשטייסט אז פון דיין וויסען איז גד נאך נישט קיין געהאלפענער.... גד וויל וויסען...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 11:51 pm
דורך גד
יא פארשלאפן
קעי סי עס פי איז צודק, איך וויל טאקע פון וויליאמסבורג, כאטש אין פ"ה גיב מיר א נאמען.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 30, 2008 11:16 pm
דורך סאדע_באטל
לעט מי פוט מיי טו סענטס אין...

אין גאנץ אייראפע און אזיע ארבעט די סעלפאון סיסטעם אנדערש, מען ווערט בכלל נישט געטארדזשט פאר אינקאמינג קאלס.

ממילא ווי איך פארשטיי לוינט אזוי צו טוהן. קויף אין עירפארט א פרי פעיד סים קארטל (מען קען דאס קויפן אין א סעלפאון געשעפט פון די קאמפאני ווי צ.ב.ש. ארענדזש און ארץ ישראל ווירדזשין און ענגלאנד וכו' וואס איז דא אין רוב עירפארטס) ממילא האסטו א סים וואס מען קען דיר אריינרופן און לייג צו וויפיל געלט דו ווילסט פאר ארויסצורופן.

מאך נאר זיכער אז די טעלעפאן וואס דו נעמסט מיט האט קודם כל א פלאץ פאר א סים קארד והשנית מאך זיכער אז עס ארבעט דארט, דהיינו טאמער עס איז א quad band וועט עס זיכער ארבעטען, אבער עס איז נאר א tri band אדער גאר א dual band מאך זיכער אז עס האט די נויטיגע בענד פאר די לאנד ווי דו פארסט

דרך צלחה
Enjoy your trip

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 30, 2008 11:20 pm
דורך סאדע_באטל
אויב דו ווילסט נישט ווארטן צו קויפן ווען דו קומסט אן, קענסטו אפילו קויפן פרי פעיד סים קארדס אנליין. פארשטייט זיך פאר מער געלט...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2008 3:02 pm
דורך thefact
גד האט געשריבן:יא פארשלאפן
קעי סי עס פי איז צודק, איך וויל טאקע פון וויליאמסבורג, כאטש אין פ"ה גיב מיר א נאמען.

כאדיר גע'ענטפערט אין פ"ה

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:27 pm
דורך גד
איך האב פשוט פארגעסן זיך צו באדאנקען פאר די פאקט
איך האב טאקע גענוצט דיין אינפארמאציע און אדאנק דעם גענוצט ביי מיין וואקאציע אין אייראפע.
יישר כח

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 2:36 pm
דורך דוד משה
איך זוך צו קויפן א סים קארד וואס ארבעט אין בעלגיע מיט ביליגע רעיטס און מקען האבן א US נומבער.
אויב ארבעט עס אויך אין אוקריינע איז נאך בעסער.
יישר כח

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 2:48 pm
דורך סמארט גאי
איך זוך א סים קארד פאר א"י

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 3:36 pm
דורך פ' לך לך
סמארט גאי האט געשריבן:איך זוך א סים קארד פאר א"י


http://www.israelsims.com

unlimitedisrael.com

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 3:52 pm
דורך דוד משה
די חברה געבן נישט קיין US נומבער

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 5:50 pm
דורך yid
works in the whole world you can get a u.s. number
https://www.worldsim.com/international-sim-card

געשריבן: פרייטאג יוני 10, 2016 11:37 am
דורך דוד משה
yid האט געשריבן:works in the whole world you can get a u.s. number
https://www.worldsim.com/international-sim-card

22 סענט פער מינוט פון בעלגיע קיין USA איז נישט ביליג אבער פעסעבל וויבאלד מקען טעקסטן פאר 8 סענט און אינקאמינג איז פרי, אבער כקען באשטיין צו האבן עפעס ביליגער פון דעם.

געשריבן: פרייטאג יוני 17, 2016 9:37 am
דורך רעדנער
ווער ווייסט וויאזוי קאלט מען ארויס פון קיעוו קיין ארץ ישראל און קיין אמעריקא,וואס דארף מען דיילן פאר די דיסטענאציע נאמבער?

געשריבן: פרייטאג יוני 17, 2016 11:24 am
דורך מיסטעריעז
קיין אמעריקא (718 עריע קאוד )= 001718
קיין ארץ ישראל = 0097 און נאכדעם 2 פאר ירושלים 3 פאר בני ברק וכו'

געשריבן: פרייטאג יוני 17, 2016 1:39 pm
דורך רעדנער
שיינעם דאנק

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 8:27 pm
דורך מיסטעריעז
דוד משה האט געשריבן:איך זוך צו קויפן א סים קארד וואס ארבעט אין בעלגיע מיט ביליגע רעיטס און מקען האבן א US נומבער.
אויב ארבעט עס אויך אין אוקריינע איז נאך בעסער.
יישר כח

איך זעה יעצט אז פרידאם פאפ געבט פאר $19.99 אנלימיטעד גלאובעל טאלק און טעקסט מיט א גיג דאטא, און א פראמאושן אז פאר $3.99 באקומט מען א סים מיט די ערשטע חודש.

הערט זיך עפעס צו גוט (אפשר איז עס ווייפיי קאללינג?).

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 9:29 pm
דורך בשבילי נברא
מיסטעריעז האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:איך זוך צו קויפן א סים קארד וואס ארבעט אין בעלגיע מיט ביליגע רעיטס און מקען האבן א US נומבער.
אויב ארבעט עס אויך אין אוקריינע איז נאך בעסער.
יישר כח

איך זעה יעצט אז פרידאם פאפ געבט פאר $19.99 אנלימיטעד גלאובעל טאלק און טעקסט מיט א גיג דאטא, און א פראמאושן אז פאר $3.99 באקומט מען א סים מיט די ערשטע חודש.

הערט זיך עפעס צו גוט (אפשר איז עס ווייפיי קאללינג?).

ביי FreedomPop איז אלעמאל ווייפיי קאלינג, וואס מיינט אז די קאלס זענען נישט צו קלאר נאר אויב עס איז א שטארקע קאנעקשאן.

און אויך דארף מען זייער אכטונג געבן אז מ'איז נישט אויפגעסיינט אויף קיין שום עקסטערע זאכן וואס זיי זענען זיך נוהג צו ארויפלייגען אז זיי זאלן קענען צורעכענען געלט אומבאמערקטערהייט.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:36 am
דורך יוראפ
זיי זענען היפש ביליג, נוצן מיר זיי שוין לאנגע יארן ב"ה זייער צופרידן, רוב לענדער איז אינקאמינג פרי, ווי אויך קען מען האבן א US נומער

רוב פון די סארט קאמפעניס גייען זייער שנעל שלאפן, ב"ה זיי האלטן זיך נאך, זיי האבן זיך טאקע במשך די לעצטערע יארן געטוישט מיט פארשידענע זאכן, אבער דאך שטייען זיי נאך

אוודאי די ביליגסטע איז ווען מ'קויפט א לאקאלע סים קארד, אבער נישט אייביג האט מען צייט בשעת מעשה זיך אפצוגעבן דערמיט, און מ'דארף זיך גאר גוט אויסקענען נישט איבערצוצאלן די הויזן (למשל אין אוקריינע איז די ביליגסטע LIFE [בערך 5 סענט א מינוט], אבער רוב פינ'ס וואס מ'קויפט ארבעט נישט און ס'איז נישטא צו וועם צו רעדן)

געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:21 am
דורך וואס א חילוק
דוד משה האט געשריבן:
yid האט געשריבן:works in the whole world you can get a u.s. number
https://www.worldsim.com/international-sim-card

22 סענט פער מינוט פון בעלגיע קיין USA איז נישט ביליג אבער פעסעבל וויבאלד מקען טעקסטן פאר 8 סענט און אינקאמינג איז פרי, אבער כקען באשטיין צו האבן עפעס ביליגער פון דעם.

http://sim.globalroaming.com/rates.html

זיי האבן פאר 12 סענט א מינוט און 9 סענט א טעקסט!

געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:22 am
דורך וואס א חילוק
yid האט געשריבן:works in the whole world you can get a u.s. number
https://www.worldsim.com/international-sim-card

אינטערעסאנט אז זיי האבן נישט קיין אויסוואל ארויסצורופן פון אוקריינע! וואסי פשט?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:25 am
דורך וואס א חילוק
איינער ווייסט ווי מ'קען זעהן וויפיל ס'קאסט אינקאמינט טעקסט?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:50 am
דורך yid
from belgium this is the cheapest but you need to buy it in belgium
http://www.lycamobile.be/en/

געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:04 am
דורך מיסטעריעז
האט אבער נישט קיין אמעריקאנער נאמבער.