טעלעפאן נעצן און פירמעס - וויאזוי ארבעט דאס?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יאהאן וואלפגאנג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 02, 2008 1:45 am
לאקאציע: אונטערן טיש (ציטערנדיג פונעם ווייב'ס שטעקן)

טעלעפאן נעצן און פירמעס - וויאזוי ארבעט דאס?

תגובהדורך יאהאן וואלפגאנג » דינסטאג יוני 17, 2008 8:12 am

די פראגע וואס איך גיי פרעגן עגבערט מיר שוין פון כתה ח', און איך האף אז ענדליך וועל איך טרעפן אן ענטפער דערצו דורך די הילף פון די הויכגעשעצטע מיטגלידער דא אינעם קרעטשמע.

אלזא, ווי יעדער ווייסט ציען זיך גרויסע דיקע טעלעפאן דראטן אינדרויסן פון אונזערע הייזער (פאר די וואס וואוינען אין שטאט: אונטער די ערד) וואס לויפן אריין אין אלע הייזער און פארבינדן דאס גאנצע מענטשהייט מיט איין גרויסע טעלעפאן נעץ. ווער עס האט אויפגעשטעלט דעם נעץ ווייס איך נישט, אבער איך גלייב אז עס האט נישט פאסירט אליין. אלזא, לכאורה וואלט דאך געווען די סברא אז די פירמע וואס האט אויפגעשטעלט די נעץ זאל זיין די זעלבע וואס טוט איינקאסירן פון די קונדן אלע קאסטן פון זייער טעלעפאן באנוץ, ניין?

דערווייל ווייסן מיר דאך אבער אויך אז עס זענען היינט דא צענדליגע טעלעפאן פירמעס, איבערהויפט פאר לאנג-שטרעקיגע (לאנג דיסטענס בלע"ז) טעלעפאן רופן. מיין פראגע איז: וויאזוי קען דאס זיין? האבן זיי אויפגעשטעלט די פיזישע נעצן? ניין. איז וואס יא? וויאזוי ווערט מען א טעלעפאן פירמע? אפשר זאל איך אויך ווערן א טעלעפאן פירמע און אנהויבן צו איינקאסירן אפאר גרייצער (ס'קען זיין שטארק נוצבאר...)? פארוואס נישט? אויב מען דארף נישט איינשטעקן ארבעט און געלט, איז וואס טוען זיי יא? וויאזוי קען מארגן געבוירן ווערן א טעלעפאן פירמע אויב די פיזישע נעצן זענען שוין חי וקיים?

איך האב נאך א פראגע איבער די טעמע, אבער איך וועל צוערשט ווארטן אויפן אן ערקלערונג אויף די ערשטע פראגע.

א דאנק.
והיית משוגע איז נישט קיין מצוות עשה - עס איז נאר א ברכה אז מען איז זוכה.

אוועטאר
וואס וויסטע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 6:28 pm

תגובהדורך וואס וויסטע » דינסטאג יוני 17, 2008 10:35 am

ריכטיג איין פירמע האט איינגעשטעלט און שטעלט ווייטער איין און פארעכט די אלטע ווייערס און ניו יארק הייסט היינט די פירמע ווערייזאן.

און די זעלבע איז מיט קאן עדיסאן און נעשענעל גריד (אמאל געווען קיספעס) זיי שטעל אלעס צו דהיינו פייפס, ווייערס, וכדו' אבער עס איז דא קליינע קאמפעניס וואס געבן די זעלבע זאך פאר ביליגער (איך ווייס נישט צו די ווייסט).

לכאורה וואלסטו ווען גערעכט געווען אז נאר זיי זאלן קענען איינקאסירן געלט אויף זייער הארעוואניע - אבער אין אמעריקע איז דא האנדל געזעצן וואס פארבאטן סיי וועם צו מאניפעלירן אויף א מארקעט (עיין מייקראספט קעיס ועוד ועוד) דאס היייסט קיינער טאר נישט זיין בעל הבית אויף די פרייזן עס מוז זיין פעיר,

ע"כ זענען די קאמפעניס געצווינגען צו פארדינגן ליינס פאר ווער עס וויל דינגן אזוי ארום זאל זיין קאמפעטישען העט די פרייז זיין מעסיג און די זעלבע איז מיט די עלעקטעריג און געז עס טאר נישט זיין איין קאמפעני ווייל ווען יא הייבן זיי די פרייז כעולה על רוחם. און דאס איז א זאך וואס איז לויט די אמעריקאנע געזעץ א פארברעכן.

און לגבי דעם צו די קענסט ווערן א טעלעפאן קאמפעני יא דו קענסט אבער איך וואלט דיך געראטן זאלסט ענדערש ווערן א געז קאמפעני מען דארף גארניטש אינוועסטן דו דארפסט אפילו נישט בילן דיינע קאסטעמערס קאן עדיסן אין נעשענעל גריד טון עס פאר דיר.

(אויף די די קלעסיפיידס איז געווען א עד פון אזא קאמפעני וואס זוכט אגענטן אז דו דארפסט זיין נאמבער קענסטו קוקן אויף די קלאסיפיידס אדער דורך גאגעל טאלק אויף די אדרעססע vosvista עט גימעיל דאט קאם.)
אפשר זאגסטו מיר וואס די וויסט?

אוועטאר
יאהאן וואלפגאנג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 02, 2008 1:45 am
לאקאציע: אונטערן טיש (ציטערנדיג פונעם ווייב'ס שטעקן)

תגובהדורך יאהאן וואלפגאנג » דינסטאג יוני 17, 2008 10:43 am

איז וואס האלט צוריק יעדן שמויגער צו ווערן א א גאז פירמע, אויב עס קאסט נישט קיין צענט און מען ברויך גארנישט טון? ס'איז דאך זיכער אז עפעס ארבעט מוזן די גאז פירמעס טון, ווייל אויב נישט פארוואס שיקט מען נישט די געלט צו מיר?

יעצט, צוריק צו די טעלעפאן פירמעס: האסט פארענטפערט מיין פראגע און געזאגט אז די גרויסע פירמע פארדינגט ליניעס פאר די קלענערע. הייסט עס אין אנדערע ווערטער אז ווערייזאן פארדינגט למשל פאר פירמע ABC געוויסע ליניעס און זיי קריגן באצאלט א געוויסע סומע געלט. אלזא, וואס טוט די צווייטע פירמע, דאס הייסט ABC? ווען איך רוף פון מיין הויז קיין קאליפארניע, נוצנדיג די סערוויס פון ABC, נוץ איך למעשה ווייטער ווערייזאן, ריכטיג? איז וואס טוט ABC? זיי באצאלן נאר געלט פאר ווערייזאן, אדער זיי טוען עפעס ארבעט אויך?

צווייטנס, וואס הייסט דאס זיי קויפן ליניעס? וויפיל ליניעס דארף מען האבן צו עפענען א טעלעפאן פירמע? וואס מיינט דאס ליניעס? פיזישע ליניעס?
והיית משוגע איז נישט קיין מצוות עשה - עס איז נאר א ברכה אז מען איז זוכה.

אוועטאר
וואס וויסטע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 6:28 pm

תגובהדורך וואס וויסטע » דינסטאג יוני 17, 2008 10:55 am

לגבי די ערשטע פראגע קודם יא יעדער שמויגער קען ווערן א גאז פירמע מען דארף נישט האבן א יחוס בריוו ביז אדם הראשון יעדער וואס וויל קען אריין גיין אין די ליין און יא עס איז דא אן א שיעור פון די קליינע קאמפעני'ס, זיי דארפן איין זאך טון זוכן מענטשן זאלן אריבער גיין צו זיי - פארשטייצעך אז עס איז דא א סיסטעם וויזוי דאס ארבעט, איך בין נישט באקאנט ממש ביז די פרטי פרטים וואס דאס איז אוואדי נאר נוגע פאר איינעם וואס וויל טאקע טון דעראינען.

וועגן די אנדערע שאלות האב איך נישט קיין צייט אויף די מינוט מער אריין צו גיין און דיטעילס ועוד חזון למועד אויב קיינער וועט מיך נישט אויסכאפן..
צוגעלייגטע
clasifits.JPG
clasifits.JPG (13.05 KiB) געזעהן 1459 מאל

אוועטאר
יאהאן וואלפגאנג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 02, 2008 1:45 am
לאקאציע: אונטערן טיש (ציטערנדיג פונעם ווייב'ס שטעקן)

תגובהדורך יאהאן וואלפגאנג » דינסטאג יוני 17, 2008 11:40 am

וואס וויסטע האט געשריבן:לגבי די ערשטע פראגע קודם יא יעדער שמויגער קען ווערן א גאז פירמע מען דארף נישט האבן א יחוס בריוו ביז אדם הראשון יעדער וואס וויל קען אריין גיין אין די ליין און יא עס איז דא אן א שיעור פון די קליינע קאמפעני'ס, זיי דארפן איין זאך טון זוכן מענטשן זאלן אריבער גיין צו זיי - פארשטייצעך אז עס איז דא א סיסטעם וויזוי דאס ארבעט, איך בין נישט באקאנט ממש ביז די פרטי פרטים וואס דאס איז אוואדי נאר נוגע פאר איינעם וואס וויל טאקע טון דעראינען.

וועגן די אנדערע שאלות האב איך נישט קיין צייט אויף די מינוט מער אריין צו גיין און דיטעילס ועוד חזון למועד אויב קיינער וועט מיך נישט אויסכאפן..


א גרויסן דאנק פארן מיטטיילן אייערע אינפארמאציע און צייט. מיט דעם אלעם, ווער עס האט מער אינפארמאציע מעג דיך אויסכאפן, אחיאט? און אפילו אויב מען כאפט דיך אויס, מעגסטו אויך דאן אפגעבן דיינע דריי און האלב צענט.
והיית משוגע איז נישט קיין מצוות עשה - עס איז נאר א ברכה אז מען איז זוכה.

אוועטאר
וואס וויסטע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 6:28 pm

תגובהדורך וואס וויסטע » מיטוואך יוני 18, 2008 8:25 pm

יא איך זע אז קיינעם אונטערסירט עס נישט דא אונטערסירט מיר דאס אויך נישט...

איך האב אביסל געליינט דערפון היינט אין איך האב געזען אז דאס איז א שווערע פראצעדור דורך צו גיין צו ווערן עפראווועט מען דארף דורך גיין זיבן סטעפס פאר מען קען בכלל אריין געבן א אפליקאציע צו קאן עדיסאן צו ווערן א עסקא ווי ס'רופט זיך די האלסעילער'ס.

למעשה האב איך געזען אז קאן עדיסאן האט אין ניו יארק אונגאנצן 19 אזעלעכע עסקא'ס
און קיספען היינט נעשענאל גריד האט 24 זעהט אויס אז נישט יעדער שמויגער האט דו צייט און געדולט דורך צו גיין דו גאנצע בויראקראטיע צו ווערן עפראוואט פארדעם עסק.

נאך איבער דעם נושא בקרוב אי"ה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 24, 2008 1:25 am

קודם דאס אז קיספען איז אריבער צו נעשאנעל גריד -אדער געטוישט נאמען - איז פאר מיר א נייעס.

איך האב געזען לעצטענס ווענס פון 'נעשאנעל גריד' כ'אב נישט געקענט כאפן וואס דאס איז, עס ענדלט זייער אינעם קיספען ווען.

לגבי די טעלעפאן קשיא פון וואלפגאנג. יא יעדער קען או האט רעכט צו ווערן א טעלעפאן קאמפאני און באקומט ליינס פון די הויפט פירמע פאר האלסעיל פרייזן, און קען עס ווייטער פארקויפן פאר ריטעיל. פונקט ווי יעדער ביזנעס וועט דער מאנופעקטשורער אוועקגעבן פאר דיעלערס פאר בערך העלפט פרייז פון די MSRP און דער דיעלער האט רעכט ארויפצולייגן וויפל ער באגערט.
והראי'ה ווען עס פאסירט עפעס און מען דארף סערוויסן דיין ליין, וועט למשל ATT דיין פראוויידער דארפן אנרופן זייער מאנופעקטשורער (ווערייזאן) און בעטן אז מען זאל אריבערגיין צו דיין בעקיארד. פונקט ווי א דיעלער וועט רופן די מאנופעקטשורער ווען ס'יז נאך אונטער די וואראנטי.

ווערייזאן פארדינט אסאך פון אוועקגעבן ליינס פאר ביליג, פשוט ווייל זיי דארפן זיך נישט באדערן מיט אזויפיל קאסטומערס, זאל זיך ATT ספראווען מיט דיר א האלבע שעה אויפן ליין. און חוצמזה ארבעט דער סיסטעם אויף צענדליגער טויזענטער ליינס אדער מינוטן וואס ווערייזאן פארקויפט מאנאטליך פאר ATT (לויטן אפמאך) אזוי מאכט ווערייזאן זייער געלט שנעל און ס'יז געווענליך באצאלט.

אבער צו ווערן א טעלעפאן קאמפאני איז דאך וואלף מיר א גאנג.. מען דארף סטראטגלען ווי א בין און אסאך אינוועסטירן (נישט אנדערש פון יעדע בליזנעס, החא?).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט