איך וויל קופן א סעלפאן וועלכע איז דאס בעסטע ?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יגדיל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2007 7:03 pm

איך וויל קופן א סעלפאן וועלכע איז דאס בעסטע ?

תגובהדורך יגדיל » מיטוואך מאי 07, 2008 5:18 pm

איך וויל קופן א סעלפאן וועלכע איז דאס בעסטע ?
בקיצור עס איז דא אופן מארק אריבער הינדערט מינע סעלפונס בלעקבעריס וכו'
וואס איך זיך איז
2} עס זאל נישט זיין אזוי גרויס אבכער עס זאל זיין קלאר
3) והעיקר שכחתי עס זאל כאפען קלאר ווען מען רעדט אופען פאון
פאר אלע וואס ווילען ארוס העלפען זאג איך ייש"כ

מען בעט יעדער זאל שרייבען וואס ער פארמאגט אין צו ער איז ציפרידען
לעצט פאראכטן דורך יגדיל אום מיטוואך נובעמבער 19, 2008 9:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך מאי 07, 2008 6:20 pm

בלעקבערי ווערייזאן
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

יגדיל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2007 7:03 pm

תגובהדורך יגדיל » מיטוואך מאי 07, 2008 6:25 pm

ד.מ וועריזען דארף זיין מיין קעריער?
אין וואס זאל איך טיען אויב איך קען באקומען ביי ספרינט א בליגער פלען ?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך מאי 07, 2008 6:55 pm

ספרינט איז ביליגער אבער ווערייזאן איז בעסער
באט ספרינט איז נישט שלעכט
אבער נעם דוקא בלעקבערי אדער ווינדאוס מאביל נישט פאלם (כאטש פאלם איז ביליגער)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 08, 2008 12:21 am

ספרינט איז טאקע ביליגער, אבער יו געט וואט יו פעי פאר.

מיט ווערייזאן בלעקבערי (איך מיין אז אלע מאדעלס) ארבעט נישט די דזשי-פי-עס, סאו טאמער דארפסטו דזשי-פי-עס גיי ענדערש מיט טי-מאביל.

טאטש נישט ספרינט, מיט קיין שום פאון. וועסט נאר שעלטן דעם טאג וואס דו האסט געשריבן קאנטראקט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מאי 08, 2008 9:38 am

מאשקע האט געשריבן:טאטש נישט ספרינט, מיט קיין שום פאון. וועסט נאר שעלטן דעם טאג וואס דו האסט געשריבן קאנטראקט.


אבי געשאסן, איך פארשטיי אז דו האסט געהאט מיט זיי שלעכטע עקספיריענס, און דו ביסט פארווייטאגט אויף זיי, אבער איך קען מער מענטשן מיט טענות אויף טי מאביל און אנדערע קעריער ווי ספרינט קאסטומער.

איך נוץ שוין ספרינט איבער דריי יאר אנע פראבלעמען, נישט טעקניקל, און נישט בילינג, דאס איז זיכער אז ווערייזאן איז די בעסטע אבער ביי זיי צאלט מען אין באבנ'ס באבן אריין, איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיך לוינען צו צאלן פינף מאל אזוי פיל ווען דו קענסט האבן אביסל שוואכער'ס פאר א פיפטל.

גילו דעת: איך ארבעט נישט פאר ספרינט און איך מאך נישט קיין געלט פון זיי, אבער לעצטנס האבעך געהערט פון עטליכע פירן א קאמפיין קעגן זיי און איך מיין אז עס איז א שאד אידיש געלט, פארדעם רוף איך מיך אן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 08, 2008 9:43 am

איך זיץ שוין מיט טי מאביל פון דעי וואן וואס איך האב א סעלפאן, איך האב ב"ה קיינמאל געהאט קיין פראבלעמען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג מאי 08, 2008 10:01 am

דאס איז מיין עקספיריענס אין איך וויל נישט הערן פון די חברה מער. צרות ומרות געהאט מיט זיי.

וואס איך ווייס, מיין אינפארמאציע איז:אז ספרינט האט א קאטנטראחקט א מיט אלע סוקלס אין קאלעדזשעס, אויף די שוואכסטע סטודענט'ס גייען ארבעטן צו זיי, מען דארף גארנישט קענען.

ווילאנג ברויך מען ווארטן אויפן ליין צו באקומען א נארישן רעפרעזענטעטיוו? עעעעעעעענדליך עפעס א שמוציגס הייבט אויף פון פילפלינ'ס אומגעגנט, איז די תירוץ אויף די ערשטע פראגע, 'סאחרי יור סערוויס איז אטנדער די ניו טעקניקעל...' בללאח בללאח כאטשוין לאנג אראפ געזעצט די פאון! ביניך נייגעריג אונטער וועמענס סערווער זיי האלטן זייער סערוויס? (ניטאמאל קרעטשמע גייט מיך אטן דער עיקר אז איך דאנק דעם קרעטשמע אז עס ארבעט... העי העי פאטליטיק... ששש...) נאאא איך בין באמת נישט נייגעריג צו וויסן יור האחנאטר צו וועם ספרינט איז אנגעהאטקט.

ענדליך פארגינען זיי מיר יא אמאל א רעפרעזנטעטיוו וואס איז צופעליג יא פאר מיין דיפארטמענט, העעעי קיין אנונג וואס זיי רעדן! קיין אנונג! מיין איך זילטש, נאו קלאט. מטרענסופערט מרעדט מ'דרייט מען קומט נירט ארויס מיט עפעס א נארמאלער תירוץ.

*

צוגלייך קאטל אמאל ווערייזען, אין די רגע וועלן זיי וויסן וואס די אישו פראבלעם איז, יו נאו וואחט זאג זיי נאר פאר א דזשוק אז דו האסט געהאט א "דראחפלט קאטל" (נוסח כולל יונגעלייט).
קום מיר נאר זאגן וואס זיי האבן געזאגט, נעווער עווער וועלן זיי האבן א פראבלעם.

יעצט קומט'ס אלע ארויס פון בונקער אין באווארפט'ס מיך מיט "האאללללאוי!" ספרינט האט ראטמינג - איז דאס נישט ווערייזאטן?!

ראטמינג שמאטמינג! הערטס אויף. ס'איז מיר נישט ווערט די איין מינוט ראטמינג ווען איך פאל אריין אין א סביבה אן סערוויס פאר א רגע. עההה געב מיר גוטע סערוויס נישט נאר אויפן פאון, נאר אויך א קאסטומער סערוויס.

*

אין נאכאמאל דאס איז ספרינט, נישט אזוי?

אבער יגדיל זיסער, דו טו נאר וואס דו פארשטייסט, באחלד העט נאטך יאנאש זאגן אז איך ארבעט פאר ווערייזן... וויל איך קלאר מאכן אז איך האב אינגאנצן נישט קיין ווערייזאטן, איך האב... ספרינט!


זיצט ער טאקע דא, דער אלטער'ל מיטן שמאחטע פאון/פאון סערוויס...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מאי 08, 2008 10:14 am

אלטער, איך ווייס נישט וואו איך בין געווען ווען דו האסט געשריבן יענעם זיסן ארטיקל, אבער ווי עס זעהט אויס האב איך נישט מגיב געווען דארט.

איך דינג מיך נישט מיט דיר אז זייער סערוויס איז די 'ווארסט אין די ביזנעס', אבער איך זעה נישט ווי מען ברויך האבן קאסטעמער סערוויס ביי א סעלפון.

ווען איך קויף א וואש מאשין וועליך קוקן אויף אסאך זאכן, איז עס א גוטע מאשין, וויפיל יאר האלט עס, ווי שנעל מאכט עס א לאוד, וויפיל הייס וואסער נוצט עס, וויפיל קאסט עס, האט עס א גוטע ווארענטי, וכדו', אבער וויאזוי די קאמפאני'ס קאסטומער סערוויס רעקארד איז גיי איך ניטאמאל טשעקן.

די זעלבע זאך איז מיט א קאר, די זעלבע זאך איז מיט שטריימל, און די זעלבע זאך איז מיט א סעלפון, זאלט איר מיר מוחל זיין, וואט דע העלל ברויך מען קאסטומער סערוויס אויף א פארשטינקענע סעלפון, איך געדענק נישט ווען איך האב דאס לעצטע מאל געקאלט ספרינט, איך זאג נישט, די פאר מאל וואס איך האב יא געקאלט איז טאקע געווען א גיהנום, אבער צוליב דעם זאל איך צאלן פינף מאל אזויפיל יעדן חודש פאר דריי יאר? איי רילי דאונט געט איט.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג מאי 08, 2008 10:39 am

גראדע, לעצטענס האבן זיי פיל פיל פארבעסערט זייערע קאסטומער-סערוויס, אין די לעצטע 2 וואכען איז מיר אויסגעקומען זיי צו רופען בערך 5 מאל, און 4 פון די 5 האבן זיי אויפגעהויבען אונטער 20 סעקונדעס, און איינמאל אונטער א מינוט, דאס הייסט זייער שיין, דאכט זיך. (ענגליש קען איך נישט קיין סך בעסער ווי זיי, קום איך מיר דורך מיט זיי.)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מאי 08, 2008 10:57 am

און ואס איז מיט פאלם סענטרא? (ספרינט)

צו קענען גוט בראוזן די 'נעט. און וויאזוי איז עס מיט רעדן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 08, 2008 10:59 am

יאנאש האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:טאטש נישט ספרינט, מיט קיין שום פאון. וועסט נאר שעלטן דעם טאג וואס דו האסט געשריבן קאנטראקט.


אבי געשאסן, איך פארשטיי אז דו האסט געהאט מיט זיי שלעכטע עקספיריענס, און דו ביסט פארווייטאגט אויף זיי, אבער איך קען מער מענטשן מיט טענות אויף טי מאביל און אנדערע קעריער ווי ספרינט קאסטומער.

איך נוץ שוין ספרינט איבער דריי יאר אנע פראבלעמען, נישט טעקניקל, און נישט בילינג, דאס איז זיכער אז ווערייזאן איז די בעסטע אבער ביי זיי צאלט מען אין באבנ'ס באבן אריין, איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיך לוינען צו צאלן פינף מאל אזוי פיל ווען דו קענסט האבן אביסל שוואכער'ס פאר א פיפטל.

גילו דעת: איך ארבעט נישט פאר ספרינט און איך מאך נישט קיין געלט פון זיי, אבער לעצטנס האבעך געהערט פון עטליכע פירן א קאמפיין קעגן זיי און איך מיין אז עס איז א שאד אידיש געלט, פארדעם רוף איך מיך אן.


1) איך בין נישט פארווייטאגט אויף זיי, ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט זייער סערוויס. איך בין מיט ווערייזאן זינט איך האב א סעלפאון.

2) וואס איך בין יא פארווייטאגט איז, אז ווען איך קאל "דיך", אדער א צווייטן וואס האט ספרינט, האב איך בלויז א 50 פראצענט שאנס אז ס'זאל אדורכגגיין דער קאל.

3) טעקניקעל און בילינג? און וואס טוט זיך מיט רעסעפשאן? א סעלפאון וואס האט נישט קיין רעסעפשאן אויף זייער אסאך פלעצער, הייסט ביי מיר נישט קיין סעלפאון; ס'איז שוין בעסער געווען די פובליק פאונס וואס דו האסט געוואוסט אז ערגעץ אינעם מייל ראדיוס קענסטו מאכן א טעלעפאן קאל.

4) מיט טי-מאביל האב איך נישט קיין קאלינג פלאן, בלויז דאטא, און איך האב כמעט נאכנישט פארלוירן מיין קאנעקשאן. אפשר אין די סיטי איז עס נישט אזוי גוט, ווייס איך נישט.

5) מיט מיין ווערייזאן סעלפאון האב איך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין פסק פון איינעם אז ער האט מיך געקאלט און כ'האב נישט אויפגעהויבן (חוץ אויב כ'האב טאקע נישט געוואלט אויפהייבן...). ס'כאפט איבעראל, און אז נישט לאזט יענער א מעסעדזש, און - ראה פלא - נאך א מינוט קומט מיר ארויף אן ענוועלאופ און ס'גיבט א קלינג אז איך האב א מעסעדזש! מי יתן והי' דאס זעלבע ביי ספרינט! איך קען לאזן פאר מענטשן מעסעדזשעס און נאך א וואך וועלן זיי עס נאכנישט האבן געהערט, פשוט ווייל קיינער האט זיי נישט געמאלדן אז ס'איז דא א מעסעדזש אינעם וואויס מעיל! דאס זעלבע איז מיט טעקסט מעסעדזשעס, פראסט און פשוט האלב דערפון קומט נישט אן, סיי סענדינג און סיי רעסיווינט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 08, 2008 11:00 am

אלעקסיי האט געשריבן:גראדע, לעצטענס האבן זיי פיל פיל פארבעסערט זייערע קאסטומער-סערוויס, אין די לעצטע 2 וואכען איז מיר אויסגעקומען זיי צו רופען בערך 5 מאל, און 4 פון די 5 האבן זיי אויפגעהויבען אונטער 20 סעקונדעס, און איינמאל אונטער א מינוט, דאס הייסט זייער שיין, דאכט זיך. (ענגליש קען איך נישט קיין סך בעסער ווי זיי, קום איך מיר דורך מיט זיי, אזוי אלטער משה האט געזאגט אין זיין דרשה צו ראזענוואסער, פאר ווער עס געדענקט...)


הא גופא קשיא (א שטיקל). פארוואס האסטו געדארפט קאלן קאסטומער סערוויס, 5 מאל אין 2 וואכן?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג מאי 08, 2008 11:40 am

יאנאש האט געשריבן:אלטער, איך ווייס נישט וואו איך בין געווען ווען דו האסט געשריבן יענעם זיסן ארטיקל, אבער ווי עס זעהט אויס האב איך נישט מגיב געווען דארט.


געווען ס'ערשטע ארטיקל ביינונז אונז קרעטשמע; משטיינס געזאגט ס'ערטשע ארטיקל בכללל.

יאנאש האט געשריבן:איך דינג מיך נישט מיט דיר אז זייער סערוויס איז די 'ווארסט אין די ביזנעס', אבער איך זעה נישט ווי מען ברויך האבן קאסטעמער סערוויס ביי א סעלפון.

ווען איך קויף א וואש מאשין וועליך קוקן אויף אסאך זאכן, איז עס א גוטע מאשין, וויפיל יאר האלט עס, ווי שנעל מאכט עס א לאוד, וויפיל הייס וואסער נוצט עס, וויפיל קאסט עס, האט עס א גוטע ווארענטי, וכדו', אבער וויאזוי די קאמפאני'ס קאסטומער סערוויס רעקארד איז גיי איך ניטאמאל טשעקן.

די זעלבע זאך איז מיט א קאר, די זעלבע זאך איז מיט שטריימל, און די זעלבע זאך איז מיט א סעלפון, זאלט איר מיר מוחל זיין, וואט דע העלל ברויך מען קאסטומער סערוויס אויף א פארשטינקענע סעלפון, איך געדענק נישט ווען איך האב דאס לעצטע מאל געקאלט ספרינט, איך זאג נישט, די פאר מאל וואס איך האב יא געקאלט איז טאקע געווען א גיהנום, אבער צוליב דעם זאל איך צאלן פינף מאל אזויפיל יעדן חודש פאר דריי יאר? איי רילי דאונט געט איט.


העללא יאנאש; ארבעטסו טאקע פאר ספרינט? אדער דו מאכסט דיך גערעגט ווי איך?

סלאו דאון, פונקט ווי די האסט נישט אריינגעלייגט דיין טונא סענדוויטש אדער דיין וועקער זייגער אין דיין ליסטע ווי דו האסט אריינגעשטעלט דיין שטריימעל מיטן וואש מאשין, קוקט אויס ווי דו פארשטייסט אז עס איז יא דא א חילוק.

הער אויס, ווען איך קויף א וואש מאשין איז דאס געקויפט, שטימט? איז דאס א גוטער א מאחדעל איז גוט, אויב פאל איך אריין? טאטף לאטק. געדאטמפט, אין מען קויפט נאכאיינס.

קויפן מיר א שטריימעל, ביניך געווען ביים שטריימעל מאכער מיט א שיליון מבינים אין סטאטר מיט עידזשענטס פון די גאנצע נעשאטן, סאו? אויב האסטע א טענה? גיי זאג פארן עידזשענט, ער האט געזאגט אז "די שטריימל רעדט ווערטער", בשעתו.

יעצט; ווען מען האט א סעלפאון אין מען דערסזעהט זיך אטלל אטף סאטדען מיט א געשוואלענער ביל, וואס טוט מען אזא צייט? מען קאלט "קאסטומער סערוויס" ריכטיג?

יאנאש האט געשריבן:וואט דע העלל ברויך מען קאסטומער סערוויס אויף א פארשטינקענע סעלפון,


פארשטייסט פארוואס מען ברויך קאסטומער סערוויס? יעצט גיי קאלל ספרינט ארין זאכג מיר 'היי יו דזשויענט דעם...'

אין דאס איז עקזעקטלי וואס דו האסט עגריד מיט מיר אז ווען מען האט יא געברויכט קאללען איז דאס געווען א גיהנום, געב עס נאך א מינוט, אין באלד וועסטו מיר זאגן, העל נאו סערוויס ספרינט!

קאטם אחן... פינעף מאל אזויפיל יעדע חודש? דאס קומט פון די העצע וועב זייטלעך אקעגן ווערייזאן, אינדזשויסט ספרינט - אבער מודה ביסטע אז זיי זענען נישט די בעסטע, איא?
אקעי אונזער פריינט יגדיל זוכט די בעסטע.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מאי 08, 2008 12:03 pm

באמת האב איך וואס צו ענטפערן איבער דעם נושא, אבער היות ספרינט האט באשלאסן מיך פונקט היינט אפצוטון, צוויי קאללס האבן געפעידעט גלייך נאך מיין פריערדיגן דרשה, זעהט אויס אז מן השמים וויל מען אנדערש, סאו יאנאש ווארפט זיך אונטער דעם רצון השם.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 08, 2008 12:22 pm

די קאלס פלעגן אייביג פעידען, נאר האסט עס פשוט נישט אינאכט גענומען...
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט