בלאט 1 פון 1

פאלם: xiino צו לייענען די קרעטשמע

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 27, 2008 5:37 pm
דורך שיכור
די לעצטע צוויי וואכן קען איך נישט לייענען קיין אידיש דורכ'ן פאלעם

עס איז מיר אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דערוועגן
ווייל צו וועם איך רעד וואס האט א פאלעם, האט די זעלבע פראבלעם

די פראבלעם איז סיי מיט פיילאק און סיי מיט היברו

Re: לייענען די קרעטשמע פון מיין פאלעם

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 27, 2008 5:38 pm
דורך אנדי פעטיט
שיכור האט געשריבן:די לעצטע צוויי וואכן קען איך נישט לייענען קיין אידיש דורכ'ן פאלעם

עס איז מיר אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דערוועגן
ווייל צו וועם איך רעד וואס האט א פאלעם, האט די זעלבע פראבלעם

די פראבלעם איז סיי מיט פיילאק און סיי מיט היברו


איך האב געזעהן איבער דער פראבלעם אויף ה"פ, און דערט רעדט מען ארום איבער סאלושענס.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 27, 2008 5:39 pm
דורך שיכור
ער הייסט דאונלאודן היברו לייט

אבער ס'העלפט נישט

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 27, 2008 7:49 pm
דורך מאשקע
איך האב שוין געהערט דעם פראבלעם פון צוויי חברים אין די לעצטע וואך (אז זיי ווילן קענען סיי זיך אנרופן). איך שטעל מיך פאר אז פאלם האט עפעס געאפדעיט זייער בראוזער און דאס מאכט דעם פראבלעם.

געשריבן: פרייטאג מארטש 28, 2008 2:19 am
דורך KCSP
איך האב אויך דעי פראבלעם

געשריבן: זונטאג מארטש 30, 2008 1:54 pm
דורך שיכור
קיינער האט נישט קיין עצה???
איך רעד און די נאמען פון נאך צענדליגער אינגעלייט

געשריבן: זונטאג מארטש 30, 2008 5:36 pm
דורך מאשקע
איך הער עס פון נאך און נאך מענטשן. ס'איז לאו דוקא קרעטשמע, נאר אויך היידפארק.

די איינציגסטע טרייסט איז דערווייל - צרת רבים חצי נחמה.

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 11:42 am
דורך MUTCHE
איך האב געטראפן!
נוצט דעם בראוסער מיטן נאמען xiino וואס ארבעט שנעלער ווי בלעיזר וואס קומט מיט פאלם.
מען קען עס אראפ נעמען פון דא:
www.mobirus.com
(און די קאוד איז ביי קאודס פאר פאלם כידוע...)
עס ארבעט א מחי'...

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2008 4:13 pm
דורך שיכור
די לינק ארבייט נישט
אבער איך האב עס גענומען פון דא
http://www.mobinix.com/hosting/free/200 ... iino-341e/

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 11:32 am
דורך thefact
איך קען ליינען מיט xiino אבער נישט שרייבן

געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2008 1:28 am
דורך MUTCHE
איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט xiino אייגענטלעך איז דאס געשריבן געווארן פון מיין treo אויף xiino, איך נוץ piloc.

געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:07 am
דורך thefact
לאמיך טרייען נאכאמאל
יא ס'ארבעט א מחי'
שכח

איין זאך מ'קען נישט נוצן די תגובה מהירה

געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:26 am
דורך זיידעניו
יישר כח

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 11:44 am
דורך MUTCHE
ס'איז טאקע נישט אזוי שיין אויסגעשטעלט ווי web און ס'גאנץ ציפארן די פעידזשס, אבער ס'זעהט מיר אויס שנעלער און ווען מען וויל צוריק גיין א זייט גייט עס גלייך אריבער...

געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2008 12:24 pm
דורך thefact
איך האב שטארק הנאה פון די אפשען אין xiino אנצושטעלן די "אימעדזש קוואליטי" אויף "פריוויא" אדער "טעקסט" עס פארשנעלערט דאס לאודען פי כמה

געשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2008 1:57 am
דורך שוועמל
איך ווייס נישט אויב ס'שוין אויסגעשמועסט דא, עס איז דא א וועבסייט פאר א פאלם וואס שטעלט אויס יעדן סייט געאייגנט פארן פאלם.

WWW.MOWSER.COM
און טייפט אריין די אדרעסע וועט יענער סייט זיך עפענען לויטן אויסשטעל פארן פאלם.