פאלם טריאו בלעקבערי ???

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נפתלי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2007 11:31 pm
לאקאציע: אויף דע וועלט

פאלם טריאו בלעקבערי ???

תגובהדורך נפתלי » זונטאג ינואר 06, 2008 11:51 pm

וועלכע פון דו דריי איז פאר מיר ?
איך זאל קענען טשעקען אימעל. אינטערנעט קאנעקשן. צומאל ציטשעפענען צו א לעפטאפ (מיט א בלעקבערי גייט דאס)
סקעדשול און רימיינדער

צווייטע שאלה : ארבעט איינע פון דע מיט קוויק באקס. אדער א אנדערע אויפן צו פירן איפארמאציע פון מיין אפיס קאמפ. צום טעל.

בכל הכבוד:נפתלשי

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג ינואר 07, 2008 9:12 am

איך האב אמאל געהערט פון איינעם, אז פון א בלעקבערי קען מען אריין גיין צו logmein.com, און פון דארט קען מען אריין גיין צום אייגענעם קאמפיוטער.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג ינואר 07, 2008 9:35 am

3x0 האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון איינעם, אז פון א בלעקבערי קען מען אריין גיין צו logmein.com, און פון דארט קען מען אריין גיין צום אייגענעם קאמפיוטער.
פון א טריאו קען מען אויך.

ווי אויך קען מען האבן קוויק בוקס אויף אלע דריי.

מענטשען זאגען אז פאר אינטערנעט קאנעקשאן און אימעיל איז בלעקבערי דאס בעסטע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג ינואר 07, 2008 1:35 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון איינעם, אז פון א בלעקבערי קען מען אריין גיין צו logmein.com, און פון דארט קען מען אריין גיין צום אייגענעם קאמפיוטער.
פון א טריאו קען מען אויך.

ווי אויך קען מען האבן קוויק בוקס אויף אלע דריי.

מענטשען זאגען אז פאר אינטערנעט קאנעקשאן און אימעיל איז בלעקבערי דאס בעסטע.


גם אני מצטרף לדברי אנדי

נפתלי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2007 11:31 pm
לאקאציע: אויף דע וועלט

תגובהדורך נפתלי » מאנטאג ינואר 07, 2008 10:23 pm

אקעי. ביי מיר האט נושא חן געווען. בלעקבערי 8830 פין וויראזן. האט איינער דא געהאט דערמיט א גוטע עקספריענס ?

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » דינסטאג ינואר 08, 2008 6:11 pm

נפתלי האט געשריבן:אקעי. ביי מיר האט נושא חן געווען. בלעקבערי 8830 פין וויראזן. האט איינער דא געהאט דערמיט א גוטע עקספריענס ?


יא איך

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך ינואר 09, 2008 1:24 am

און וואס טוט זיך מיט א אייפאון, פאר אימעיל און וועב בראוזינג הייסט דאס די בעסטע, אבער האט דאס די מעלות פון די אנדערע דריי, ווי צוטשעפענען צו א קאמפיוטער, סקעדזשול וכו'.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג ינואר 20, 2008 3:30 pm

מאשקע באימעיל האט געשריבן:איך וויל דא נאכאמאל אויסדרוקן מיינע דאנק געפילן פון טיפעניש פון הארץ. דו האסט נישט קיין אהנונג וואס דו האסט געטון מיט מיר.

איך פלעג זיין אראפגעבינדן צו מיין צוריקגעבליבענע פאלם, מיט א קאנעקשאן צו מיין טעלעפאן. פארשטייט זיך אז בשעת כ'בין געווען קאנעקטעד האב איך נישט געקענט רעדן אויפ'ן טעלעפאן, און דאס זעלבע פארקערט. און טאמער בין איך געווען קאנעקטעד צום אינטערנעט, האב איך נישט געקענט רעדן אויף גוגעל טאלק. און טאמער האב איך געהאלטן אינמיטן קוקן א וועב-פעידזש און איינער האט אריינגעקאלט, און די פאון-קאל האט אנגעהאלטן מער פון א מינוט, האב איך געדארפט ריסעטן דעם פאלם... בקיצור, כ'האב נישט געלעקט קיין האניג.

אויסערדעם וואס יעדעס מאל וואס כ'האב געוואלט מאכן א קאנעקשאן, האב איך געדארפט דיסקאנעקטן מיין בלו-טוט אויפ'ן אויער פונעם טעלעפאן, כדי צו קענען קאנעקטן דעם פאלם צום טעלעפאן. און ווען עמיצער האט אריינגעקאלט האב איך געדארפט ווארטן ביז'ן ריסעטן כדי צו קענען צוריק קאנעקטן דעם בלו-טוט צו רעדן אויפ'ן אויער... בקיצור, כ'בין געווען "קאאל" אז כ'האב אינטערנעט אויף מיין פאלם, אבער ס'געווען יענץ גיהנם...

און ווען כ'האב געטייפט, האב איך געטייפט מיט א סטיילוס אויפ'ן סקרין... מיט 101 טעותים, נאכדערצו אז פון אזויפיל ניצן איז דער סקרין געווען פאררוקט פון פלאץ, אזוי אז אפילו די אפשען פון פאלם דאס צוריקצושטעלן אין סענטער האט נישט געהאלפן, און כ'האב געדארפט מאכן פונקטליכע קאלקיולעישאנס וועלכע אות ס'גייט ארויסקומען ווען כ'וועל דרוקן דעם סמ"ך, און וואס כ'דארף דרוקן צו באקומען אן ענדע צדיק... אויף אלע גויים געוואונטשן...

און נאך יעדע 10 פעידזשעס (בערך) אויפ'ן נעט, האב איך געדארפט ארויסגיין פונעם פראגראם (אפערע מיני) און דאס נאכאמאל אנצינדן, וואס דאס אליין דויערט איבער א מינוט. אויך האב איך נאר געקענט האבן דעם אלטן שוואכערן אפערע מיני 3, ווייל די נייערע ארבעט נישט ווען "פיילאק" אידיש סופארט איז אינסטאלט...

ביז איך בין פלוצלינג אויפגעראכטן געווארן מיט'ן בלעקבערי. דאס האט מיך ממש געראטעוועט! כ'האב דערויף גוגעל טאלק, בלעקבערי בראוזער, יאהו מעסענדזשער, אפערע מיני 4 די נייעסטע ווערסיע וואס ארבעט א מחי', כ'קען קוקן 150 זייטלעך און נישט האבן קיין פראבלעם. אלע פיקטשערס לאודען זיך געהעריג, ס'איז נישט לימיטעד מיט מעמארי, און טאמער איינער שיקט מיר א מעסעדזש אויף גוגעל אדער בלעקבערי מעסענדזשער, געב איך א סוויטש אריבער, כ'קוקט וואס יענער שרייבט, און כ'גיי צוריק צו וואו כ'האב געהאלטן. אויך דאס טייפן גייט ב"ה זייער שנעל, כ'האב דערויף א פולע קיבאורד (נישט די "שור-טייפ") און ס'איז ממש א מחי'. ס'איז א סינטש צו סוויטשן פון אידיש צו ענגליש און פארקערט.

בקיצור, כ'קען נישט געהעריג ארויסברענגען אלע מעלות און מסביר זיין די פרייהייט וואס דער בלעקבערי האט מיר געברענגט. אבער איך קען דיר עס זאגן אין איין ווארט: אזא פרייליכן טאג ווי כ'האב געהאט פארגאנגענעם פרייטאג, האב איך שוין זייער לאנג נישט געהאט!

יישר כח נאכאמאל פאר דיין הילף, און דו קענסט עס אויך שיקן צו דיין חבר וואס האט מיר געהאלפן אויפ'ן טעלעפאן, כפי ראות עיניך.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט