עפראווד לינק - Approved Link
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
approved link סערוויס
האט אפשר איינער עקספיריענס מיט אפראווד לינק סעלפאון סערוויס?
מיז מען דווקא קויפן סערוויס ביי זיי, אדער קען מען ארויף לייגן א פריפעיד קארד נומבער פון ווערייזאן אדער פעידזש פלאס?
מיז מען דווקא קויפן סערוויס ביי זיי, אדער קען מען ארויף לייגן א פריפעיד קארד נומבער פון ווערייזאן אדער פעידזש פלאס?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30709
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
מיסטעריעז האט געשריבן:פר בן בקר האט געשריבן:איך מיין אזוי.
אבער די טעלעפואנס זענען געבלאקט און מ'קען נישט ארויפלייגן אנדערע סערוויס.
huh?
Huh זה מהו? וואס איז דיר א וואונדער? זיי נעמען ארויס פון אינבעק דער סטיקער מיט די אינפאו וואס איז נויטיג צו טוישן סערוויס און זיי לייגן זייער אייגענע.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
וואס זאל איך אבער טון אז איך ווייס פון א שיינע פאר וואס נוצן זייערע פאונס מיט אנדערע סערוויס? (קען זיין אז עס איז א חילוק די ערשטע פאון זייערע מיט די שפעטערע)
ביי די פאון אינפא קען מען נישט זעהן די meid?
ביי די פאון אינפא קען מען נישט זעהן די meid?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30709
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
מיסטעריעז האט געשריבן:וואס זאל איך אבער טון אז איך ווייס פון א שיינע פאר וואס נוצן זייערע פאונס מיט אנדערע סערוויס? (קען זיין אז עס איז א חילוק די ערשטע פאון זייערע מיט די שפעטערע)
ביי די פאון אינפא קען מען נישט זעהן די meid?
נישט געקוקט, אבער פול מיט זאכן ביי די פאון סעטטינגס קען מען נישט אריינגיין צו. (יעצט טראכט איך אז אפשר פארמיש איך מיך מיט א צווייטע אן-טעקסט סעלפאן קאמפאני, נאמן.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פר בן בקר האט געשריבן:די אלטע האט מען געקענט לייגן אנדערע סערוויס.
אויף ק"מ איז יענע וואך געווען א אינטערוויו מיט זיי, מ'האט גערעדט דארט אז זיי געבען יעצט ארויס עפעס א נייע מאדל.
איך ווייס פון צוויי מאדעלס וואס זיי האבן שוין ארויסגעגעבן, די ערשטע איז געווען א בלויע (Samsung Smooth), די צווייטע א גרויע Samsung Gusto 2 (אפשר האבן זיי אויך די Gusto 3, נישט זיכער).
וועלכע רופט איר אלטע?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 17, 2017 9:33 am
נייעס: אפראווד לינק unlimited סערוויס בלויז $25
אויף קול מבשר איז היינט דא אן עד אז אפראווד לינק גייט אראפלאזן די פרייז צו 25 דאלאר אנלימיטעד
דאס מיינט ביליגער ווי ווערייזאן און פעידז פלאס וכו', אבער זיי געבן די סערוויס נאר פאר כשר'ע פאונס
ביי די וועי האב איך געהערט אז פעידזש פלאס גיט יעצט אויך אראפ צו $30
דאס מיינט ביליגער ווי ווערייזאן און פעידז פלאס וכו', אבער זיי געבן די סערוויס נאר פאר כשר'ע פאונס
ביי די וועי האב איך געהערט אז פעידזש פלאס גיט יעצט אויך אראפ צו $30
-
- שר העשר
- תגובות: 42
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 4:20 pm
עין טובה האט געשריבן:זיי געבן באאם סערוויס, וואס קאסט 19.99
ניין בום סערוויס איז א צווייטער
אפראווד לינק האט זייער אייגענע נעטווארק אינטער ווערייזאן און היינט מעלדן זיי אויף קול מבשר אז זיי וועל ןאנהייבן געבן $25 אנלימיטעד זיי דרוקן שטארק אז עס וועט זיין ממש אנלימיטעד
באאם איז עפעס א נייע קאמפאני אויך אינטער ווערייזאן וואס געט 6000 מינוט פאר $20 (אין די סעלפאון געזעצן מעג מען דאס רופן אנלימיטעד)
- שמואל שמעלקא
- שר חמש מאות
- תגובות: 721
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am
-
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm
- שמואל שמעלקא
- שר חמש מאות
- תגובות: 721
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am
יענקל פאטאש האט געשריבן:שמואל שמעלקא האט געשריבן:איינער ווייסט די נומער ווי מען קען אריין רופן פאר זייער פרעמאשען וואס זיי האבן יעצט ציבאקומען זייער פאון פאר פרי ???
גערופן די נומער אויף די באקס האבן זיי מיר געגעבן א אנדערע נומער צו רופן, אבער יענע נומער הייבט נישט אויף !!! ווייסט איינער אויב עס גייט נאך אן ???
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
-
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm
שמואל שמעלקא האט געשריבן:יענקל פאטאש האט געשריבן:שמואל שמעלקא האט געשריבן:איינער ווייסט די נומער ווי מען קען אריין רופן פאר זייער פרעמאשען וואס זיי האבן יעצט ציבאקומען זייער פאון פאר פרי ???
גערופן די נומער אויף די באקס האבן זיי מיר געגעבן א אנדערע נומער צו רופן, אבער יענע נומער הייבט נישט אויף !!! ווייסט איינער אויב עס גייט נאך אן ???
- אטעטשמענטס
-
- al.JPG (74.94 KiB) געזען 6086 מאל
Approved link 4g sim
געזען היינו אן עד אז עפראווד לינק האט זעהט אויס אז נייע זאך: 4g sin פאר ווערייזען. וואס מיינט עס, אז מען קען נאר ניצן די פאון צי רעדן, אדער דעטע אויך פאר די כשרע עפפס א שטייגער ווי מעפס. בכלל איז מיר אונטערעסאנט וואס זיי עדווערטייזן כסדר זייערע 4g phones, וואס האט מען פון 4ג אויב די אינטערנעט איז סיי ווי געבלאקט?
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9222
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
יונתן האט געשריבן:געזען היינו אן עד אז עפראווד לינק האט זעהט אויס אז נייע זאך: 4g sin פאר ווערייזען. וואס מיינט עס, אז מען קען נאר ניצן די פאון צי רעדן, אדער דעטע אויך פאר די כשרע עפפס א שטייגער ווי מעפס. בכלל איז מיר אונטערעסאנט וואס זיי עדווערטייזן כסדר זייערע 4g phones, וואס האט מען פון 4ג אויב די אינטערנעט איז סיי ווי געבלאקט?
די וועג וויאזוי סעלפאון קאלס גייען דורך אין די לופטן טוט אצינד אריבערגיין א שטארקע טראנספארמאציע פון די עלטערע טעכנאלאגיע ווערסיעס צו נייערע און מער פארגעשריטענע מהלכים, וואס די נייערע ווערט אנגערופן 4 דזשי (4G).
די ווייערלעס סעלפאון טעכנאלאגיע האט זיך לכתחילה אנגעהויבן ביים ערשטן שטאפל ביי אנאלאג, 1X, דערנאך איז עס אריבער צו 2G, און 3G, און יעצט איז שוין כמעט אלעס ביי 4G און אויפן וועג שוין כמעט צו 5G.
(ס'איז א לאנגע אריכות, אבער בקיצור איז דאס די וועג וויאזוי די סעלפאון כלי אויף וואס דו רעדסט/טעקסטס/קוקסט קאנעקט זיך צום סעלפאון טאוער אין דיין געגנט, וואס אויף יעדן טאוער איז דא אזעלכע ברייטע קאמיוניקאציע געצייגן וואס דאס פירט אריבער די קול/דעטע פון דיין סעל צו די ברייטע וועלט).
איז אזוי, ביז יעצט ווען מ'האט נאכנישט געהאלטן אזוי ווייט און פארגעשריטן, האבן די קאמפאניס נאך אנגעהאלטן די עלטערע מעטאדן אויך, אין א בחינה פון "גם מזה אל תנח ידיך" אז זיי האבן גענוצט 4G בעיקר פאר די אינטערנעט באנוץ, און די "רעדן" חלק, Voice / Talk בלע"ז, האבן זיי נאך געלאזט ארבעטן אויפן אלטן אויסגעטרעטענעם מהלך פון 2 דזשי אדער 3 דזשי וכדו', ווייל 4G איז נאכנישט געווען אזוי גוט אויפגעארבעט און reliable זיך צו קענען פארלאזן אז ס'וועט אלעמאל ארבעטן גוט, און מ'וועט קענען רעדן און הערן דערויף כדבעי.
ווי למשל זייער אסאך סעלפאון טאוערס איבער אמעריקע האבן אין אנפאנג נאך בכלל נישט געהאט קיין 4g, נאר די עלטערע 1X, און אין אזעלכע געגנטער האט די סעלפאון טאקע געכאפט זייער גוט אויף צום רעדן, אבער אויף צו נוצן וועיז אדער אימעיל האט עס געקענט גיין שטייטער פון שטייט, וכו' ממש ווי דייל-אפ ז"ל.
אבער יעצט האלטן מיר דאך שוין אין יארע תש"19 זענען די דראטלאזע טעלעקאם ריזן שוין מער זיכער מיט זיך מיט זייער 4G טעכנאלאגיע, און זיי האלטן שוין טיף אינמיטן אריבערפירן אויך די "רעדן" חלק פון די סעלפאונס צו 4G, און צוביסלעך האלטן זיי אין איין אויסלעשן די עלטערע סארטן 2G און 3G, און פירן עס אריבער צו 4 דזשי.
און ביז געציילטע יארן גייען די אלטע סעלפאונס וואס פארמאגן נישט קיין 4G אויפהערן צו פונקציאנירן בכלל, און זיי גייען מער נישט האבן קיין סעלפאון טאוערס מיט וועלכע זיך צו פארבינדן, ווייל קיינער גייט נישט רעדן מער זייער שפראך.
און דאס האט נישט מיט יא אינטערנעט אדער נישט אינטערנעט, אוודאי איז 4G געמאכט בעיקר פאר אינטערנעט, אז די אינטערנעט זאל ארבעטן שנעל און געשיקט, אבער די וועג וויאזוי די קאמפאניס האבן דעזיינט אז "רעדן" זאל ארבעטן אויף די 4 דזשי פאונס, איז בערך אזוי ווי VoIP, אז די קול גייט דורך אן אינטערנעט ליין, און ביי סעלפאונס ווערט עס אנגערופן VoLTE, וואס מיינט Voice over LTE, אז די קאמיוניקאציע פארט אריבער אויף די על.טי.אי ליניעס, (LTE איז אן אנדערע ווארט פאר 4G).
און דרך אגב פאר ווער עס האט ספרינט סערוויס אויף א ס'פאון ווייסט אז ביי זיי קען מען נישט נוצן די אינטערנעט בשעת מען האלט אינמיטן רעדן אויפן פאון, און ביז מ'לייגט נישט אראפ דעם קאל וועט די דעטע נישט ארבעטן (חוץ אויב מ'איז אויף ווייפיי), און דאס איז טאקע דערפאר ווייל ספרינט איז אביסל צוריקגעבליבן פון ווערייזאן, טי-מאביל און AT&T אז זיי האבן נאכנישט קיין VoLTE, און זייער "רעדן" קען טאקע נאכנישט דורכגיין דורך די 4G אינטערנעט ליניעס, און דערפאר ווען דו הייבסט אויף א פאון קאול מוז ער שנעל צוריק סוויטשן צו א 3G טשענעל אויף צום רעדן, ואין שתי מלכים משתמשים בכתר אחד, ער קען נישט האבן אז 3G (פארן פאון קאל) מיטן 4G (פארן אינטערנעט) זאל ארבעטן אין די זעלבע צייט.
---
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm