איך האב געהאט א סמארטפאן (אפאר סארטן, בלעקבערי און אנדרויד) פאר דריי יאהר, ס'איז שוין קרוב צו צוויי יאהר וואס כ'האב דאס אופגעגעבן און איך באניץ זיך מיט א פשוט'ן פליפ-פאון, ס'איז זייער שווער אבער איך טוה דאס פאר מיך און פאר מיינע דורות.
איך פלעג מיך שפירן שטאלץ מיטן טוהן דאס, אבער זינט די קינד'ישע דרשות פון דעם ראבינאוויטש שעם איך זיך פשוט צו זאגן אז כ'האב שוין נישט קיין סמארט פאון....
יעצט לענינו, איך ווייס פון אסאך אידן (פינף אידן מיינע ידידים) מיט וועם כ'האב אסאך געשמועסט איבער די נושא, און מסביר געווען די פראבלעם דערפון און וויאזוי מ'קען זיך אן עצה געבן אן דעם, וואס האבן שוין גע'האלטן ביים אויפגעבן זייער סמארט פאון וועגן כמה סיבות, און צוליב ראבינאוויטש'ס דרשות שעמן זיי זיך צו טוהן דעם שריט...

מיינע טייערע פריינט בדידי הוי עובדא איך האב מיטגעהאלטן לייוו אין א ביהמ''ד בעיר מאנסיווי גאר גאר קנאפע אינגעלייט זענען שטארק נתעורר געווארן א דאנק הרב שליט''א און אריבער א שעה צייט האבן די יונגעלייט ארומגעקאכט איבער די כלי השחתה בדורינו
איך קען רעדן נאר פאר מיך, נאכען אים הערן רעדן סאומהאו פיל איך גילטי פארען האבען א סמארט פאון.
אפו יעצט האב איך א גיטען פילטער קוק איך מיר גיט אן און איך פרעגן מיר אפשר דאך וויל איך טוהן לפנים משורת הדין און אין זכות פון דעם וועט מיר דער אויבערשטער העלפען מיט גאר גיטע קינדער.
עס איז זייער שווער זיך צו טוישען נישט סתם שווער, עס איז ביטער שווער צו טוישען ספעציעל אויב א מענטש ווערט עקסעסעבל דורעך וואטסעפפ און באקומט אכציג ביז ניינציג פראצענט פון זיין אינפארמעישאן דורעך דעם עפפ פילט מען זיך ממש ווי א איד פון מדבר אויב האט מען עס נישט.
איך פלאן נישט צו טוישען פאר יעצט, אבער ער טוהט ביי מיר אויף אז איך פיהל גילטי אויב איז אבער נישט ריכטיג און איך דארף באמת נישט פיהלען שלעכט פארען האבען וואטסעפפ איז נישט ריכטיג וואס ער טוהט.
צי זאגן אז מען האט חרטה פארן ע"ס אוועקקווארפן ווייל ר' שאול יצחק רעדט אזוי, איז נישט מסתבר. וואלט ער געזאגט אז ער גיבט נישט אויף וועגן אים וואלט'ך ענדערש אנגענומען אז דאס איז נאר אן אויסרייד.
ער'ז נעבעך גערעכט, מעגליך אז געוויסע פונקטן טרייבט ער איבער, דער ביכעל זיינער מיט די (במחילת כבודו) שטותים מאכן נארמאלע מענטשן אים אנקוקקען ווי א וואנזיניגער, אבער קבל את האמת ממי שאמרו, דאס זיין ציגעבינדען צו די כלים (און יא, וגם אני בתוכם) ברענגט מיט זיך פראבלעמען.
קלאר ווי די טאג אז צו נישט האבן א סמארטפאון איז אויפן וועג פון ווערן א "ראבינאוויטש" משוגעת. טאמער ביז נישט לאנג איז נאך שייך געווען פארצוווארפן א חשוב'ער אינגערמאן וואס כאפרוח שלא נפתחו עיניו האט ער זיך גלייך פארשאפט א אמה על אמה איז עס היינט אויפן וועג פון ווערן גראד אפגעענטפערט מיט א ביטול שמייכל.
עקסטרעמיזם האט אייביג א טייערע פרייז. זייער א סאך מאל איז עס א פרייז וואס מ'וויל באצאלן אבער צו לייקענען אז זאכן האבן א פרייז? אה נא.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
ביי מאנכע ווי געשריבן איז פארקערט. ס'נעמעט אוועק די גילטי קאנטשענס מיט די קלעסיקל מעשה נחש פון כשם שאין מיתה בנגיעה וכו'. די חלקים פון זיין צוגעבינדן וכו' האט דאך גארנישט מיט אים און נישט פון דעם רעדט ער.
זיין הויפט ארגיומענט איז איינס. אז די ריבוי הסמארטפונים (כשר'ע) איז גורם א רייץ און אט דאס איז שולדיג אין דעם בחור'ס אומגעפילטערטע. כ'הער און דא איז נישט די פלאץ אים אפצווענדן אבער אלענפאלס מיטן זיין ווייניגער צוגעבינדן האסטו גארנישט אויפגעטון לויט אים.
פאררקערט. די צד שכנגד זיינע האלט אז מ'דארף זיין ווייניגער צוגעבינדן, מער גדרים וסייגים, נאר נוצן לצרך וכדו'. ער שרייט אז די וואס מאכן די גדרים וסייגים זענען די בעה"ב וואס סאבאטאזשירן די מערכה...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
איך האלט מיך שוין צירוק א שטיק צייט פון דאס שרייבן ווייל איך וויל זיך נישט אפשטעמפלן ווי אן אויפגעקלעהרטער אבער איך מיין אז קיינער האט נאכנישט אויפגעברענגט דעם פונקט
לדעתי העני איז די גאנצע מערכה פון טעקס נישט קיין פארשטענדליכע, יעדער דרייט זיך ארום מיט די זעלבע צוויי דריי מעשות פון מכשולות וואס זענען דערפון ארויסגעקומען
אין לאמיר שוין זאגן אז עס איז דא מער, אפילו צעהן יחידים וואס זענען אדורך געפאלן אדער גאר צוואנציג, איז ציליב איינס פון 5,000 סעלפאנס זענען ארויסגעקומן א מכשול קען מען אסרן טעקס? (יא איך וויס אז ער פארקויפט ציפערן פון דורכפעלער אבער איך גלייב יעדער פארשטייט אז עס האט נישט האפט פונקט ווי זיינע מחללי שבתים סטאטיסטיקס)
קלאר ווי די טאג אז צו נישט האבן א סמארטפאון איז אויפן וועג פון ווערן א "ראבינאוויטש" משוגעת. טאמער ביז נישט לאנג איז נאך שייך געווען פארצוווארפן א חשוב'ער אינגערמאן וואס כאפרוח שלא נפתחו עיניו האט ער זיך גלייך פארשאפט א אמה על אמה איז עס היינט אויפן וועג פון ווערן גראד אפגעענטפערט מיט א ביטול שמייכל.
עקסטרעמיזם האט אייביג א טייערע פרייז. זייער א סאך מאל איז עס א פרייז וואס מ'וויל באצאלן אבער צו לייקענען אז זאכן האבן א פרייז? אה נא.
אנטשולדיגט איך ווייס נישט וועלכע וואוילער איד איר קענט, אבער עס איז קלאר אז א געפילטערטע סמארטפאון אינדערהיים, איז קלאר קעגן די ריכטיגע ליניע פון חינוך הבנים און שלום בית.