בלאט 14 פון 69

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 6:12 pm
דורך אביונה
ווייסט איינער צו סי'ז כדאי צו קויפן Amazon Renewed כלים?
איז עס בעסער ווי א used אדער refurbished?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 6:34 pm
דורך קנאפער ידען
ידיד כל חי האט געשריבן:יישר כח!
קען עס יא האבן וועיז? אדער דאס אויך נישט?
און אויך פרעג איך, מה הועילו חכמים (ל' מושאל) בתקתנתם? וואס איז די מוראדיגע זאך אז די סורפעיס, קען האבן א טעלעפאן ליין, וואס רוב ביזנעסער האבן עניוועיס ווייפי, אין די עריע?
און אויב נישט, וואס איז יא א טעבלעט וואס קען האבן Gogle Play, און אויך האבן ווינדאוס 10?

עס קען אוודאי "נישט" האבן דער וועיז עפפ, זינט - ווי געזאגט - איז עס אזויווי א לעפטאפ.

די האסט מחליט געווען אז עס איז א "מוראדיגע זאך" און דאן פרעגסטו מיר וואס עס איז?... :roll:

דער סורפעיס איז א פארטעבעל לעפטאפ ריפלעיסמענט, און עס איז א געשמאקע כלי פאר דעם געברויך (ווערט געשריבן אויף א סופרעיס כלי...). און קענען האבן סערוויס (וואס דער פשוטער סורפעיס קען גראדע נישט) איז א מעלה פאר דער וואס דארף עס.

ווינדאוס 10 קען נישט האבן גוגל פלעי. פינטל! גוגל פלעי איז א סיסטעם פון עפפס פאר דער ענדרויד פלאטפארמע, ווערסוס ווינדאוס 10 וואס איז א אנדערע אפערעטינג סיסטעם.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 6:58 pm
דורך יקר מציאות
קנאפער ידען האט געשריבן:
יקר מציאות האט געשריבן:איז זיך א 8" ענדרויד טאבלעט, איינער קען רעקאמענדן א גיטע?
ייש"כ

(נישט אז איך האב אן ענפער, אבער) דארפסט געבן מער דעטאלן איבער וואס דו זוכסט, און בערך וויפיל ביסטו גרייט צו ספענדען.

דו דארפסט נאר פאר ווייפיי אדער דו גייסט האבן דערויף סערוויס? אויב סערוויס דאן מוזסטו וויסן וועלכע סערוויס.

לכתחילה מיט סערוויס (סים קארד). איך זיך כאטשיג 8אינטש ווייל קלענער קען מען זיך נישט אן עצה געבן מיט team viewer און גרעסער פיט נישט אין טאש.
עס מיז זיין א שנעלער וואס קען גיט קאופען מיט אסאך אפענע עפפס. קאמערא דארף נישט זיין די בעסטע.
ספענדען - איך קען באשטיין א מציאה, אבער ס'איז מיר וויכטיגער צו האבן א צוגעפאסטע מער ווי א ביליגער...

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:43 pm
דורך בעל דמיון
יקר מציאות האט געשריבן:איז זיך א 8" ענדרויד טאבלעט, איינער קען רעקאמענדן א גיטע?
ייש"כ

סתם להערה בעלמא, איך האב אויך געזוכט אזא זאך א לאנגע צייט און נישט געטראפן, די סיבה איז פשוט, די היינטיגע סמארטפאון'ס זענען שוין כמעט אזוי גרויס און זענען זייער פארגעשריטן, דער וואס דארף שוין יא א טעבלעט גייט צו די גרויסע וואס דארטן איז שוין דא בעסערע. איינער זאל זיי מסביר זיין אז ס'איז דא א קאמיוניטי וואס באנוצט זיך נישט מיט קיין סמארטפאון'ס און ווילן דווקא טעבלעט'ס...

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 9:06 am
דורך אהרן הלוי
קען מען אויף א געווענליכע טעבלעט:
- האבן א היברו קיבארד?
- שרייבן טעקסט דאקומענטס אופליין?
- ליינען פידיעף פיילס?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 9:12 am
דורך קנאפער ידען
אהרן הלוי האט געשריבן:קען מען אויף א געווענליכע טעבלעט:
- האבן א היברו קיבארד?
- שרייבן טעקסט דאקומענטס אופליין?
- ליינען פידיעף פיילס?

יא, זיכער.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 9:15 am
דורך אהרן הלוי
בעל דמיון האט געשריבן:
יקר מציאות האט געשריבן:איז זיך א 8" ענדרויד טאבלעט, איינער קען רעקאמענדן א גיטע?
ייש"כ

סתם להערה בעלמא, איך האב אויך געזוכט אזא זאך א לאנגע צייט און נישט געטראפן, די סיבה איז פשוט, די היינטיגע סמארטפאון'ס זענען שוין כמעט אזוי גרויס און זענען זייער פארגעשריטן, דער וואס דארף שוין יא א טעבלעט גייט צו די גרויסע וואס דארטן איז שוין דא בעסערע. איינער זאל זיי מסביר זיין אז ס'איז דא א קאמיוניטי וואס באנוצט זיך נישט מיט קיין סמארטפאון'ס און ווילן דווקא טעבלעט'ס...

וואס איז שלעכט מיט דעם?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 9:29 am
דורך קנאפער ידען
אהרן הלוי האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:
יקר מציאות האט געשריבן:איז זיך א 8" ענדרויד טאבלעט, איינער קען רעקאמענדן א גיטע?
ייש"כ

סתם להערה בעלמא, איך האב אויך געזוכט אזא זאך א לאנגע צייט און נישט געטראפן, די סיבה איז פשוט, די היינטיגע סמארטפאון'ס זענען שוין כמעט אזוי גרויס און זענען זייער פארגעשריטן, דער וואס דארף שוין יא א טעבלעט גייט צו די גרויסע וואס דארטן איז שוין דא בעסערע. איינער זאל זיי מסביר זיין אז ס'איז דא א קאמיוניטי וואס באנוצט זיך נישט מיט קיין סמארטפאון'ס און ווילן דווקא טעבלעט'ס...

וואס איז שלעכט מיט דעם?

עס האט נישט קיין "פראבלעם", פשוט נישט דער מערסט פאוערפול כלי און קען זיין סלאגיש מיט העווי יוז.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 12:35 pm
דורך splinter
איינער מיט א גוטע דיל אויף א ענדרויד טאבלעט 10 אינטש פאר ווערייזאן סערוויס פאר א גוטע פרייז?

נישט קיין tab E ווייל איך קום שוין פון דארט.....

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 11:33 pm
דורך שמש
splinter האט געשריבן:איינער מיט א גוטע דיל אויף א ענדרויד טאבלעט 10 אינטש פאר ווערייזאן סערוויס פאר א גוטע פרייז?

נישט קיין tab E ווייל איך קום שוין פון דארט.....

נישט ביליג אבער זייער גיט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 12:36 pm
דורך ווייל ממיז
The google slate can work with a sim?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 1:30 pm
דורך קנאפער ידען
ווייל ממיז האט געשריבן:The google slate can work with a sim?

נאופ.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 3:51 pm
דורך אהרן הלוי
וואספארא ספעקס דארף א טעבלעט האבן אז עס זאל זיין במדרגת א לעפטאט וואס האט א אינטעל קאור איי 5 (דור 8) און 8 ג"ב רעם?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:15 pm
דורך קנאפער ידען
אהרן הלוי האט געשריבן:וואספארא ספעקס דארף א טעבלעט האבן אז עס זאל זיין במדרגת א לעפטאט וואס האט א אינטעל קאור איי 5 (דור 8) און 8 ג"ב רעם?

וואס איז דער פונקט פון דער קאמפעריסאן? האט דער טעבלעט פולע ווינדאוס אפערעטינג סיסטעם, ווייל אויב נישט האט נישט קיין פשט צו זוכן די זעלבע ספעקס ווען דער סיסטעם איז אינגאנצן אנדערש.

(דער ענפער צו דיין שאלה איז אז רויע ספעקס איז נישטא אזא זאך אז א טעבלעט - איך רעד נישט פון א לעפטאפ/טעבלעט ווי דער סורפעיס פרו - האט ספעקס אין דעם מדרגה.)

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 8:09 am
דורך אהרן הלוי
סאו א טעבלעט וועט קיינמאל נישט ארבעטן אזוי גוט ווי א לעפטאפ? איך רעד פון שנעלקייט און מאלטי טעסקינג

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 8:46 am
דורך קנאפער ידען
אהרן הלוי האט געשריבן:סאו א טעבלעט וועט קיינמאל נישט ארבעטן אזוי גוט ווי א לעפטאפ? איך רעד פון שנעלקייט און מאלטי טעסקינג

עס איז אירעלעווענט עכט, ווייל טרעף מיר א טעבלעט וואס דו קענסט זען צוואנציג פראגראמען אפען אויפאמאל און דאן וועסטו דארפן אפשר האבן די פאוער.

א (גוטע) טעבלעט איז גוט און שנעל פאר דער סארט מאלטי-טעסקינג וואס ער קען טון (האבן צוויי דריי עפפס אפען אין פארגראונד, און ראנען נאך אפאר עפפס אין די בעגראונד), עס איז נאר אז ער איז טעכניש נישט אזוי שטארק ווי א לעפטאפ סאו אלמלי דו לייגסט אריין א פולער ווינדאוס אפערעיטינג סיסטעם וואלט עס נישט געווען אזוי שנעל.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 8:49 am

;l;p-

א גוטע דיעל

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 11:33 am
דורך ידיד כל חי
Surface 6 - I-5
$699 )קאסט נארמאל, $999)
https://www.amazon.com/Microsoft-Surfac ... DER&sr=8-5

א גוטע דיעל

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 11:34 am
דורך ידיד כל חי
Surface 6 - I-5
$699 )קאסט נארמאל, $999)
https://www.amazon.com/Microsoft-Surfac ... DER&sr=8-5

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 3:12 pm
דורך יונה ישראל
ווען מ'קויפט א מייקראסאפט-אפיס-טעבלעט, האטעס שוין אין זיך אינסטאלט די מייקראסאפט פראגרעמס, ווי ווארד, עקסעל ?
אדער איך דארף עקסטער עס קויפן ?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 5:08 pm
דורך קנאפער ידען
יונה ישראל האט געשריבן:ווען מ'קויפט א מייקראסאפט-אפיס-טעבלעט, האטעס שוין אין זיך אינסטאלט די מייקראסאפט פראגרעמס, ווי ווארד, עקסעל ?
אדער איך דארף עקסטער עס קויפן ?

עקסטער קויפן (קען זיין עס קומט א טרייעל.)

געשריבן: זונטאג מארטש 08, 2020 12:42 pm
דורך אהרן הלוי
וואס וואלט געווען א דיסענט טעבלעט (נישט פאקעט סייז) בעיקר צו ליינען אי-ביכער און פידיעפס?
בודג'עט: $350

געשריבן: זונטאג מארטש 08, 2020 1:51 pm
דורך קנאפער ידען
אהרן הלוי האט געשריבן:וואס וואלט געווען א דיסענט לעפטאפ (נישט פאקעט סייז) בעיקר צו ליינען אי-ביכער און פידיעפס?
בודג'עט: $350

זוכסט א טעבלעט אדער לעפטאפ? (דער נושא האשכול איז טעבלעטס)

וועלכע סייז (אפילו פון נישט פאקעט קען זיין 10 אינטש, 11.6, 12.5, 13.3, 14 און אלעס אינדערמיט)?

געשריבן: זונטאג מארטש 08, 2020 8:14 pm
דורך אהרן הלוי
אופססס... איך רעד טאקע פון א טעבלעט
בנוגע סייז, לאמיר זאגן 13.3
מיט דאנק פון פאראויס

געשריבן: זונטאג מארטש 08, 2020 9:48 pm
דורך אביונה
אהרן הלוי האט געשריבן:אופססס... איך רעד טאקע פון א טעבלעט
בנוגע סייז, לאמיר זאגן 13.3
מיט דאנק פון פאראויס

אויב זוכסטו טאקע נאר צו ליינען ביכער, דאן רעקאמענדיר איך דאס:
https://www.sony.com/electronics/digita ... dpt-series
א כשר'ע כלי
עס האט נישט קיין אינטערנעט, נישט קיין בראוזער, נישט קיין אימעיל, און נישט קיין עפפ'ס, און נישט קיין עפפ, בוק, סטאר!!
זייער געאייגנט פאר ספרים ביכער וכדומה, גאר א גוטע כלי
עס האט א ווייסע סקרין ווי א פאפיר, און ארבעט שנעל!!
ווערט קאנעקעטעד צום קומפיוטער דורך ווייפיי, אדער בלוטוט, אדער א USB קעיבל

ענהאלט 16 ג"ב, האט נישט קיין מעגליכקייט פאר א שד קארד

עס קומט אין צוויי סייזעס, איינס איז 10.5 אינטש
און א גרעסערע 13 אינטש