א לעזונג! ווען אייער סעלפאן פאלט אריין אין וואסער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

א לעזונג! ווען אייער סעלפאן פאלט אריין אין וואסער

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג מאי 21, 2010 12:08 pm

פאסירט צומאל אז דער סעלפאן - און אזוי אויך דער קארדלעס טעלעפאן אינדערהיים - פאלט אריין אין וואסער, און בדרך כלל, אויב איז עס גענוג גוט אריינגעפאלן, גייט דער 'סקרין' גלייך ארויס פון דינסט, און מ'זעהט מער גארנישט אויפן סקרין.

מיר האבן אמאל געהערט א לעזונג דערצו, און עס איז שוין צוניץ געקומען עטליכע מאל (צו ביי מיר, צו פאר א צווייטן וואס כ'האב איהם דאס גע'עצה'ט צו טוען), און אזוי ווי דעם פארגאנגענעם וואך בשעת'ן באָדן די קינדער האט דאס פריש פאסירט, האב איך געטוען דער עצה דערצו, און 'געסס וואַט'... ער ארבעט ב"ה געהעריג.

דער עצה איז: נעמט ארויס דעם בעטערי, שאקלט אויס דעם סעלפאן/טעלעפאן פון די וואסערן וואס האבן זיך אנגעזאמעלט אין איר, אזוי ביזן לעצטען טראפ, דערנאך לייגט אריין דעם טעלעפאן אין א (פוד סטארעדש) בעג מיט רייז, פארמאכט איהם גוט מיט א קניפ, נאך 2 טאג מאכט אויף דעם בעג, און זעהט א וואונדער.

מיר האבן שוין געהאט עקספיריענס דערמיט, און זעענדיג דא אז מ'האט נאך נישט געברענגט דעם לעזונג, האבן מיר דאס געטוהן לקיים מה שנאמר איש את רעהו יעזורו.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג מאי 21, 2010 12:15 pm

שכוח פארן מיטטיילען
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » פרייטאג מאי 21, 2010 12:33 pm

אן אוועקמאכן נחמנס המצאה, איז מיר סתם אינטערעסאנט אויב לאזט מען א סעלפאון טריקענען פאר צוויי טעג אן רייז וועט עס נישט באווייזן די זעלבע מופת
איך ווינדער.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג מאי 21, 2010 12:54 pm

פינטעל האט געשריבן:אן אוועקמאכן נחמנס המצאה, איז מיר סתם אינטערעסאנט אויב לאזט מען א סעלפאון טריקענען פאר צוויי טעג אן רייז וועט עס נישט באווייזן די זעלבע מופת
איך ווינדער.

מיר וויסן פון א פאל וואס ס'האט נישט געהאלפן. [רייז האט די מעלה אז עס זאפּט איין נאסקייט].
לחיים ולברכה!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג מאי 21, 2010 1:06 pm

פינטל, מיר האבן געהאט אזא עקספיריענס אין ס'האט געהאלפן אן רייז.

עטליכע וואכן צוריק האט מיינער א ידיד געהאלפן געווארן דורך רייז.

ערב יו"ט איז א טעלעפאן אריינגעפאלן אין ס'כיסע, נאכן ליגן גאנץ יו"ט אין א בעג מיט רייז אינישטא קיין שום סימן חיות דערויף.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג מאי 21, 2010 1:26 pm

אפילו להבדיל אין די גויאישע וועלט גיבען זיי דער עצה, זיי זאגן אבער עס פארגרעסרט די שאנסן. נישט אז עס איז בדוק ומנוסה
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מאי 21, 2010 3:19 pm

רייז ווייס איך נישט.

אבער שאקלט עס גוט אויס פון אלע וואסער און נעמט א בלויער (העיר דרייער) בלאזט דערויף מיט רחמנות, שוואכע לעוועל רינגס און ארום עטליכע מינוט ביז איר שפירט אז ס'יז שוין גוט טרוקן. (נוצט אייער פינפטע חוש).
ביי מיר האט דאס שוין געארבעט.


לאז געמאכט;
ביה"כ שאני..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » פרייטאג מאי 21, 2010 3:22 pm

אזוי-צי-אזוי, געראטעוועט יודיש געלט. א דאנק
עוד שמעתי אז מ'קען עס בלאזן מיט א הער-בלאזער, אדער לייגן אויפ'ן הייצונג.
[פארגעסט נישט א תפלה טון צום בוכ"ע].
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » פרייטאג מאי 21, 2010 3:49 pm

אין איינע פון די תורה'דיגע ירחונים\קובצים וואס איז לעצטענס ארויסגעקומען ווערט באהאנדעלט די "רייז עצה" פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט, ביזוי אוכלין, השתמשות באוכלין, וכדומה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מאי 21, 2010 4:13 pm

נודע למשגב האט געשריבן:השתמשות באוכלין, וכדומה.

וואס איז דאס השתמשות באוכלין? רעדט מען דא פון הקדש?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

נאך א עצה

תגובהדורך פעטריטשקע » מוצ"ש מאי 22, 2010 6:40 pm

נאך אן עצה, און א שנעלערע, בדוק ומנוסה כמה פעמים.
אריינעלייגען דעם סעל. אנעם דעקל און באטערי אין א "אויוון" אויפן נידעריגסטן גראד 75-90 [temperature]
לאזט עס דארט פאר צען -צוואנציג מינוט, און נעמט עס ארויס און.... וואונדער איבער וואונדער! ניצט עס ווי פריער!

פרובירט עטליכע מאל שוין און עס ארבעט פערפעקט!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מוצ"ש מאי 22, 2010 9:02 pm

איז דא א עצה צו אראפ נעמען די רויטע פארב אויפן בעטערי פונם סעלפון אויב סווערט נאס? די רויטע פארב מאכט פראבלעמען אויב מען וויל טוישען פאון אויב סציברעכט זיך.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מאי 23, 2010 8:46 am

אפדעיט פון די ביה"כ טעלעפאן... די טעלעפאן ווען ס'איז איינגעשטעקט אין די בעטערי איז דעראינען דאן ארבעט עס כדבעי אן קיין שום פראבלעם, באט די רגע מען פלאגט עס אויס האט עס נישט קיין זכר פון לעבן.

איך בין נייגעריג צו דער באטארי איז טויט אדער די חלק הטשארטשן פונעם טעלעפאן איז טויט, תיקו

(מערקעוודיג אז עס שטייט אלעמאל טשארטש קאמפליט)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג מאי 23, 2010 11:08 am

דער עיקר הדברים איז ארויסצונעמען דעם באטערי תיכף ומיד ממש-תוך כדי דיבור.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג מאי 23, 2010 12:20 pm

דא ווערט שוין גערעדט דערוועגן

זעהט דא

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 23, 2010 2:40 pm

דא איז אמאל געווען אן אשכול איבער א גאר שטארקע סעלפאן וואס קען פאלן שטאקן, אריינפאלן אין וואסער און ס'בלייבט גאנץ.
קען איינער אפירברענגען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » זונטאג מאי 23, 2010 3:03 pm

מענין לענין
ווען איך בין געווען אין דער בי ענד עיזש סטאר האב איך געזעהן ווי א סעילסמאן פארקויפט פאר איינעם א קאמארע, ווילענדיג צייגן ווי שטארק דער כלי איז האט ער ליטערלי ארויסגענומען א האמער און אנגעהויבן צו האקן אויפן קעמערע אן רחמנות, און הפלא ופלא סאיז געבליבן תמים- גאנץ אנע פעלער 

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » זונטאג מאי 23, 2010 5:47 pm

אקוראשט פאסירט!
מיין בערל איז אריינגעפאלען אין וואסער אין איך האב געטוהן די עצה וואס שוועמל האט געשריבען אין גענוצט א בלויער וקיבלתי לפרסמו וראיתי ישועה!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מאי 23, 2010 6:08 pm

ארבעט עס?

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » זונטאג מאי 23, 2010 11:21 pm

ביג טיים
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:59 pm

איך האב א טעלעפאן וואס איז אריינגעפאלן אין וואסער און די קאמפעני וויל עס נישט פאררעכטן.
איז דא א וועג וויאזוי איך קען עס אליינס פאררעכטן?

געליגן אין רייז עטליכע טעג און עס האט אויך נישט געהאלפן

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2473
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:05 pm

אין המודיע איז לעצטנס געשטענען אז עס העלפט אויב מען לייגט עס אין פריזער
פרעג מיך נישט ווי אזוי?
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:18 pm

יישר כח פאר די עצה איך גיי עס אויספרובירן.
מיין שאלה איז נאר אויב יעצט וועט עס נאך העלפן נאכן ליגן אזויפיל טעג אין רייז..

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:21 pm

געהערט אז די רייז אינדעסטרי האט געליטן גרויסע שאדענס נאך וואס פענעסוניק איז ארויסגעקומען מיט א וואסער-פרוף קארדלעס

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:25 pm

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:געהערט אז די רייז אינדעסטרי האט געליטן גרויסע שאדענס נאך וואס פענעסוניק איז ארויסגעקומען מיט א וואסער-פרוף קארדלעס

זיי זענען נאר ארויסגעקומען מיט דעם צוליב די טרעיד וואר
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט