iphone 4g אנטדעקט!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

iphone 4g אנטדעקט!

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג אפריל 20, 2010 7:07 am

"עפל" זאגט שוין לאנג אז זי ארבעט אויף א נייעם "איי-פאון" וועלכע וועט האבן 4g סערוויס (דאס מיינט אז די אינטערנעט וועט גיין פיל שנעלער און וועט האבן פיל מער סאפיקטקירטע סאפטוועיר ווי די ביז יעצטיגע 3g אייפאונס.

נעכטן זענען ארויסגערינען בילדער פונעם נייעם טעלעפאון, נאכדעם וואס גרעי פאועל, א סאפטוועיר דעוועלאפער ביי עפל, האט דאס בטעות איבערגעלאזט ביי זיין טישל אין א קאפע הויז אין קאליפארניע.

דער טעלעפאון, וועלכע איז נאך אין די טעסט שטאפלען דורך עפל, איז אנטדעקט געווארן דורך "גיזמאדא", א טעכנאלאגיע וועבזייטל. אצינד האט עפל זיך פארבינדן מיט די אנפירער פונעם וועבזייטל און פארלאנגט אז מען זאל איר צוריקגעבן דעם אייפאון 4g.

טייל זאגן אז עפל האט דאס דירעקט אונטערגעשטעלט, צו מאכן א ווינט אויפן אינטערנעט און א שטארקע ערווארטונג פאר איר נייע מאדעל טעלעפאון.

אט האט איר בילדער פונעם נייעם טעלעפאון
500x_iphone1.jpg


דא קענט איר זעהן בילדער און א ווידעאו פון די נייע אנטדעקטע אייפאון מאדעל
http://gizmodo.com/5520164/this-is-apples-next-iphone
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג אפריל 20, 2010 7:36 am

כ'בין דיר נישט חושד האסט עס געזעהן אויף דראדזש...
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג אפריל 20, 2010 9:01 am

חחחחח

אלע נייעס וועבזייטלעך זענען געווען אויף דערמיט.

בד"וו: איך קוק דראדזש עטליכע מאל א טאג...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

good_luck
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 13, 2010 11:10 pm

תגובהדורך good_luck » דינסטאג אפריל 20, 2010 10:30 am

וואס איז שלעכט מיט דעם?
צוגעלייגטע
HTC_EVO_4G_sprint.bmp
sprint HTC 4G Google phone
HTC_EVO_4G_sprint.bmp (97.56 KiB) געזעהן 1998 מאל
האב א גוט מזל!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג אפריל 20, 2010 10:43 am

יעצט געזען אויף א געוויסער בלאג וועלכע באריכטעט איבער דער דורכפאל מיטן ארויסרינונג פונעם נייעם איי פאון אז עפל וואלט זיך ווען געווינטשן צוריקצודרייען דעם זייגער אז דאס זאל נישט האבן פאסירט, מיטן א גרויסע קעפל:
is there an oops app???

חחחחח
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מוצ"ש אפריל 24, 2010 11:48 pm

להערה בעלמא: די 4G מיינט נישט די אינטערנעט ספיד נאר די אפערעיטינג סיסטעם, די אינטערנעט וועט גארנישט זיין שנעלער מיט די נייע ווייל AT&T האט נאכנישט קיין 4G
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך אפריל 28, 2010 7:23 am

דאטקאם, ביזט גערעכט.

אגב. אויטאריטעטן האבן ארעסטירט דעם אנפירער פונעם וועבזייטל "גיזמאדא", זאגנדיג אז ער האט אפגעקויפט א גע'גנב'טע חפץ.

עס קומט צום לאכן, ווייל דזשורנאליסטן האבן געווענליך די פרייהייט אז מען גייט נישט נאך פון וואו זיי נעמען זייערע אינפארמאציע, און דא נעמט מען און מ'ארעסטירט אים, הגם ער האט ווארשיינליך די פרייהייט פון א דזשורנאליסט.

מ'זעהט אז ס'איז "יד סטיוו דזשאבס באמצע". ער האט באשלאסן צו באשטראפן דעם דזשורנאליסט, אזוי אז אנדערע זאלן זיך נישט וואגן צו פארעפנטליכן אינערליכע אינפארמאציע וואס זיי ווייסן איבער עפל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך אפריל 28, 2010 7:34 am

עס עפעס האט געשריבן:אגב. אויטאריטעטן האבן ארעסטירט דעם אנפירער פונעם וועבזייטל "גיזמאדא", זאגנדיג אז ער האט אפגעקויפט א גע'גנב'טע חפץ.

עס קומט צום לאכן, ווייל דזשורנאליסטן האבן געווענליך די פרייהייט אז מען גייט נישט נאך פון וואו זיי נעמען זייערע אינפארמאציע, און דא נעמט מען און מ'ארעסטירט אים, הגם ער האט ווארשיינליך די פרייהייט פון א דזשורנאליסט.


גארנישט אזוי פשוט...

קודם טוט זיך א לעגאלע מהומה צו א "בלאגער" האט דעם זעלבן דין ווי א זשורנאליסט.

צווייטנס, דער געזעץ איז בעיקר געשאפן געווארן צו שיצן זשורנאליסטן פון געצוואונגען ווערן אויפצוגעבן קוועלער ("sources") פון ווי זיי האבן געשאפן די נייעס, אנדערש איז דא ווי די קרימינאלע אינוועסטיגאציע איז אויפן פאברעך פון אפקויפן/באזיצן גע'גנב'טע ארטיקלען (דער וואס האט עס 'געפונען' האט עס פארקויפט פאר גיזמאדא פאר $5,000), פון וועלכע זשורנאליסטן זענען אויך נישט אימיונירט.
קאמענטארן זענען איבריג

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך יוני 16, 2010 11:48 am

נעכטן האט מען צום ערשטן מאל געקענט pre-ordern דעם נייעם איי פאון, מיליונען האבן באלאגערט דעם עפל און עי טי ענד טי וועבזייטלעך צו באשטעלן דעם דיווייס און רעזולטאט פון דעם האבן ביידע סייטס געקראכט און עס איז געווען מאסיווע פראבלעמען

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יוני 16, 2010 1:22 pm

קיינער "פארגעסט" נישט קיין נאכנישט-ארויסגעגעבענע אייפאד, בלעקבערי, ענדרויד וכו'. דאס איז אן אלטע באקאנטע טריק וואס די גרויסע קאמפאניס טוען שוין יארן. זיי ווילן ס'זאל באקאנט ווערן, זיי ווילן עס אבער נישט טון עמטליך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » מיטוואך יוני 16, 2010 1:27 pm

פארוואס אבער איז ער געגאנגען ארעסטירן און עפענען א קרימינאלע קעיס? וואס דאס האט געברענגט אסאך בייזע רעאקציעס פון עפל קאסטומערס.

איך גלייב אז דער איבערלאזער האט באקומען א פינק סליפ. איינער ווייסט?


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט