ווינדאוס מאביל 7

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

ווינדאוס מאביל 7

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 3:39 pm

קודם כל א גרויסן ייש"כ פאר ר' מרדכי (mutche) פארן געבן די איידיע פונעם באשרייבונג און ארויסהעלפן די גאנצע צייט, תחח"ל.

ווינדאוס מאביל 7: אין בארצעלאניע, שפאניע, קומט אין די טעג פאר די יערליכע עם, דאבעליו, סי, (מאביל ווארלד קאנגרעס) וואו עס וועלן ווערן ארויפגעברענגט די לעצטע פארשריט אין די מאביל וועלט, דארט וועט אום פעב. דער 15טער דרייע זייגער נאכמיטאג (ניינע צופרי דא) אויפטרעטן נישט מער און נישט ווייניגער נאר סטיוו באלמער דער סי, אי, או, פון מייקראסאפט און וועט ברעכן די נייעס פון די 'געוואלדיגע מיה און פלאג' וואס די קאמפעני האט אריינגעלייגט אין די נייע ווינדאוס מאביל 7. ( דא קען מען זעהן די סקין'ס)

איז אזוי, די חידוש פון ווינדאוס מאביל 7 איז -ווי זיי פארשפרעכן- דאס אז ס'וועט האבן זאאן (zune) אין זיך, (פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס איז, ס'איז א מוזיק פלעיער פון מייקראסאפט זעה מער דא ). ס'איז זייער פשוט פארוואס, ווייל ווי ס'ווייזט אויס איז דאס וואס דער עולם וויל היינט פון א סעלפאון, איי-פאון'ס גייען זייער גוט און זיי ווילן נישט בלייבן הינטערשטעליג, מוזן זיי צושטעלן וואס דערוילעם פארלאנגט. (בכלל זענען דא דעבאטעס צו זיי גייען ארויסגעבן אן עקסטערע זאאן פאון, אבער דאס באלאנגט נישט דא).

אבער אויפן מינוט, לאמיר זעהן ווס זיי גייען 'נישט' צושטעלן. נאמבער וואן, (און איך שטעל מיך פאר אז ביי יעדן איז דאס נאמבער וואן) 'מאלטי-טעסקינג' (האבן אפן מער ווי איין פייל אויפאמאל), וואס דאס זענען איינער פון די עיקר סיבות פארוואס מענטשען ניצן נאך ווינדאוס מאביל, אן מאלטי-טעסקינג ווייס איך נישט צו איך וואלט נאך געהאט מיין פאון, אבער זיי גייט עס נישט אן, פארוואס? ווייל ס'האט זאאן...

נאמבער טא, ס'וועט נישט האבן קיין 'פלעש סאפארט' (א רגע, האב איך געזאגט 'נאמבער טא'? כ'מיין ס'איז א טעות... אוי וויי איך האב שוין נישט קיין געדולד), און דו וויסט פארוואס? ווייל זיי האבן נישט געהאט גענוג צייט אנצוקומען דערצו, (אויב אזוי האב איך נישט קיין פראבלעם צו ווארטן נאך א יאר...

אקעי, נאמבער טרי, מ'וועט נישט קענען אינסטאלירן אפליקעישאנס נאר פון 'ווינדאוס מארקעט פלעיס'. דאס איז נישט אזוי שלעכט ווייל זיי האבו מער-ווייניגער אלעס.

אה! א רגע, איך מיש ארום אביסל אין די סייט'ס, און איך ווער געוואור פון "רומערס" אז זיי פלאנען צו האבן 2 עקסטערע עדישאנס, נעמליך א ביזנעס עדישאן, און א מידיע עדישאן, און יעדע איינע וועט האבן זיינע אייגנארטיגע פיטשערס, איך האב נישט קיין געדילד עס יעצט פארצוליינען, סאו ווער ס'וויל עס אפליינען דא האט איר עס.

גענוג פאר יעצט.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 9:39 pm

די אאוועקנעמען מולטי טעסקינג איז א חורבן וואס וועט זיי קאסטן אסאך פון די נאך יעצט פארבליבענע חסידים, ספעציעל ווען לויט רומאר'ס וועט די נעקסטע אייפאון אפדעיט שוין יא האבן די מעגליכקייט פון מולטי טעסקינג.

זייער שיין באשריבן א גרויסן יישר כח.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט