פראבלעם מיט ווערייזאן ווייערלעס סעל פאון'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

פראבלעם מיט ווערייזאן ווייערלעס סעל פאון'ס

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 09, 2010 2:00 pm

ג' פרשת משפטים תש"ע.

איך האב א פראבלעם מיט א ווערזייאן סעל פאון אז עס האקט זיך אפ די גאנצע צייט אינמיטן רעדן. איך האב געמיינט אז דער פראבלעם איז מיין טעלעפאון אבער איך האב יעצט געהערט פון נאך עטליכע ווערייזאן קאסטומער'ס אז זיי האבן היינט דעם זעלבען פראבלעם.

וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט דערפון און אויב נאך איינער האט דאס באמערקט.

יישר כח למפרע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג פאברואר 09, 2010 2:03 pm

וואס זאגט ווערייזאן ווייערלעסס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:10 pm

איך, און נאך 2 פון מיינע קאלעגעס, האבן געהאט פראבלעמען הערשט פריער מיט די ווערייזאן ווייערלעס סעלפאונס.

געמיינט ערשט אז די בעסימענט שטאק וואו מיר געפינען זיך איז די אורזאך, טראץ וואס ס'איז דאס ערשטע מאל אזאנס פאסירט.

האב איך דאך געוואוסט אז מען קען אריינוואנדערן אין קרעטשמע זיך טרעפן מיט אנדערע אחים לצרה...

קומט נאר אהער מיינע קאלעגע מיטארבייטער.. מאכט אייך באקוועם דא אין קרעטשמע פאר א גוט יאר.. וועט איר כאטש זיין האלב געהאלפענע מיט דעם צרת רבים..
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 09, 2010 4:20 pm

ווערייזאן ווייערלעס האט אנפאנג טאג געלייקענט סיי וועלעכער פראבלעם פון זייער זייט. יעצט נאכמיטאג האב איך שוין גערעדט מיט איינעם העכער אין די דעפט. און יענער האט שוין יא געזאגט אז ער זעהט א נעטווארק פראבלעם אין די עיריע. (וויליאמסבורג)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דינסטאג פאברואר 09, 2010 5:05 pm

נישט נאר ווערייזען האט געהאט פראבלעמען נאר אויך מיין ספרינט פאון האט זיך היינט כסדר אפגעהאקט ווען איך בין געווען אויף ראומינג...
איך האב מיר טאקע זייער געוואונדערט ווייל גיווענטליך ווען ס'איז אויף ראומינג אונלי ארבייט עס זייער פיין אין אפיס אבער היינט איז עס גיווען א דיזעסטער אין געהאלטען און איין זיך אפהאקען,
עכ"פ יעצט איז עס שוין פארענטפערט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » זונטאג נובעמבער 21, 2010 1:46 am

יעצט מוצש"ק פר' וישלח תשע"א פון בערך 12:30 ביז בערך 1:00 איז נישט געווען קיין ווערייזאן ווייערלעס סערוויס אין וויליאמסבורג, אפשר א 2-3 מאל אינדערמיט האט עס זיך קאנעקטעט פאר א פאר סעקונדעס, אבער אזוי איז נישט געווען קיין סערוויס.

נאך איינער מיט אינפארמאציע?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג נובעמבער 21, 2010 3:24 am

same here
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג נובעמבער 21, 2010 10:35 am

וויזוי גייט נאר זייער סלאגאן? איט'ס די נעטווארק....

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 11:29 pm

שוין א שיינע פאר וואכן וואס מיין ווערייזאן סעלפאון (פליפ, טרי-דזשי, סערוויס דורך עקא-מאביל) מאכט געפערליכע קונצן טאג טעגליך, אינמיטן רעדן האקט ער זיך אפ און עס שרייבט זיך אויף CALL WAS LOST, מענטשן רופן מיך און עס גייט נישט אדורך, טעקסטס קומען אן מיט א שפעטיגונג (כ'קען באקומען אויפאמאל אסאך טעקסטס פון די לעצטע שעה..), טעקסטס גייען נישט געהעריג ארויס, וכו' וכו'

אנפרעגנדיג עקא-מאביל, זאגן זיי אז זיי זעהן נישט קיין שום פראבלעמען מיט סערוויס אין מיין געגנט (ספרינג וואלי), זיי האבן פרובירט אלע אופנים צו ריסעטן און ריבוטן וכל שום וחניכא, אבער דער פראבלעם האלט אן

עס איז א ביטול תורה פראבלעם אויך, ווייל איך נוץ דאס צום לערנען מיט מיין חברותא יעדע נאכט, און מען קען צופלאצט ווערן ווען עס האקט זיך איבער עטליכע מאל אינמיטן דעם קארגן שעה

וואס זאל זיין מיין נעקסטע שריט?

(פונקט היינט געהערט פון נאך איינעם דא אין מאנסי געגנט וואס האט ענליכע פראבלעמען מיט זיין ווערייזאן טרי-דזשי, ווייס איך שוין אז עס איז א צרת רבים, מיעוט רבים שנים. האבן נאך אידן דא אזעלכע סארט פראבלעמען? איז פאר-דזשי בעסער?)

יישר כחכם
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » פרייטאג ינואר 10, 2020 12:56 am

עמך אנכי בצרה. לעצטנס איז ממש שרעקליך אין מאנסי געגנט.
איך האב שוין אויפגעגבן און איך ווייס ביי מיר קלאר אז מיין נעקסטע שריט וועט מוזען זיין צו קויפן א 4G פאון.
מען טרייט צו שטופן וויפיל מעגליך. איך גלייב שווערליך אז איינער איז אינטערעסירט צו מאכן בעסער. עס איז עתים... ועתים....
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 10, 2020 1:18 am

אבער איך האב געהערט פון כאטש צוויי מענטשן אז 4G איז נישט בעסער לגבי דעם פראבלעם!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » פרייטאג ינואר 10, 2020 11:32 am

לכאורה האט געשריבן:אבער איך האב געהערט פון כאטש צוויי מענטשן אז 4G איז נישט בעסער לגבי דעם פראבלעם!

איך בין ביי ווערייזאן, (אויך אין ספרינג וואלי) מיין 3G איז געווען געפערליך, האב איך געטוישט צו 4G און ב"ה עס ארבעט א מחיה, ביזדערווייל האט זיך עס קיינמאל נישט אפגעהאקט, מיין טאכטער האט Super LTE) US MOBILE) און עס ארבעט אויך פיין.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 10, 2020 11:42 am

יישר כח פאר אלע מגיבים
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט