אייוועלט גראפיק פארמעסט #1 [די פענגווין'ס]

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

אייוועלט גראפיק פארמעסט #1 [די פענגווין'ס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

קודם קאנגראטיולעישאנ'ס פאר ווער בין איך פארן געווינען די וואלן אויף וואס זאל זיין די פארמעסט? (נישט געזארגט מ'וועט אנקומען צו יעדן'ס איידיע) 15 אידן האבן אויסגעוועלט נומער 13 א בילד וואס יעדער זאל דאונלאודן און מאכן עפעס אינטרעסאנט דערמיט און איך וועל ציטירן פון די ארגיאנעלע הצעה
ווער בין איך? האט געשריבן:איך האלט מען זאל עס מאכן אזוי:
אייוועלט זאל צושטעלן איין בילד וואס יעדער זאל קענען דאונלאודן (די בילד מוז זיין היי רעז)
און יעדער זאל מאכן עפעס אינטרעסאנט מיט דער בילד,


א ספעשיל טענק יו און פערזענליכען דאנק פאר די עסקנים און גראפיסטן (וויכטיג מאכער, דער גראפיסט, שמערי בערי, משה בערגשטיין, איך הער, די פאקט) וואס האבן געהאלפן צושטעלן און דעסיידן דעם בילד

א ספעשיל טענק יו פאר טריאו און ארענדאר פארן ערמעגליכן דעם היי רעז פייל

דער בילד איז זייער סימפל און פלעין יעדער איז מכובד עס אויס צוארבייטן, יעדער קען טוהן וואס מ'וויל.. , נאר די פייגעלעך.. , נאר די הימל.., סאיז מיר (אלס נישט גראפיסט) זייער אינטערעסאנט וואס מוועט מאכן דערמיט, מ'קען מאכן די פייגעלעך סווינגען. די פייגעלעך עסן. באטראכטן א פיקטשער.. עניטינג.


קיינער זאל נישט לייגן די אויסגעארבייטע בילד ברבים נאר ביטע שיקן אין אימעיל צו
[email protected]
אטעטשמענטס
farmest1.jpg
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

די בילד האט א שטארקן טעות!
די שאטנס זענען פארקערט. נארמאל דארף א שאטן פאר צו איין זייט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אויב דו באמערקסט איז די גאנצע בילד א געדאפעלטע בילד.

אדרבה... דאס איז די זאך... מאכט עפעס בעסערעס דערפון....
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ווילאנג גייט זיין דער פארמעסט?

קען מען מאכן צוויי בילדער?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
טאמעטא
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאמעטא »

שמערי בערי האט געשריבן:אויב דו באמערקסט איז די גאנצע בילד א געדאפעלטע בילד.

אדרבה... דאס איז די זאך... מאכט עפעס בעסערעס דערפון....


יא אבער ס'דארף מאכן סענס סזאל אויסקוקן עכט ס'פונקט ווי מ'גיט א פיקטשער ווי א קאר פליט אויפן הייוועי און די שעדאוי איז און פראנט פון די קאר!

גיב א פיקטשער אן קיין (דאפעלטע) שעדאויס
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

שמערי בערי האט געשריבן:אויב דו באמערקסט איז די גאנצע בילד א געדאפעלטע בילד.

אדרבה... דאס איז די זאך... מאכט עפעס בעסערעס דערפון....



נישט פונקט
נאר די פענגווינס און די בעק חלק פון זיי.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

טאמעטא האט געשריבן:גיב א פיקטשער אן קיין (דאפעלטע) שעדאויס

טאמעיטא
אויב דאס "איז" די בילד קענסטו מאכן עפעס אינטערעסאנטס דערפון?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אפילו איך האב געוואונען די וואלן, וויל איך מודיע זיין אז איך וועל 'נישט' האבן קיין צייט די נעקסטע פאר טעג אדער וואכן, וועל איך לכאורה נישט קענען מאכן עפעס פון דער בילד.
ואתכם הסליחה
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

אויב איך מעג מיך אריינמישן און זאגן מיין מיינונג, לאמיר זאגן געציילטע ווערטער:

לפי עניית דעתי (איך רעד וועגן מיך, נישט וועגן דעם ניק. הערסט?) וואלט איך געזאגט אז אדרבה זאל יעדער דאהי יא מגבינ'ען זייער געשפילטע און פארראכטענע בילדער, אזוי אז עס זאל זיין קנאת סופרים תרבה חכמה (דא וועט אפשר זיין פארקערט: קנאת חכמה תרבה סופרים...):
"דו האסט זיך געשפילט מיט'ן בילד אזוי, פשששי, ס'מיר גארנישט איינגעפאלן, לאמיר טאקע נעמען דעם רעיון און עס ארויפארבעטן אויף א העכערן מדרגה! יא, אלע וועלן זעהן אז דאס איז דיין רעיון, איך שרייב דאך אזוי בפירוש! און ווי אויך האב איך עס געשטעלט מיט א צוויי שעה נאך דיר (שוין, דאס איז נישט קיין בפירוש'ע ראיה, לאמיר צוריקגיין צום ערשטן)". איך מיין דער עולם וועט מער הנאה האבן אזוי.

ווי אויך וועט מען דא זען עפעס לעבעדיגע מענטשן דורכאויס דער פארמעסט, ווי איידער איין בלויזע בלאט מיט אפאר תגובות פארוואס דער זון האט פונקט געשיינט צווישן די צוויי פארן פון פייגלעך... "איז דא איינער וואס נעמט אן ערענסט דעם פארמעסט? וויאזוי ווייס איך אז איינער ארבעט בכלל אויף עפעס? אוודאי גיי איך געוואונען, איך בין דאך דעם איינציגסטן וואס ארבעט אויף עפעס!..." ס'איז טויט דא. ס'איז שא שטיל. קיינער רירט זיך נישט. איינער וואס וויל וויסן וויפיל אזייגער ס'איז, וועט נישט אפילו נעמען די מיה אריינצוקומען דא און פרעגן, ס'איז ליידיג, מ'הערט נישט ארויס קיין פיפס!...

לאמיר זען וואס דו האסט צו פארקויפען! ברענג עפעס ארויף אויפ'ן פלאך! לייג עפעס, ווייז עפעס, הער די מיינונגען פון אנדערע אידן, פון אנדער מבינים. נעם אראפ דעם שטיקל, לייג צו א שעדא, פאדריי דעם ריפלעקשען. מאך. טו. זאג. באהאלט דיך נישט.

אזוי ווי ס'ארבייט יעצט, בין איך סטאק. כ'ווייס נישט ווי אנצוהייבן און וואו נישט אנצוהייבן, איך האב נישט קיין רעיונות, נישט קיין דמיונות.

ביטע נעמט אן מיינע דברים היוצאים מקאמפיוטער עס זאל זיין נכנסים לקאמפיוטער (P2P), והכל על מקומו יבא ונכנס לשלום.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
טאמעטא
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאמעטא »

און אנדערע ווערטער ווייל די האסט נישט קיין איידיע ווילסטו זען וואס די עולם האט און אויף דען בויען דיינס דעס איז ראנג!
ווי איז דיין קריעטיוועטי?
ביינאכט ווען די גייסט שלאפן מאך צו דיינע אויגן הייב אן צו טראכן אפשר אזוי און אזוי טריי אלע מינע וועגן וואס קען דיר איינפאלן ביסט די שלאפטס איין, ווען וועסט אויפשטיין וועסטו האבן א שיינע חלום מאך עס נאך.
נ.ב. פארגעס נישט אויסצולעשן דיין סעלפאן מ,זאל דיך נישט אויפוועקן פון דיין שלאף
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

א גוטן הרב טאמעטא:

איך זעה אז דו ליינסט צוריקצווועגס, פון אונטען ארויף, און ביזט אליין געבליבן סטאק ביים צווייטען פאראגראף (פון אונטען) און דאס בלוט איז דיר פון הארץ ארויס און אינגאנצען צוקאכט געווארן אזש האסט עפעס געמוזט שרייבן פאר דער וואס האט גענומען די העזה צו פראבירן אויפצוועקן די פארשלאפענע. און האסט אינגאצען פארגעסן ווייטער צו לייענען... :wink:

בלייב נישט שטיין, ליין ווייטער, אפשר האב איך געשריבן נאך עפעס חוץ וועגן מיין פארשלאפענעם קריעטיוועטי, אפשר איז דא נאך עפעס א סיבה וואס איך האב דארט ארויסגעברענגט... אפשר?... אפשר דאך...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

האניג, רעד מיט א ברודערליכע טאָן. כי אנשים אחים אנחנו.

און צו דיין פוינט. ביסט גערעכט אז ס'מאכט א טויטע שטימונג דא, די מנהלים דארפן עס באהאנדלען (אפשר זאל יעדער שרייבן וואו ער האלט, "איך האב שוין אנגעהויבן" "ס'קומט א גוט'ס" "מיינס וועט אויך גוט זיין!" וכדו', אבער דאס אז יעדער זאל זעהן וואס יענער האט געמאכט און עס נאכמאכן בעסער, דאס איז נישט קיין וועג. ס'איז נישט יושרדיג. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב אויך נאכנישט קיין איידיע פאר דעם בילד, אבער עפעס וועט שוין ווערן. און צו דיין טענה אז יעדער וועט וויסן אז "ס'איז געווען יענקלס איידיע" דאס איז נישט ריכטיג, ווייל ווען ס'וועט זיין וואלן וועמענס סאיז געווען די בעסטע וועט דער געווינער זיין דער וואס האט עס די לעצטע אויפגעארבעט, קיינער וועט נישט געדענקען צו קרעדיטן די ערפינדער פונעם איידיע.
אזויפיל יא, אויב סאיז דא איינער וואס האט אין געדאנק מערערע איידיעס און ער איז מסכים עס אויפצוברענגען דא ברבים, וואלט עס אפשר געווען א גוטע זאך.
לעצט פארראכטן דורך פאכמאן אום מיטוואך אוגוסט 05, 2009 6:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

איך זעה אז ס'איז מעגליך אז מ'האט מיר דא גענומען אביסל ערענסטער וואו כ'האב בעצם געוואלט, איך אנטשולדיג מיר דא ברבים פאר הרב טאמעטא.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

האניג קודם כל האט דיין מהלך א שטיקעל חסרון וויבאלד דער עולם וועט נישט אליין צו לייגן שטארק קאפ און זיך פארטיפען,נאר ווארטן ביז יענער וועט לייגן און דערנאך אביסע'לע בעסער נאכקאפירן און אלע וועלן זיין כמעט די זעלבע נאר מיט עטליכע שנוים ,און עס איז אסאך אינטערסאנטערוועט מען זעט אז יעדעמ'ס כח המחשבה און דמיון לויפט און וועפט אנדערש,און יעדער גייט און א צווייטע ריכטונג .בנוגע אז עס איז צו שטיל און איינגעמאכט האב איך שוין מיט אפאר וואכן צוריק אריין געשיקט און אישיות פאר די אחראים אז זייזאל'ן מעלדן יעדער איינער וואס האט שוין אריין געשיקט אז דער האט פינעווע מאנטאג אריין געשיקט און דער דינסטאג צופרי. און אויב מעגליך צו מאכן נאך לעבעדיגער זאל מען צולייגן א סטעטמענט בא יעדעם א צווייטע סלאגאן וויאזוי זיי קוקן עס בכלליות ,אן און לאמיר עס לאזן פאר זיי אפשר האבן זיי בעסערע טאקטיקן וויאזוי עס מחיים מתים זיין ,און נאכדעם כל וועט שוין די צווייטע דריטע פארמעסט זיין לעבעדיגער ווייל עס וועט שוין זיין וואס צו ערווארטן און פונקטליך וויסן וואס ווען ווי דער עולם האלט דער עולם וועט שוין באקומען אביסלע עקספריענס ,ווי אויך וועט מען קענען ארויס נעמען רעיונות פון די פאריגע פארמעסטן פון א צווייטן. וואס נעמען פון א צווייטן פון א פאריגע פארמעסט אויף א צווייטע ,ליגט שוין אביסלע מער תוכן און עס איז שוין מער אינטערסאנטער א קיצור מיט די צייט וועט מען זיך לערנען און עס וועט בעזר השם זיין ערשט קלאסיגע פארמעסטן
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

ווער בין איך? אין אימעיל (בייגעלייגט א בילד) האט געשריבן: פון: ווער בין איך?
צו: [email protected]
דאטום: Tue, Aug 4, 2009 at 10:53 PM
סובדזשעקט: Penguins -

אטעטשמענט:
Penguin - ווער בין איך.jpg

עס איז געמאכט אין די איילעניש,
ווי געשריבן האב איך נישט קיין צייט
סארי

איך מוז מיך אנטשולדיגן

איך האב עס שוין געזען היינט צופרי און איך וואלט ווען גראד געדארפט מעלדן די חשובע חבירים אז ס'זאל זיין א קנאת סופרים
איך בין אבער ב"ה ביזי געווען מיט קאסטומער'ס דורכן טאג (אז ווער בין איך איז ביזי.. טא וואס זאל איך שוין זאגן..)

ואתכם הסליחה
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אלף בית האט געשריבן:ווילאנג גייט זיין דער פארמעסט?

קען מען מאכן צוויי בילדער?
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

איין זאך האב איך יא באמערקט: דא איז זיכער לעבעדיג געווארן יעצט... מ'האט געשריגן, מ'האט איבערגעבטען, מ'האט דיבאטירט, און, והעיקר, ווער'עלע האט זיך גענומען צום ארבייט (נעקסט פליז... איך ווארט!)

ווער בין איך: דיין ארבייט איז א מייסטער ווערק, ממש קונצלעך צוזאם געשטעלט, גאר מייסטערהאפטיג, מ'זעט דעם פראפיסנעלן מהלך דארט, הלוואי ווען איך וואלט נאר אליין געקענט מאכן אזאנס! (גערעכט, כ'האב עס טאקע נאכנישט געזען, אבער איך שטעל מיר אויפ'ן הערליכן און שטארקן חזקות הכשרות וואס ווער'עלע האט דא אויפגעבויט מיט זיין אלע געוואלדיגע ווערק דאהי אין קרעטשמע!)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

מורי ורבותי
רב האניג, און אלע חברים גראפיקער'ס פון מתחילים ביז פראפעסיאנאלן
מיר ווארטן אויף אייך, אז מיר וועלן האבן אפאר קנאגעדיגע בילדער וועלן מיר אויסזאגן דעם סוד ווען דער פארמעסט ענדיגט זיך.

ס'מוז טאקע נישט זיין איר וועט געווינען!!!

אבער א פרסום פון אייער לעוועל און סקילס און איידיעס איז עס זיכער!!!

קען זיין איינער וועט זעהן אייער ווערק וועט ער זאגן:
wow דער האט גוטע הענט! מיט אביסל פרעקטיס איז ער א מומחה!
אדער: wow דער האט איידיעס! מיט זיינע איידיע'ס קען איך מאכן הערליכע זאכן, איך מוז אים האבן אויף מיין טיעם!

און ווער זאגט?
אפשר וועט איר טאקע יא זיין דער געווינער?
יא! וואס קוקסטו מיך אזוי אן.. דיך! טאקע דיר.. מיין איך..
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

איך??!!... אה, כ'האב געמיינט האסט גערעדט צו מיר...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

האניג, ביסט האניג זיס.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

ווער בין איך? האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:קען מען מאכן צוויי בילדער?

יא! מקען מאכן מער ווי איין בילד
אדרבה אויב איינער האט מער ווי איין איידיע זאל ער ווייזן זיין קריעטיוועטי
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

איך שיק שוין
פארשטיי נישט פארוואס מען האט א נאמען געגעבן טויבעלעך, ווען אין די בילד איז דא פעגווינס
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

צים פינטעל אין אימעיל (בייגעלייגט א בילד) האט געשריבן: פון: צים פינטעל ?
צו: [email protected]
דאטום: Sun, Aug 9, 2009 at 11:31 AM

אטעטשמענט: farmest.jpg


צים פינטל:
א שיינע איידיע!!!

איר האט עס געשיקט אויף זייער א קליינע רעזעלושען 17K
איר קענט עס איבער שיקן

צים פינטעל האט געשריבן:איך שיק שוין
פארשטיי נישט פארוואס מען האט א נאמען געגעבן טויבעלעך, ווען אין די בילד איז דא פעגווינס

וויזוי איז פענגווינס אין אידיש? אלס קינד האמיר גערופן די פענגווינס טויבעלעך..
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

ויזוי איז פענגווינס אין אידיש? אלס קינד האמיר גערופן די פענגווינס טויבעלעך..

טעות לעולם חוזר!!!! מען מוז נישט בלייבן ביי די זעלבע טעותים פון אלס קליין קינד, פעגווינס מיינט טויבעלעך אזוי ווי א קעצל מיינט א לייב.
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

פינטל, נישאזוי שטרענג...
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”