מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 26, 2020 3:04 pm

זאל די קומפיין מצליח זיין אין מאכן 10 מיליאן
דאס איז אבער נישט די נושא אצינד

מיר טוהן דא סך הכול ברענגען awareness און דאכציך אז דער וואס האט ארויסגעלייגט די עד האט געקענט טראכטן אז געווער מיט בלוט באלאנגט נישט אין די היימישע גאסן

אין הכי נמי די plays וואו מען ווייזט מעשי רציחה איז אויך א פראבלעם און ליידער איז די היימישע עולם געזעצן אים געוואטשט די אלע אייסעס ווידיו׳ס בשעתו מיט Torching וואס דאס האט ליידער געמאכט אז ביי אסאך מענטשן אעז דאס געווארן נארמאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג ינואר 26, 2020 3:22 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:שריי מיך ביטע נישט אן אז איך פארשטיי נישט (אדער שריי יא, ס'נישט נוגע) אבער וואס איז עס אנדערש ווי די פארגיסן די טאטעס בלוט עד פון די dj קאמפיין?

אגב איך עגרי אז ס'שעדליך

דער עד איז בלויז געהאנגען אין א ישיבה, נישט געווען א קאמפיין פאר די גאס.

מאי שנא?
great כתב: איך מיין ענדערש זאל מען זיך נעמען קודם אויף די טאטעס וואס קוקען א גאנצן טאג די עקעלדיגע ווידיאויס און די אום שילדיגער קינדער ליידן פון דעם ברחניות ובגשמיות אויף לעד ולנצח נצחים און די טאטעס האבן א נעבעכדיגע תירוץ פון זוכן לצורך פרנסה (וואס איז אפשר יא זיכער נישט א תירוץ) און נאכדעם וועט מען האקן אויף די קאפיין וואס די מארקעטינג האט שוין גמאכט $10000 און די קאמפיין וועט אי,ה מאכן $1000000

האסט א שטארקע נקודה, כ'ווייס אבער נישט ווי פארדעם און נאכדעם קומט אריין, ווייל ע"כ אין לדבר סוף. פארשטייסט? ס'דא ערגער ווי דאס אויך. מ'דארף ארבעטן אויף אלעס באנאזאם.

און אז מ'רעדט שוין יא פון מארקעטינג וואס איז שעדליך, איז דא זאכן וואס ע"פ הלכה איז אסור צו מסתכל זיין דערויף, למשל בגדי נשים, און עס ליגט אין "אלע" גרויסע וועכענטליכע עדווערטייזמענט אויסגאבעס. בליט גיסן - נישט צו פארמינערן די טענה דערקעגן - איז נאר א השקפה'דיגע פראבלעם.
ס'איז צייט פאר א הכשר פאר "יעדע אויסגאבע" וואס קומט אריין אין א היימשע שטוב.
לעצט פאראכטן דורך נקודהלע אום זונטאג ינואר 26, 2020 3:27 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

great
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » זונטאג ינואר 26, 2020 3:26 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:זאל די קומפיין מצליח זיין אין מאכן 10 מיליאן
דאס איז אבער נישט די נושא אצינד

מיר טוהן דא סך הכול ברענגען awareness און דאכציך אז דער וואס האט ארויסגעלייגט די עד האט געקענט טראכטן אז געווער מיט בלוט באלאנגט נישט אין די היימישע גאסן

אין הכי נמי די plays וואו מען ווייזט מעשי רציחה איז אויך א פראבלעם און ליידער איז די היימישע עולם געזעצן אים געוואטשט די אלע אייסעס ווידיו׳ס בשעתו מיט Torching וואס דאס האט ליידער געמאכט אז ביי אסאך מענטשן אעז דאס געווארן נארמאל

איך מיינט דעיס איז יא דא די נושא ווי לאנג די היתר פון סמארטפאנס לצורך פרנסה איז בתוקפה (וואס דורך דעם וואזן די טאטעס פאר די קינדער די עקעלדיגע זאכן) איז די אשכול איבריג ווייל דעס איז א זעכערע לצורך פרנסה

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג ינואר 26, 2020 3:29 pm

אלעס קומט פון דער ארץ-ישראל'דיגער מהלך פון לייגן גרויסע רויטע בלוט-טראפנס און וויינעדיגע יתומים נעבן מיטות וואו מ'קען כמעט זעהן דעם בר מינן...
אלעס פאר א פאר פארשטינקענע דאלער.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג ינואר 26, 2020 3:33 pm

אז אלע פארשטייאישע פרטפעראנדע מסיבות וועלכע קומען פאר אין איינס פון די פאלגענדע סטאדיומס:

ארמארי / ארטור עטש / נעסאו קאלעסיאום / בארקלעי צענטער וכו׳ וכו׳

ווערט געמאכט מעט די מאקסימום שיגעון און ווילדע פלאקאטן.
צי א פארטיישע נסיעה קיין האנאלולו וכו׳ וכו׳ איז אינגאנצן פארגויאישט,

פארוואס האסטו טענות אויף דזשורזי סיטי?

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 26, 2020 3:37 pm

כ'האב נאך אינערגעץ געזען אויף א עד קיין אויסגעשטרעקטע געווער ביז היינט

אנדערע עדס ברויכן טאקע אויך א תיקון, אבער נישט דאס איז די נושא דא
לאור המצב איז אבאוט טו עקספייער, פליז אופדעיט יאור אקאונט

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3940
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג ינואר 26, 2020 3:38 pm

קיסריה האט געשריבן:אז אלע פארשטייאישע פרטפעראנדע מסיבות וועלכע קומען פאר אין איינס פון די פאלגענדע סטאדיומס:

ארמארי / ארטור עטש / נעסאו קאלעסיאום / בארקלעי צענטער וכו׳ וכו׳

ווערט געמאכט מעט די מאקסימום שיגעון און ווילדע פלאקאטן.
צי א פארטיישע נסיעה קיין האנאלולו וכו׳ וכו׳ איז אינגאנצן פארגויאישט,

פארוואס האסטו טענות אויף דזשורזי סיטי?

די משל וואס דו ברענגסט נאך איז ווערד צו ווערן דעבאטירט פאר זיך,
אבער איז בכלל נישט מן הענין פון וואס מ'רעדט דא יעצט!
מיטהאלטן פאליטיק איז פונקט ווי לייענען א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

תגובהדורך פרישע קוגל » זונטאג ינואר 26, 2020 4:25 pm

איך פארשטיי בכלל נישט די איבערקערעניש דא
און די דערציילונגען פון צדקים בוקס פין מחניים מיט וואס אונז זענען אויפגעוואקסן אוז אלעמאל געווען בילדער פון שרעקעדיגע רויבער'ס מיט מאדנע לאנגע מעסער'ס וואס איז זיכער געווען שרעקעדיגער ווי די יעצטיגע רויטע ווערטער מיט א שאטען פון א מענטש מיט א גאן...
און אפשר די פאליציי וואס דרייען זיך און די גאסן מיט די גאנ'ס אויפן פאסיק און בליטשקע'דיגע לייטס אויף די קאר'ס דערשרעקן אויך אונזערע קינדער???
דאס איז זיכער אז דער קליק ענד מארקעט איז גאר גוט, והא ראי דער עולם זעט עם שנעל...
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

אוועטאר
סוקסעספולער איד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:23 pm
לאקאציע: געבליבן שטעקן אינעם עלוועטער

תגובהדורך סוקסעספולער איד » זונטאג ינואר 26, 2020 4:35 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:כהאב געטראכט צו כזאל עס ארויפברענגען , אבער סנישטא קיין ברירה

צום ענין , געוויסע בעלי מארקעטינג זענען אויפגעקומען נאכצומאכן פארשידענע גויאישע סארט טאקטיקען וויאזוי צו איינפלוסען די מענטש פאר זייערע צוועקן דורך מארקעטינג וואס איז שעדליך פארן נפש האדם
טוהן מיר דא בעטן די חברה , הערט אויף צי פוגע זיין אין אונז און אין אונזערע קינדער

אונז זעמיר ב״ה איידעלער דערפון
אונז און אונזערע קינדער דארפן דאס נישט זעהן
ברענגט נישט אריין ווילדע גויאישע טאקטיקן וואס פאסט פאר א טעלעוויזיע רעקלאמע

וואס זאגט דער עולם ?

איר אליין האט נישט קיין פראבלעם די פראבלעם איז מיט די פחדים פון די קינדער, בין איך גערעכט?

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » זונטאג ינואר 26, 2020 5:51 pm

איינציגסטע פראבלעם וואס איך זעה דא איז אז עס שטייט 'דצחו' מיט א ד'. עס האט עפעס א פסיכאלאגישע עפעקט צוזאמען מיטן סוואט אגענט מיטן גאן. ס'שטעכט עפעס מער ווי סתם רצחו

מימוני
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

תגובהדורך מימוני » זונטאג ינואר 26, 2020 6:37 pm

אונז זעמיר ב״ה איידעלער דערפון
אונז און אונזערע קינדער דארפן דאס נישט זעהן
ברענגט נישט אריין ווילדע גויאישע טאקטיקן וואס פאסט פאר א טעלעוויזיע רעקלאמע

נאכדערדצו אז עס זעט מיר אויס ארויף געפעיסט אויף די שטאטישע גאסן וואס דאס מיינט אז די Swat בילדער וועלן אונז באגלייטן פאר די קומענדיגע פאר חדשים אויב נישט יארן.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 26, 2020 6:47 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די איבערקערעניש דא
און די דערציילונגען פון צדקים בוקס פין מחניים מיט וואס אונז זענען אויפגעוואקסן אוז אלעמאל געווען בילדער פון שרעקעדיגע רויבער'ס מיט מאדנע לאנגע מעסער'ס וואס איז זיכער געווען שרעקעדיגער ווי די יעצטיגע רויטע ווערטער מיט א שאטען פון א מענטש מיט א גאן...
און אפשר די פאליציי וואס דרייען זיך און די גאסן מיט די גאנ'ס אויפן פאסיק און בליטשקע'דיגע לייטס אויף די קאר'ס דערשרעקן אויך אונזערע קינדער???
דאס איז זיכער אז דער קליק ענד מארקעט איז גאר גוט, והא ראי דער עולם זעט עם שנעל...

אין הכי נמי
איך האב א קינד וואס פלעגט וויינען אינמיטן נאכט איבער שרעקעדיגע חלומות אין איך האב עס תולה געווען אויף די שרעקעדיגע ביכער און כהאב אים געקויפט אנשטאט דעם די Curious George ביכער און מיט דעם האט זיך גענדיגט זיינע בייזע חלומות

בכל אופן קומט נישט דא אריין די נקודה
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

תגובהדורך פרישע קוגל » זונטאג ינואר 26, 2020 6:59 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די איבערקערעניש דא
און די דערציילונגען פון צדקים בוקס פין מחניים מיט וואס אונז זענען אויפגעוואקסן אוז אלעמאל געווען בילדער פון שרעקעדיגע רויבער'ס מיט מאדנע לאנגע מעסער'ס וואס איז זיכער געווען שרעקעדיגער ווי די יעצטיגע רויטע ווערטער מיט א שאטען פון א מענטש מיט א גאן...
און אפשר די פאליציי וואס דרייען זיך און די גאסן מיט די גאנ'ס אויפן פאסיק און בליטשקע'דיגע לייטס אויף די קאר'ס דערשרעקן אויך אונזערע קינדער???
דאס איז זיכער אז דער קליק ענד מארקעט איז גאר גוט, והא ראי דער עולם זעט עם שנעל...

אין הכי נמי
איך האב א קינד וואס פלעגט וויינען אינמיטן נאכט איבער שרעקעדיגע חלומות אין איך האב עס תולה געווען אויף די שרעקעדיגע ביכער און כהאב אים געקויפט אנשטאט דעם די Curious George ביכער און מיט דעם האט זיך גענדיגט זיינע בייזע חלומות

בכל אופן קומט נישט דא אריין די נקודה

אבער איך מיין אז עס איז דא נאך טויזענטער קינדער וואס ליינען יא די אלע בוק'ס און גארנישט פאסירט.. דאס האבעך געמיינט צו זאגן.
אז שרעקעדיגע פיקטשער'ס איז אייביג געווען, און עולם כמינהגו נוהג...
די פיקטשער'ס פון דעי קאמפיין דערשרעקט נישט קיינעם.. אפשר איז עס געזינט אויך אז זיי זאלן וויסן אז נישט אלעס איז אייביג ווייס... ס'דא שווארצע-שרעקעדיגע טעג אויך.
און לגבי דיין קינד, איך מיין אז נישט אלע קינדער זענען אזוי והא ראי, רוב היימישע קינדער גייען נישט שלאפען מיט די קיריעס זשארש בוק'ס (אפשר יא אבער איך מיין אז נישט..) און ער/זי וועט עס אויסוואקסען אי"ה
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

רויטע מילך באטלעך; אראפ פון די שעלווס!!!

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג ינואר 27, 2020 12:50 pm

רויטע מילך באטלעך; אראפ פון די שעלווס!
אין די לעצטערע צייטן זעט מען אן איבערפלוס פון שעדליך-רויטע קאליר פון פעקעדזשינג אויף עסווארג און בפרט אויף נאשעריי און זיסווארג פון קינדער (סטראבערי פלעוואר, פאמעגרענעט וכדומה).
איבערהויפט די "רויטע" מילך באטלעך, וואס די מילך ווערט נאך אנגערופן אויפ'ן קאליר אלץ "רויטע מילך", און די קינדער טרינקען דאס און זעען דעם באטל אינדערפרי גלייך אינדערפרי, ארויס פון די חלומות, ביים נעמען דעם צופרי גלאז מילך אדער קאווע גאר.
דער "רויטע" מילך באטלעך פעקעדזשינג איז א גאר שעדליך און עס דערקענט זיך טאקע א רעדוקציע אין אידישע שטובער פון דעם סארט מילך טראץ וואס מאנכע טענה'ן עס איז זאגאר מער געזונט און נאטורליך.
די שטאט האט טאקע אין די לעצטער יארן פארלאנגט פון די היימישע מוסדות התורה אראפצונעמען די באטלעך פון די חדרים טישן און נישט סערווירן פאר די קינדער, וואס איז זיכער א שטארקע הילף פאר די קינדערלעך וואס זעען זיך אן מיט די אלע מילך באטלעך אינדערהייים, כאטש עטוואס א חצי נחמה.
צוגעלייגטע
rm__67066.1553793159.1280.1280.png
rm__67066.1553793159.1280.1280.png (368.44 KiB) געזעהן 720 מאל

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:12 pm

מי יודע האט געשריבן:100%
און דרך אגב די סארט עדס שאדט אויך פאר אונזערע קינדער

https://drive.google.com/file/d/1LyErtg ... QckcL/view

פוי! אומגלויבליך ווי אונז האלטמיר. מפילט שוין נישט די פארגרעבטקייט . אן עקל און גרויל. די תירוץ איז אייביג די זעלבע "יעדער טוט עס"

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:15 pm

נקודהלע האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:שריי מיך ביטע נישט אן אז איך פארשטיי נישט (אדער שריי יא, ס'נישט נוגע) אבער וואס איז עס אנדערש ווי די פארגיסן די טאטעס בלוט עד פון די dj קאמפיין?

אגב איך עגרי אז ס'שעדליך

דער עד איז בלויז געהאנגען אין א ישיבה, נישט געווען א קאמפיין פאר די גאס.

מאי שנא?
great כתב: איך מיין ענדערש זאל מען זיך נעמען קודם אויף די טאטעס וואס קוקען א גאנצן טאג די עקעלדיגע ווידיאויס און די אום שילדיגער קינדער ליידן פון דעם ברחניות ובגשמיות אויף לעד ולנצח נצחים און די טאטעס האבן א נעבעכדיגע תירוץ פון זוכן לצורך פרנסה (וואס איז אפשר יא זיכער נישט א תירוץ) און נאכדעם וועט מען האקן אויף די קאפיין וואס די מארקעטינג האט שוין גמאכט $10000 און די קאמפיין וועט אי,ה מאכן $1000000

האסט א שטארקע נקודה, כ'ווייס אבער נישט ווי פארדעם און נאכדעם קומט אריין, ווייל ע"כ אין לדבר סוף. פארשטייסט? ס'דא ערגער ווי דאס אויך. מ'דארף ארבעטן אויף אלעס באנאזאם.

און אז מ'רעדט שוין יא פון מארקעטינג וואס איז שעדליך, איז דא זאכן וואס ע"פ הלכה איז אסור צו מסתכל זיין דערויף, למשל בגדי נשים, און עס ליגט אין "אלע" גרויסע וועכענטליכע עדווערטייזמענט אויסגאבעס. בליט גיסן - נישט צו פארמינערן די טענה דערקעגן - איז נאר א השקפה'דיגע פראבלעם.
ס'איז צייט פאר א הכשר פאר "יעדע אויסגאבע" וואס קומט אריין אין א היימשע שטוב.

100% אגריי. ביז דעמאלטס דארף יעדער אליינס דורך קוקען די אויסגאבע צו זען וואס קומט אריין.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:19 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די איבערקערעניש דא
און די דערציילונגען פון צדקים בוקס פין מחניים מיט וואס אונז זענען אויפגעוואקסן אוז אלעמאל געווען בילדער פון שרעקעדיגע רויבער'ס מיט מאדנע לאנגע מעסער'ס וואס איז זיכער געווען שרעקעדיגער ווי די יעצטיגע רויטע ווערטער מיט א שאטען פון א מענטש מיט א גאן...
און אפשר די פאליציי וואס דרייען זיך און די גאסן מיט די גאנ'ס אויפן פאסיק און בליטשקע'דיגע לייטס אויף די קאר'ס דערשרעקן אויך אונזערע קינדער???
דאס איז זיכער אז דער קליק ענד מארקעט איז גאר גוט, והא ראי דער עולם זעט עם שנעל...

אין הכי נמי
איך האב א קינד וואס פלעגט וויינען אינמיטן נאכט איבער שרעקעדיגע חלומות אין איך האב עס תולה געווען אויף די שרעקעדיגע ביכער און כהאב אים געקויפט אנשטאט דעם די Curious George ביכער און מיט דעם האט זיך גענדיגט זיינע בייזע חלומות

בכל אופן קומט נישט דא אריין די נקודה

אראפ מיט די דערציילונג פון צדיקים שרעקעדיגע מעשיות פון די פריץ און די זשאנדארן! לאמיר ליינען מיט די קינדער Curious George !

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:22 pm

להודיע האט געשריבן:

איך מיין אז דער מאנקי האט א רויטע שניפסל, ניין?...

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:28 pm

ווען דער כח היחיד האט געמאכט א בילד ווי א כלי זמר ווערט א כלי זין, אז די חתן שטעכט די טאטע אין נאך בליטיגע בילדער, אין די רוצחים זענען געווען אינזערע זיסע קינדער, איז יעדער געווען ציפרידען, און איך האב געהאלטן אז עס איז א עוולה, האט מען מיך גענטפערט אז דער פראבלעים איז אזוי גרויס אז עס איז נישט דא קיין ברירה

ווען השומרים האט געמאכט א סעלפאון = נאצי בילד האבן רוב בארעכטיגט

ווען סאטמאר מאכט בלוטיגע אנטי ציני בילדער

ווען דער קאמפיין איז "דיר" נישט אזוי וויכטיג ווערט בלוט א פראבלעים, במילא האק נישט יענעמס קאמפיין ווייל די וועסט אבגעבען א דין וחשבון אויף יעדע פעני וואס די מאכסט שאדן
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:33 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:ווען דער כח היחיד האט געמאכט א בילד ווי א כלי זמר ווערט א כלי זין, אז די חתן שטעכט די טאטע אין נאך בליטיגע בילדער, אין די רוצחים זענען געווען אינזערע זיסע קינדער, איז יעדער געווען ציפרידען, און איך האב געהאלטן אז עס איז א עוולה, האט מען מיך גענטפערט אז דער פראבלעים איז אזוי גרויס אז עס איז נישט דא קיין ברירה

ווען השומרים האט געמאכט א סעלפאון = נאצי בילד האבן רוב בארעכטיגט

ווען סאטמאר מאכט בלוטיגע אנטי ציני בילדער

ווען דער קאמפיין איז "דיר" נישט אזוי וויכטיג ווערט בלוט א פראבלעים, במילא האק נישט יענעמס קאמפיין ווייל די וועסט אבגעבען א דין וחשבון אויף יעדע פעני וואס די מאכסט שאדן

און איך גלייב אז יענעם איז "גאר וויכטיג" די אנדרייעניש קעגן דעם קאמפיין - - -
לערנט אייך שוין אויס, אויב איינער דא אויף אידישע וועלט קומט קריטיקירן אזאך מיט א ספעציפישקייט און דירעקטע רעאקציע, ווען מ'קען אויף נאך א מיליאן זאכן שרייען, קומט עס פון א געוויסע חלק פון מענטש וואס האט נגיעות צו כדומה. וד"ל.

גוט מארגן!

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:34 pm

די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן אפאר יאר צוריק ווען אפאר גרויסע ויכטיגע ארנגענעזאציעס האבן אנגעהויבן איבערדרייען די שטאט פאר זייער דינער. כאב אמאל געפרעגט איינעם פון די גרויסע עסקנים פון א חשובע ארג וואס האט איין יאר געהאנגען אזוינע משוגהנע עדס אז מיינע קליינע קינדער פלעגען מיך פרעגן "טאטי פארוואס וויינען די אלע קינדער?" כאב יענע יאר כמעט נישט געגעבען פאר יענע ארג כפעג געבן אפאר טויזענט דאלער יעדע יאר. האב איך געפרעגט דעם עסקן וואס טוטס עטס? עטס זענטס משוגה? זאגט ער מיר אז דעס איז שוין געשניטן וואס זיי האבן געפלאנט..... ער זאגט מיך די האסט נישט קיין אנונג וויפל בעביס סאיז דא וואס געבען נאר געלט פאר אזוינע אויפרייסערישע עדס......

great
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:35 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:ווען דער כח היחיד האט געמאכט א בילד ווי א כלי זמר ווערט א כלי זין, אז די חתן שטעכט די טאטע אין נאך בליטיגע בילדער, אין די רוצחים זענען געווען אינזערע זיסע קינדער, איז יעדער געווען ציפרידען, און איך האב געהאלטן אז עס איז א עוולה, האט מען מיך גענטפערט אז דער פראבלעים איז אזוי גרויס אז עס איז נישט דא קיין ברירה

ווען השומרים האט געמאכט א סעלפאון = נאצי בילד האבן רוב בארעכטיגט

ווען סאטמאר מאכט בלוטיגע אנטי ציני בילדער

ווען דער קאמפיין איז "דיר" נישט אזוי וויכטיג ווערט בלוט א פראבלעים, במילא האק נישט יענעמס קאמפיין ווייל די וועסט אבגעבען א דין וחשבון אויף יעדע פעני וואס די מאכסט שאדן

אדרבה יעצט וועט יעדער געבן גרויסע סכומים סיי כדי צו מפייס זיין און אויך כדי מזאל נישט דארפן נאכעמאל מאכן די קאמפיין און לייגן אזעלעכע צעטליך

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:36 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:ווען דער כח היחיד האט געמאכט א בילד ווי א כלי זמר ווערט א כלי זין, אז די חתן שטעכט די טאטע אין נאך בליטיגע בילדער, אין די רוצחים זענען געווען אינזערע זיסע קינדער, איז יעדער געווען ציפרידען, און איך האב געהאלטן אז עס איז א עוולה, האט מען מיך גענטפערט אז דער פראבלעים איז אזוי גרויס אז עס איז נישט דא קיין ברירה

ווען השומרים האט געמאכט א סעלפאון = נאצי בילד האבן רוב בארעכטיגט

ווען סאטמאר מאכט בלוטיגע אנטי ציני בילדער

ווען דער קאמפיין איז "דיר" נישט אזוי וויכטיג ווערט בלוט א פראבלעים, במילא האק נישט יענעמס קאמפיין ווייל די וועסט אבגעבען א דין וחשבון אויף יעדע פעני וואס די מאכסט שאדן

גערעכט די אלע זענען געווען פראבלעמאטיש.... אונז ווערן ליידער נאמ פון זען די זאכן ביז סבאדערט שוין נישט ליידער

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:38 pm

אידיאט האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:ווען דער כח היחיד האט געמאכט א בילד ווי א כלי זמר ווערט א כלי זין, אז די חתן שטעכט די טאטע אין נאך בליטיגע בילדער, אין די רוצחים זענען געווען אינזערע זיסע קינדער, איז יעדער געווען ציפרידען, און איך האב געהאלטן אז עס איז א עוולה, האט מען מיך גענטפערט אז דער פראבלעים איז אזוי גרויס אז עס איז נישט דא קיין ברירה

ווען השומרים האט געמאכט א סעלפאון = נאצי בילד האבן רוב בארעכטיגט

ווען סאטמאר מאכט בלוטיגע אנטי ציני בילדער

ווען דער קאמפיין איז "דיר" נישט אזוי וויכטיג ווערט בלוט א פראבלעים, במילא האק נישט יענעמס קאמפיין ווייל די וועסט אבגעבען א דין וחשבון אויף יעדע פעני וואס די מאכסט שאדן

גערעכט די אלע זענען געווען פראבלעמאטיש.... אונז ווערן ליידער נאמ פון זען די זאכן ביז סבאדערט שוין נישט ליידער

פשי! דא זע איך פונקט פארקערט, אנשטאט ווערן נאם זענען עטליכע אויפגעשפרינגען פונקט ווען מאיז שוין צוגעוואוינט...

נישטא ווער ס'זאל לאכן- זיי שלאפן שוין\נאך!

הצלחה וברכה
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:08 pm

תגובהדורך הצלחה וברכה » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:40 pm

איך וויל נישט אריינגיין צו די געווער שאדט פאר קינדער, אבער די גרויליגע פרעסעריי אדווערטייזמענט מיט בילדער ווי קינדער מיט געסראטשטע פיאות און אויסגעשניטענע העמעדער און קליינע קאפלעך לעקן אין בייסן אריין אין א גרויסע גראבע אייזקריעם אדער אנדערע נאשערייען, איז פיל פאכיג מער דא אויף וואס מורא צו האבן פארן חינוך. און אויב מעורר זיין דארף מען מעורר זיין קודם אויף דעם, פינטל.

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט