בלאט 23 פון 36

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 1:49 am
דורך דערבארומדיג'ער
היימישע ארטיסט האט געשריבן:וואס מאכט די סארט אותיות אויסקוקען מער אינטערסאנט ווי פארמאכטע איז צוליב וואס עס קוקט אויס ווי די אותיות שטארצן ארויס פונעם פאפיר און מען זעהט נאר די שאטן וואס עס שאפט.

איך טראכט ענליך אויף פינקי'ס בילד, דער ערשטער בילד זעט אויס ווי א קאפ שטעקט זיך ארויס פונעם פאפיר. לאמיר עס אנרופן 3D.

די פארטיגע בילד זעט אויס גענוי ווי פינקי, עס איז פארפארטיגט בשלמות.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 2:23 am
דורך לייפציק
ווען איינער זעט א פשוטער נומבער שטיין אויף א צעטל, למשל 976097609760976097609760976 וועט עס גארנישט מיינען.

אבער ווען מ'וועט הערן אז איינער האט געווינען 20 מעלאנעס אויסצופיגערן א שווערע שאלה און די ענטפער איז געווען די נאמבער, וואס איז געווען א שווערע רעטעניש, און ער האט עס אויסגעטראפן, און די פרייז האט געהאלטן און איין ארויף גיין, פארשטייט מען שוין אביסל די פרייז, כאטש ס'איז נישט עכט ווערט 20 מיליאן, און אויך פארשטייט מען פארוואס דער וואס האט עס אויסגעטראפן ווערט א העלד, און זיינע ביכער ווערן צוכאפט, און זיינע נומערן שטודירט מען אין שולעס.

כאטש מיין קליינע ברודער פון 5 יאר קען אויך שרייבן די נומבערס...

והנמשל, ווען איינער פארשטייט נישט וויאזוי מ'עסט ארט, קען נישט שאצן קיין פרייזן, נאך א קליין משל, ווען איינער פארשטייט נישט צו מוזיק, און הערט מונה רוזנבלוים, און הערט אז די ארענדשמענטס האט געקאסט 100 אלפים, טראכט א מושגענע וועלט, און א בר מזל דער מונה, ווייל ער ווייסט נישט וואס ער הערט.

איך האב אמאל גרעדט צו א גרויסן ארטיסט, ער האט מיר געוויזן, חשבונות, וואס ער רעכנט וואכן, פון שעדינגס, און קאלאר טשענדשעס, מיר זעט אויס ווי איך קען עס מאכן, אין פאקט, מוטשענען זיך אן א שיעור ארטיסטן צו מאכן, און פאשטייען וואס זיי זעען ווען זיי זעען איינער האט עס געמאכט, "וואס" פארא זאך מ'זעט אויף'ן בילד איז בכלל נישט רעלאוואנט, ער לייגט אריין זיינע געפילן אראפ צו מאלן עפעס, אבער דאס איז נישט די טעמע בכלל, נאר וויאזוי ער מאכט עס.

איך האב געזען זיינע בילדער וואס דער מעלער האט געמאלן אלץ קינד, משוגע שיין, אבער ווי עלטער, אלץ מיסער, אבער אלץ מער האט ער גארבעט דערויף, און אלץ מער איז עס ווערט, ער האט אויפגעהערט ארבעטן אויף די בילד אליין, אבער אנגעהויבן ארבעטן אויף די חכמות.

לענינו, וואס פאר א פנים האט חוזק צו מאכן, פון א זאך וואס מ'פארשטייט נישט, דערמאנט מיך להבדיל ווי נערישע טוריסטן לאכן פון מיר שבת, פערד איינער, דו לאכסט? ווען דו זאלסט וויסן וואס פאר א טעם ס'האט אז מ'האט א חתן ביי תחנון נאר איין דאנערשטאג, וואלסטו זיך גענומען דאס לעבן פאר צער אז דו האסט עס נישט, כ'רעד נישט, פון קידוש מאכן ביים ליינען.

עניוועיז.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 29, 2019 6:26 pm
דורך חביבי
דעקאראציע פאר מיין טאכטערל צו נעמען אין סקול לכבוד שבת שירה,

געשריבן: דינסטאג יאנואר 29, 2019 7:01 pm
דורך בן מנחם
היימישע ארטיסט האט געשריבן:א לעצטיגן מעלעריי

ר׳ ישראל דוב אודסער

געשריבן: מיטוואך יאנואר 30, 2019 1:38 pm
דורך ענדע צדיק!
חביבי האט געשריבן:דעקאראציע פאר מיין טאכטערל צו נעמען אין סקול לכבוד שבת שירה,

;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2019 3:05 pm
דורך נודניק
איך וויל פאר מיר א פעינטינג פין צוויי באקאנטע מענטשען,

ווער קען מיך דעס מאכן?
אין ארום וויפל קען אזא זאך קאסטן?

.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2019 6:37 pm
דורך צפנת פענח
.

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 7:05 am
דורך moishy56
moishy56 האט געשריבן:''יוני''
Colouring Pictures

http://www.yony.co.il

דורך די באקאנטע מעלער
יוני גרשטיין.

א אינטערוויו מיט יוני גרשטיין
https://drive.google.com/file/d/1GvEry- ... Ty8nh/view

אבנארמאל...

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 11:54 am
דורך בראנפן גלעזל
א זעכצן יעריגע מיידל... נבהל ונשתומם צו ווערן! ר' יהודא בן תימא אומר... און נאך.

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 11:55 am
דורך בראנפן גלעזל
שיינע וויו.jpg
שיינע וויו.jpg (234.17 KiB) געזען 4597 מאל
המשך...

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 12:06 pm
דורך אור
היימישע ארטיסט האט געשריבן:צו ענדיגן א בילד איז לאו דוקא שווער, בפרט נאכדעם וואס די פראפארציעס זענען שוין מסודר. די גרויסקייט פונעם הוט וכדו' מאכט נישט אויס ווען די פאוקעס איז אויפן צורה און די הוט דינט מער אלס א קאמפלימענט.
כבוד הרב 'היימישע ארטיסט', דיינע סחורה איז משוגע צו ווערן!! איך הער ניטש אויף קוקן אויף עס... אפשר לייגסטע ארויף א קליפ וויאזוי די מאלעוועסט...? אפילו א שטיקל

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 1:00 pm
דורך בראנפן גלעזל
נעמט אין אכט! די בילדער וואס איך האב פריער ארויפגעלייגט, איז נישט נאכגעמאלן פון אנדערע בילדער. נאר פון זיך אליין מהחל ועד כלה!

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 2:02 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
בראנפן גלעזל האט געשריבן:נעמט אין אכט! די בילדער וואס איך האב פריער ארויפגעלייגט, איז נישט נאכגעמאלן פון אנדערע בילדער. נאר פון זיך אליין מהחל ועד כלה!

משוגע?! נישט נארמאל!! זי נעמט אן צו מאכן קאסטום פאר געלט?

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 2:03 pm
דורך קלאָצקאָפּ
בראנפן גלעזל האט געשריבן:א זעכצן יעריגע מיידל... נבהל ונשתומם צו ווערן! ר' יהודא בן תימא אומר... און נאך.

שיינע סחורה!

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 2:06 pm
דורך נשמה
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
בראנפן גלעזל האט געשריבן:א זעכצן יעריגע מיידל... נבהל ונשתומם צו ווערן! ר' יהודא בן תימא אומר... און נאך.

שיינע סחורה!

קעניינעהארע. השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 5:38 pm
דורך היימישע ארטיסט
ישועות משה

?

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 1:34 pm
דורך אור
היימישע ארטיסט האט געשריבן:ישועות משה

מיט וואס איז די ווייסע בארד געמאכט? ווייסע טשארקאל? אדער מע מעקט אויס די שווארצע..?

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 1:51 pm
דורך איינס
פארוואס דארף מען מעקן
ממאלט לכתחילה נאר ווי מדארף...

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 6:50 pm
דורך חביבי
א בילד מיט אויל פעינט אין 4 פאזעס, נאכנישט אינגאנצן פערטיג אבער האט שוין א שטיקעלע צורה

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 2:37 pm
דורך Quality
ירום הודינו...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:48 pm
דורך Quality
איינער האט מיר אריינגעשיקט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:26 pm
דורך נשמה
@קוואליטי wow.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:35 pm
דורך ענדע צדיק!
wow

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:14 pm
דורך מים שלנו
נאך שענער פון עכט.....

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:26 pm
דורך Quality
נאך אפאר