איידיעס פאר גראפיק דיזיינערס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
esteem
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:43 pm

איידיעס פאר גראפיק דיזיינערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך esteem »

איך ארבעט אליין אלס גראפיק דיזיינער, ס'רוב מאל איז דער באשעפער מיר חונן דעת מיט א גיטע איידיע וואס צו קריעטען אז סזאל זיין
אן אטרעקטיוו עדווערט, און ווי אויך אז די קלייענט זאל זיין העפפי.
מאכט זיך אבער אמאל אז ס'גייט מיק נישט ווי עס דארף צו זיין, אין וויפיל כ'על מיר קלאפען קאפ און וואנט וועט מיר נישט איינפאלען עפעס א גיטס.
איך וואלט זייער גיוואלט אז ווען איך בין אין אזא עת צרה זאל איינער מיר קומען צו הילף!
איך בין גרייט צוגעגעבען א מתן שכרו בצדו פאר די יעניגער וואס קומט אויף מיט'ן געדאנק וואס כ'ניץ צום סוף. (נאר דורך פעי פעל)

ווי אויך וועל איך מיך משתדל זיין צוצוהעלפען אנדערע וואס מאכען מיט די זעלבע פראבלעם.

אצינד לויפט מיר אויס די צייט, איך דארף מאכען אן עד פאר א טשאקלאט סטאר וואס פארקויפט כל מיני טשאקאלאדע מיט ניסלעך ווי ארעינדזשמענס
וכדומה, כמנהג בעלאבתים החשובים פה.. ער נודזשעט מיר אז דאס עד מיז קנאקען אזש די גאנצע שטעטעל זאל רעש'ן דערמיט.
סאו נעקסט טיים איר פארזוימט זיך אין בית הכבוד, טראכט פון עפעס א גוד איידיע און באקומט באצאלט דערפאר נעקסט דעי, אי"ה.

יישר כחכם ותזכו למצוות.

אויב ס'שוין פארהאנען אזא אשכול, בעהט איך איבער, און ביטע צוזאמען שמעלצען.
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

1) וואס דארף דער עד זאגן?
2) צו וועם דארף עס זאגן?
3) עפעס א ספעציעלע מאורע?
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
esteem
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך esteem »

ניין. לאו דווקא.
בעיקר וויל ער זיך לאזען הערען אז ערידא. אבער אויף א שרייערדיגע אופן.
לדוגמא פאריאר האט ער געהאט די העדליינס " have a year overflowing with sweetness.."
עפעס אזוי, מיט א הערליכער פיקטשער פיו א וואטערפאל קונצליך געמאכט פין טשאקלאד.
בקיצור אזא מין סימילאר איידיע.
געט דע פוינט?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואו גייט די עד לויפן (וועלכע קלייענטעל)? און ווען גייט עס לויפן, פאר די הייליגע טעג אדער סוכות אויסגאבעס?
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

האו אבאוט א סימפל קלין פיקטשער ווי מ׳טונקט איין א ניסל אין שאקאלאד?

״על כל ׳חטאי״ם׳ תכסה שאקאלאד״... וכדו׳.
אדער פשוט, ״שנה טובה ומתוקה״.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

אפשר לייגסטו ארויף דא די פאריעריגע עד?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

אפשר מאכסטו א שיינע בעגראונד למשל שווייצע בערג מיט גראז און צוויי טשאקאלאדס שטייציך מיט הענט און פיס (עם ען עם סטייל) געבן זיך די הענט און שרייב לשנה טובה ומתוקה...
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אפשר וואלט געקענט זיין אינטערסאנט, א 'מילגרוים' אינעווייניג זאל עס זיין (אנשטאט די קערעלעך) פיל מיט טשאקאלאד און ניסעלעך.
אדער א טשאקאלאד און ניסלעך אין א שעיפ פון א מיגרוים אדער עפל, אדער פארקערט א בעקראונד פיל מיט אלע ערליי ניסלעך אין אויסגעשניטן א עפל אדער מילגרוים.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

אלעף בייייייית????
דו ביסטעס?!
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

יואל שווארטץ האט געשריבן:האו אבאוט א סימפל קלין פיקטשער ווי מ׳טונקט איין א ניסל אין שאקאלאד?

״על כל ׳חטאי״ם׳ תכסה שאקאלאד״... וכדו׳.
אדער פשוט, ״שנה טובה ומתוקה״.


שיינער און קלינער געדאנק!

פארשטייצעך נישט מיט די ווערטער על כל ׳חטאי״ם...
Impossible is just an opinion
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

אלף בית, זאגט א הערליכע געדאנק
אבער ארויסצוברענגן מכח אל הפועל איז נישט פון די גרינגע זאכן.
אטעטשמענטס
images.jpg
images.jpg (3.98 KiB) געזען 5608 מאל
Impossible is just an opinion
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

א בילד ווי אלע סארט אידן (ליטווישע, חסידישע, בעל הבתישע, רבישע וכו' - שטייגער ווי הערשקאוויטש ביי דזשעי ענד דזשי עד) וואס האלטן א גרויסן פלאקאט מיט טשאקלאדיגע ווערטער "ונסל"ח לכל עדת בני ישראל".
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

גליון האט געשריבן:אלף בית, זאגט א הערליכע געדאנק
אבער ארויסצוברענגן מכח אל הפועל איז נישט פון די גרינגע זאכן.

כ'רעדט פון אזא סארט איידיע.
אדער פארקערט, אז די שעיפ זאל זיין פון ניסלעך.
אטעטשמענטס
12345.jpg
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

האו עבאוט...
א שאך ברעט chess board אנגעפילט מיט פענסי טשאקלעד און ניסלעך (שווארץ פאר טשאקלעד און ווייס פאר ניסלעך וכדומה), (פעהלט נאר אויס צו זעהן אויף די עד א חלק פון די board נישט די גאנצע), פון די זייט איז דא האנט וואס כאפט אהן דעם קעניג (אפשר אויך פון טשאקלעד) און לייגט איהם אראפ אויף איינע פון די קעסטלעך...
די saying זאל זיין עפעס אזויווי "there is something for everyone, from the king till the pawn…
מ'קען זיך אסאך ארומשפילן מיט דעם געדאנק.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

קיווי סטראבערי האט געשריבן:האו עבאוט...
א שאך ברעט chess board אנגעפילט מיט פענסי טשאקלעד און ניסלעך (שווארץ פאר טשאקלעד און ווייס פאר ניסלעך וכדומה), (פעהלט נאר אויס צו זעהן אויף די עד א חלק פון די board נישט די גאנצע), פון די זייט איז דא האנט וואס כאפט אהן דעם קעניג (אפשר אויך פון טשאקלעד) און לייגט איהם אראפ אויף איינע פון די קעסטלעך...
די saying זאל זיין עפעס אזויווי "there is something for everyone, from the king till the pawn…
מ'קען זיך אסאך ארומשפילן מיט דעם געדאנק.

גאנץ א גוטע געדאנק ;l;p-
איך גיי ניסלע"ך דערפאר.
אוועטאר
esteem
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך esteem »

וואוי! אמעיזעניג איידיעס חעבערע, איינס בעסער פון צווייטען!
ווען כאב ווען צייט וואלט איך יעדען באדאנקט אין אן אישי, און אויב כאב ווען געלד וואלטעך אריין גילייגט א פאר טאלער אויך...

מיין קליענט איז טאקע געגאנגען ניסלעך אויך די "שך" איידיע, אבער סדארף האבען עטוואס מער שייכות צום יו"ט.
כמיין מיר גייען איין אויף די מילגרוים איידיע פון מיסטער אלף בית,
כ'וועל אייך קיפעו פאוסטעד מיט די ריזולטס אי"ה

כה לחי!!
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

נישט פארגעסן אז ניסלעך מיט ראש השנה איז א שטיקל סתירה...
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תקווה »

יהי רצון שירבו טשאקלעטינו כרימון... :wink:
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

א פיינער אשכול
אוועטאר
esteem
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך esteem »

שקויעך נאכאמאל פאר יעדעם איינעם באזודער פארן ארויס העלפען די מצב
דא האט איר די ריזולט וואס איך האב געמאכט

הערות יתקבלו באהבה, אך במהרה.

כתיבה וחתימה טובה וכל טוב
אטעטשמענטס
pomegranate lr.jpg
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

;l;p-
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

A1 ;l;p-

"געוואלדיג"
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

סתם פאר אינטערסאנטקייט מיט וויפיל טשאקלעד'ס האסטו זיך נישט ארום געשפילט? (Copy Paste)
אוועטאר
esteem
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך esteem »

שכח פאר די גרינע מענטשעלעך...
@און וואס נישט פליז קום אריין מיט א קלארע פראגע

נ.ב. אין פוטושאפ הייסט עס נישט קאפי פעיסט, מ'רופט עס אלט דרעג (אויף ווינדאוס)
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

esteem האט געשריבן:שכח פאר די גרינע מענטשעלעך...
@און וואס נישט פליז קום אריין מיט א קלארע פראגע

נ.ב. אין פוטושאפ הייסט עס נישט קאפי פעיסט, מ'רופט עס אלט דרעג (אויף ווינדאוס)

ווייסען מיר!!! איך רעד נאר כלשון בני אדם.
מיין שאלה איז וויפיל מאל האסטו יא געמאכט די אלט דרעג? עס איז זייער שיין עס קוקט מיר נאר אויס ווי אביסל איז יא די זעלבע טשאקלעד און אביסל נישט.
אגב: איך גיי ניסלעך פאר די עד!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”