בלאט 1 פון 4

'שטים-בודקע' - גראפיק פארמעסט קיץ תשע"ג

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:24 am
דורך מר. פאטאשאפ
א גוט מארגן.
מיר ווילן מודיע זיין פארן חשוב'ן ציבור שיחיו אז דער שטים בודקע פארן גראפיק פארמעסט ע"ג איז שוין גרייט ב"ה.

אזויווי אין די פארגאנגענע יאהרן איז אונז געלונגען אהערשצושטעלן דעם סופיסטיקירטן וואוטינג סיסטעם מיט די הילף פון אונזער געטרייער ניק פאטאקי 08' (וועלכער איז אגב א זעלטענער פאכמאן אין פראגראמינג).
דאס מאל האמער מוסיף געווען די 'רעיטינג' אפשען לויטן פארלאנג פון רוב הציבור (ייש"כ 'אלס פריש' פארן עס ארויפברענגען אויפן טיש).

פאלגענד זענען די אינסטראקשענס פאר די וואהלן, עס איז וויכטיג איר זאלט דאס ליינען.
צום ערשט נאט-אייך א סנעפ-שאט וויאזוי דער 'עלעקשאן באורד' איז אויסגעשטעלט
Election Board.png

ווי איר קענט זעהן האבן מיר היי יאהר מוסיף געווען 2 פרישע זאכן לטובת הציבור.
די ערשטע הוספה איז די רעיטינג אפשען (ווי שוין פריער דערמאנט), ד.מ. אז אפילו די ניקים וואס וועלן נישט געווינען דעם פארמעסט וועלן כאטש באקומען א רעיטינג (אפשאצונג) אויף זייערע ווערק פון 1 ביז צעהן.
די צווייטע הוספה איז די Preview פונעם דעזיין וואס דער ניק האט געמאכט, וואס דאס איז א שטארקע הילף פאר די וואוטערס אז זיי זאלן קענען זעהן אויפן פלאץ די דעזיין אנעם דארפן גיין צו די 'רעזולטאטן' אשכול.

וואוטן קען מען בלויז פאר איין ניק (דריטער קאלום פון לינקס).
רעיטן קען מען פאר וויפיל אירע מען וויל (עס איז שטארק רעקאמענדירט צו נעמען א מינוט און רעיטן כדי צו געבן קרעדיט פאר די אנדערע ניקים אויכעט חוץ דעם געווינער כנ"ל).
פאר די וואס זענען ניי צו די רעיטינג אפשען: רעיטן מיינט אז דו גיבסט אן אפשאצונג אויף די דעזיין ווי שטארק דו גלייכסט עס לויט די מדריגות פון איינס ביז צעהן. צב"ש:
1 - איך האב עס פיינט
2 - איך האב עס נישט ליעב
3 - נישט מיין טעיסט
4 - נישט שלעכט אבער כ'וואלטעס נישט גענומען
5 - ס'איז גאנץ גוט (אקעי)
6 - איך גלייך עס, ס'רעדט אבער נישט גענוג
7 - ס'איז שיין
8 - ס'איז זייער שיין
9 - ס'איז שיין און נאנט צו מיין טעיסט
10 - ס'איז אויסטערליש שיין, איך וואלטעס גלייך גענומען


א יעדער וועט באקומען א אישי מיט א לינק צום עלעקשאן באורד. יעדער לינק איז געאייגענט פאר די ניק וואס מ'האט עס געשיקט.
מאכט זיכער איבערצוקוקן אויב איר האט טאקע סעלעקטעד דעם ניק פאר וועמען איר ווילט וואוטן און איר האט סעלעקטעד די ריכטיגע רעיטינגס פאר אלע ניקים וואס איר ווילט רעיטן בעפאר איר דריקט די באטטאן 'Vote'
איינמאל מען האט געוואוט קען מען נישט נאכאמאל וואוטן. (אין קעיס אויב מ'האט געמאכט א טעות און געוואוט פאר א צווייטן קען מען זיך ווענדן צו פאטאקי'ן אין אישי).
זייט אויפמערקזאם אז ארויסצושיקן די לינקס פאר אזא ריזיגן ציבור בליעה"ר קען נעמען אפאר טאג, אלזא זייט נישט באזארגט אויב איר באקומט נאכנישט דעם אישי ווען אנדערע האבן עס שוין יא באקומען.


נ.ב. ביטע נעמען אינאכט די שווערע הארוואניע וואס מיר האבן אינוועסטירט אינעם פארמעסט, טראכט בעפאר איר שטימט מיט אייער צווייטע ניק צו עס איז יושר, ודי.

זייט געזונט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:27 am
דורך הערליך
אלע ניקים פון אייוועלט גייען קענען וועלען? אדיר נאר די גרעפיקער?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:29 am
דורך ק.נ.א. וועטער
געוואלדיג! יישר כח מר פאטאשאפ און פאטאקי.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:31 am
דורך מר. פאטאשאפ
הערליך האט געשריבן:אלע ניקים פון אייוועלט גייען קענען וועלען? אדיר נאר די גרעפיקער?

אלע ניקים!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:34 am
דורך יוראפ
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:געוואלדיג! יישר כח מר פאטאשאפ און פאטאקי.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:40 am
דורך הערליך
געוואלדיגע יישר כוח פאר הרב פאטאשאפ, מיט אלע וואס האבן צוגעהאלפן, א הערליכע אונהאלטסרייכע פארמעסט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:15 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
הערליך האט געשריבן:געוואלדיגע יישר כוח פאר הרב פאטאשאפ, מיט אלע וואס האבן צוגעהאלפן, א הערליכע אונהאלטסרייכע פארמעסט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:03 pm
דורך פאטאקי08
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
זייט אויפמערקזאם אז ארויסצושיקן די לינקס פאר אזא ריזיגן ציבור בליעה"ר קען נעמען אפאר טאג, אלזא זייט נישט באזארגט אויב איר באקומט נאכנישט דעם אישי ווען אנדערע האבן עס שוין יא באקומען.



זייט געזונט.

מיינט נישט אז איינער שטייט אין שיקט אישיס פאר יעדן, א מאשין טוט די ארבעט
אבער אויב מען שיקט צו שנעל איין אישי נאך די אנדערע באקומט מען א ערראר "איר קענט נישט שיקן נאך א תגובה אזוי שנעל"
דעריבער מוז מען אנשטעלן די מאשין ער זאל ווארטן די פארלאנגטע צייט צווישן איין אישי און די צווייטע
דעריבער נעמט עס אפאר טעג עס זאל אנקומען צו יעדן
ווי אויך קען איין ניק נאר שיקן 999 אישיס דעריבער ניצט מען מער ווי איין ניק

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:08 pm
דורך תרנגול
יישר כח פאטא און פאטאקי פאר די איבערמידליכע ארבעט לטובת הציבור!

די לעצטע שורה איבער די דאפלטע ניקים איז שטארק א וויכטיגע פוינט, איך מיין אז מ'דארף מאכן די ווערטער אין אביסל א גרעסערע סייז אז ס'זאל זיין מער מערקבאר!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:11 pm
דורך יוראפ
פאטאקי08 האט געשריבן:
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
זייט אויפמערקזאם אז ארויסצושיקן די לינקס פאר אזא ריזיגן ציבור בליעה"ר קען נעמען אפאר טאג, אלזא זייט נישט באזארגט אויב איר באקומט נאכנישט דעם אישי ווען אנדערע האבן עס שוין יא באקומען.



זייט געזונט.

מיינט נישט אז איינער שטייט אין שיקט אישיס פאר יעדן, א מאשין טוט די ארבעט
אבער אויב מען שיקט צו שנעל איין אישי נאך די אנדערע באקומט מען א ערראר "איר קענט נישט שיקן נאך א תגובה אזוי שנעל"
דעריבער מוז מען אנשטעלן די מאשין ער זאל ווארטן די פארלאנגטע צייט צווישן איין אישי און די צווייטע
דעריבער נעמט עס אפאר טעג עס זאל אנקומען צו יעדן
ווי אויך קען איין ניק נאר שיקן 999 אישיס דעריבער ניצט מען מער ווי איין ניק

דעמאלטס דארף עס דויערן שנעלער ווייל אפאר ניקים שיקן עס ארויס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:48 pm
דורך מר. פאטאשאפ
בילד

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:55 pm
דורך ידיד
יויש... דער באקאנטער המעוררים האט זיך געמאכט א ניק אויף אייוועלט.. ס'צרות...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:59 pm
דורך מר. פאטאשאפ
שקר - דאס איז נישט זיין ניק!!!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:00 pm
דורך יוראפ
איז עס דאפעלט שרעקעדיג

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:28 pm
דורך מר. פאטאשאפ
וואוטס פארן שוין ארויס
ביטע ווארט צו מיט געדולד ביז איר באקומט אייער אישי.

מיט דאנק

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:02 am
דורך צים פינטעל
ווען איך וויל וואוטן
נעמט זיך דרייען די טרויעריגע בארימטע ראד דארט אויבן אויפן טעב (גוגל קראום)
ביז ער שפייט אויס א ערעור ERROR

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:12 am
דורך ווארד
און אז איך קען נישט עפענען דעם לינק איז דא אן עצה?
אדער איך וועל דארפן בעטן מיין בעל הבית זאל מיר עפענען?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:35 am
דורך מייקראסאפט
פאטאקי08 האט געשריבן:
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
זייט אויפמערקזאם אז ארויסצושיקן די לינקס פאר אזא ריזיגן ציבור בליעה"ר קען נעמען אפאר טאג, אלזא זייט נישט באזארגט אויב איר באקומט נאכנישט דעם אישי ווען אנדערע האבן עס שוין יא באקומען.



זייט געזונט.

מיינט נישט אז איינער שטייט אין שיקט אישיס פאר יעדן, א מאשין טוט די ארבעט
אבער אויב מען שיקט צו שנעל איין אישי נאך די אנדערע באקומט מען א ערראר "איר קענט נישט שיקן נאך א תגובה אזוי שנעל"
דעריבער מוז מען אנשטעלן די מאשין ער זאל ווארטן די פארלאנגטע צייט צווישן איין אישי און די צווייטע
דעריבער נעמט עס אפאר טעג עס זאל אנקומען צו יעדן
ווי אויך קען איין ניק נאר שיקן 999 אישיס דעריבער ניצט מען מער ווי איין ניק



וויפעל ניקס איז דא אויף אייוועלט? אין א טאג לויט די חשבון דארף מען קענען שיקן אכט טויזענט זעקס הינדרעט פערציג תגובות....

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:24 am
דורך פאטאקי08
למעשה ווארט ער עטליעסט 15 צו 20 סעקונדען צווישן איינס און צווייטן
יעצט קען מען זעהן אריינגעסיינט צוויי גראפיק פארמעסט שיקערס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:25 am
דורך פאטאקי08
ווארד האט געשריבן:און אז איך קען נישט עפענען דעם לינק איז דא אן עצה?
אדער איך וועל דארפן בעטן מיין בעל הבית זאל מיר עפענען?

וואסערע פילטער?
ווייט ליסט?
די לוח דא אונטן קענסטו יא אריינגיין?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:29 am
דורך ווארד
יא ווייט ליסט
איך קען נישט אריינגיין צו דעם לוח

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:25 am
דורך לעניית דעתי
ווארד האט געשריבן:אדער איך וועל דארפן בעטן מיין בעל הבית זאל מיר עפענען?

יא. בעהט ער זאל צו לייגן דעם סייט אדדרעסס צו דיין ווייט ליסט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:27 am
דורך ק.נ.א. וועטער
איך קען יא אריינגיין אינעם לוח אבער נישט אינעם לינק צו שטימען.

איך האב דזשעי נעט לעוול 5 + מהדרין (נישט קיין ווייט ליסט).

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:38 am
דורך פאטאקי08
אויב איינער קען בעטן JNET זאל עס עפענען וואלט איך הנאה געהאט
אויך לעניית און אנדערע וואלטן הנאה געהאט...
איך פארשטיי נישט פארוואס זיי בלאקן עס???
עפעס טויג נישט מיט זייער סאפטוועיר
דאנקע

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:46 am
דורך ווער בין איך?
מיין פילטער (SonicWall) בלאקט עס אויך. איך האב געדארפט שטימען דורך מיין פאון.