תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:20 pm
מיין פעסווארד ארבעט נאך?
וויכי, געב מיר די צעטלעך פון מיין דרשה.
טעסטינג טעסטינג... (נישט פארמישן מיט וויין טעיסטינג....)
דאס הארץ באכעט, איך גיי מיך אויפשטעלן זאגן מיין קאנצעסיע... נע, געווען אמאל (געדענקסט נאך ווען איך בין געלאפן קעגן מאשקע?), בקיצור. יא. איך שעם מיך אביסל צו זאגן אבער איך האב מיר געטוישט מיין ניק, מיין נייע ניק איז "ניק א'".
קלאטש קלאטש....
ווען ידידינו הנכבד הנגיד הנפלא והמפואר מיסטער פוטער-שאפ האט מיר געבעטן איך זאל אנטייל נעמען אינעם פארמעסט, בין איך גראדע געווען היבש פארנומען (ב"ה) אבער ווי איך האב געזען אז דער פארמעסט ציעט זיך נאך אביסל האב איך זיך אנגעשטרענגט, סיי לטובת אייוועלט היקר, און בעיקר לטובת מר. פאטאשאפ הי"ו וועלכער געט זיך אוועק במלוא מובן המילה יומם ולילה לטובת אונזערע גראפיקער דאהי אין איי-וועלט.
הגם, אודה ולא איי-אבאמא, אז איך האב בכלל נישט אנגעקוקט מיינע ארטווארקס אלס אזאלכע מעידשאר זאכן (בס"ה האב איך דאס געמאכט היבש שנעל נאר כדי להגדיל תורה ולהאדירה) אבער איך אקצעפטיר דעם קאמפלימענט אז דער ציבור איז ב"ה צעפרידן דערפון. (גראדע איך פערזענליך האב מער ליב געהאט - פון צווישן מיינע קאווערס - די איידיע פון ניק א' - 3).
דערביי וויל איך אויך דאנקען אלע גראפיקער וואס האבן אריינגעשיקט די ארטווארקס - באמת הערליכע זאכן איינס ביי איינס!!! (ניק ח' פארדינט זיך אין מיינע אויגן אן עקסטערן קאמפלימענט). און איך וואונטש אייך אלע הצלחה אין אלע אייערע וועגן און פרנסה בריווח ובניקל.
א דאנק פאר אלע וואס האבן געשטימט, און א דאנק פאר אלע וואס האבן געמאכט מיין קאווער געווינען מיט א לענדס-לייד (צייטליך, געדענקסט נאך?).
דערביי וויל איך מעלדן אז אלס ראש הקהל האב איך געטוישט די שטאטוטן פון די וואלן, און די יעצטיגע וואלן פרעזענטירן א פרישן טערמין פאר מיין ראש-הקהל אמט אין אידישע וועלט שע"י היימישע גרעפיקערס דאט קאם.
לאנג לעבן זאל דער-מיט-קראַטיע!
טייערע ברידער. איך בין טאקע פארנומען, דאנק ג-ט, אבער איך קען בלויז אזויפיל עדות זאגן, אז אפילו די וואס זענען יא אויף אייוועלט זענען עפ"י רוב אויך פארנומענע מענטשן, איך שעץ און קוק גאר שטארק ארויף די אלע וועלכע געבן זיך אוועק שלא על מנת לקבל פרס ארויסציהעלפן אידישע ברידער וועמען מען קען קוים פערזענליך. אשרי חלקם!
האטס מיר און זייטס מיר, איר קענט מיר טרעפן דורכ'ן רופן אין היימישע פארברענגען עקסטענשאן זיבן און ניינציג.