דעזיינערס קעגן שווערע קליענטן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:48 pm

מ׳הייערט א דיזיינער פאר זיין קריעטיוויטי, ווען מ׳קען ווען אפטיילן וואלט מען אים אליין געהאנגען צו טרוקענען אויפן זון.

אזעלכע מענטשן וואס רעדן ווי דיר לאז איך בכלל נישט אריין אין מיין אפיס, און אויב זיי באקומען זיך יא אריין (ווי זייער שטייגער) טראג איך זיי ארויס.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 4:53 pm

ווען דו נעמסט אן ארבעטער ביזטו דער באס, נישט ווען די נעמסט א פראפעשינאל.
דו קומסט דוקא צו דעם דיזיינער ווייל עס געפעלט דיר זיין קריעטיוויטי און דו ווייסט אז דו פארשטייסט נישט און ער יא, פארדעם באצאלסטו זיין פרייז, און דאן טראסטו אים מיט בלינדע אויגן.
אויב ווילסטו עפעס וואס ער שטעלט נישט צו (ס'איז נישט לויט זיין מהלך), זיך א צווייטן וואס שטעלט עס יא צו.
אויב ווילסטו אן ארבעטער וואס זאל פאלגן זיין באס קענסטו עס האבן פאר אסאך ביליגער, קענסט אויך טרעפן אזא איינעם וואס קען די גראפיק פראגראמען (לאו דוקא א דיזיינער) און ער וועט טוהן פונטקליך וואס דו ווילסט, א שאד צו נעמען א פראפעשינאל פאר דעם.

שטייצעך אליין אז ווען דו ווילסט א פראפעשינאל זאל טוהן ביליגע ארבעט וועט ער דאס נישט אויסהאלטן, מעג ער נישט בעטן מער דערפאר?
איי א וועלט!

אוועטאר
אנקל סעם
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 7:26 pm

תגובהדורך אנקל סעם » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 4:55 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:
אזעלכע מענטשן וואס רעדן ווי דיר לאז איך בכלל נישט אריין אין מיין אפיס, און אויב זיי באקומען זיך יא אריין (ווי זייער שטייגער) טראג איך זיי ארויס.


יא, נישט מער געדאכט.
(joke)

מיט אזא מהלך וועסטו שנעל ריטייערן.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 11:10 pm

אנקל סעם האט געשריבן:לאדיךארויס, כ'ווייס נישט צו דו ווייסט: א לויער גייט זיך נישט רירן אן דיר, פאר ער טוט סיי וואס, קאלט ער דיר זיך דורכרעדן.
_
גערעכטער און יואל שווארטץ, אויב דו ווילסט ענדשויען דיין קריעטיוועטי, באקומען קאמפלימענטס און פידבעק, קענסטו מאכן א דיעל מיט א קלייענט אז דו גיבסט אים א דשאב בחינם אדער חצי (אדער צוצאלן), און ער לאזט דיר טוהן ווי דיר שמעקט.
ווען א עמיצער האט דיר "געהייערט" איז ער אינגאנצן דיין באס.

באמת האט מען שוין דיר געענטפערט ביז דא, נאר זעט אויס האסט נישט געכאפט, אבער איך גיי עס איבערזאגן ווייל איך לייג צו נאך א פוינט.

דיין טעות באשטייט פון צוויי זאכן, איינס, לדוגמא, ווען איך וואק אריין צו G&G און איך באשטעל א קאסטום-מעיד רעקל, האב איך נישט געהייערט G&G צו ארבעטן פאר מיר, איך האב סך הכל געקויפט א פראדוקט ביי אים, און ער איז גרייט פאר א פרייז זיך צו שפילן דערמיט, די זעלבע איז מיט א גראפיקער, ער פארקויפט פראדוקטען, קאסטום-מעיד לויט יעדע קאסטומער. אין קורצן זאגט מען עס, יענער איז א קאסטומער און נישט א באס.

שנית, אין גראפיק'ס איז דא צוויי חלקים, ס'איז דא גראפיקער'ס וואס טויגן פשוט צו מאכן שיינע זאכן, אבער נישט יעדע שיינע זאך כאפט די אויג, און גראדע צומאל נישט יעדע זאך וואס כאפט די אויג איז שיין... ווען די קומסט צו א גראפיקער 'נאר' ווייל ער ווייסט פשוט ווי אזוי צו ניצן די ריכטיגע כלים און זיין טאלאנט לדוגמא פון מאלעריי צו ארויסברענגן א שיינעם מעסידזש, אבער די חלק צו די עד גייט כאפן א אויג צו נישט, דאס וועט איר אליין מחליט זיין, דאס איז איין חלק, דערנאך איז דא נאך א חלק אז דער גראפיקער זייענדיג אין די ליין האט ער באקומען עקספיריענס, און טייל גאר האבן זיך געלערנט דערויף, ווי אזוי צו מאכן כאפן יענעם'ס אויג, דאס איז א צווייטע חלק.

יעצט אויב זיכט איר א גראפיקער נאר פארן ערשטן חלק, דאן שטאט אפ א באזוך ביי ה. הכטקופף וכדו', בעט אים א שיינעם מאלעריי, און זאגט פונקטליך וואס איר ווילט, און זאל ער עס מאלעווען לויט אייער געשמאק, אבער לאזט די גראפיקער'ס במנוחה נכונה, אויב ווילט איר אויך דעם צווייטן חלק דאן זאלט איר מוחל זיין זיך פארלאזן אויף דעם גראפיקער וואס פארשטייט דערצו, און נישט איר, און אויב האלט איר אז איר פארשטייט בעסער, וויל איך אייך מודיע זיין אז ווילאנג איר האט נישט געטון דערין, איז נישט במציאות אז איר זאלט פארשטיין בעסער, פונקט ווי איר וועט נישט פארשטיין בעסער פונעם אינדזשעניר וויפיל בימ'ס עס פעלט זיך פאר א בילדונג ווייל איר האט נישט געטון דערין, און דאס נישט געלערנט, כן הדבר הזה.

אויב האלט איר זיך נאך אלץ אז איר זענט גערעכט, וויל איך אייך מעלדן, אז ביי דעם גילטעט דער כלל, "זיי קליג נישט גערעכט" און פארלאז זיך אויף וואס דער גראפיקער האלט.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 11:52 pm

למעלה, שפתים ישק!

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » פרייטאג פאברואר 06, 2015 4:32 am

גערעכטער האט געשריבן:למעלה, שפתים ישק!
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

רעלמייר
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 30, 2010 11:36 am

תגובהדורך רעלמייר » פרייטאג פאברואר 06, 2015 9:49 am

איך זעה יעצט דעם אשכול, לדעתי גייט אן דעם כלל "קאמיוניקעישאן איז די קי" (קאמיוניקאציע איז דער שליסל).

ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט דא:
viewtopic.php?f=58&t=11224

די אלע פראבלעמען זענען נאר דא ווען מען נעמט אן א דזשאב אן קיין חשבונות און קלארקייטן.

באופן כללי איז דער תירוץ אז פון קריעטיוויטי אליינס מאכט מען נישט קיין געלט. ראה באשכול הנז', דארט וועט איר טרעפן קלארער אויסגעשמועסט די זאך.

אוועטאר
יין המשומר
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

תגובהדורך יין המשומר » מאנטאג מאי 04, 2015 5:51 pm

און וויפיל מאל דארף מען איבערזאגן... מאכן ריזיג די טעלעפאן נאמבער אויף די עד, גייט נישט ברענגען בעסערע רעזולטאטן...
(אויב יענער ליינט דא...)
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג מאי 04, 2015 5:54 pm

ער איז א נערוון קריכער אפשר, אבער פארוואס זאגסטו אז די נאמבער וועט נישט אויפטוהן? עס האט אנדערע גוטע קאל טא עקשאן?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יין המשומר
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

תגובהדורך יין המשומר » מאנטאג מאי 04, 2015 6:04 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:ער איז א נערוון קריכער אפשר, אבער פארוואס זאגסטו אז די נאמבער וועט נישט אויפטוהן? עס האט אנדערע גוטע קאל טא עקשאן?

לאמיר נישט רעדן פון די עצם עד (אויף דערווייל...), ווען די נאמבער ווערט ריזיג גייט עס ווערן פאר'מיאוס'ט. אלזא זע איך נישט קיין שום תועלת צו גרעסער מאכן די נאמבער. ווען איינעם'ס אויג וועט כאפן דעם עד, וועט יענער שוין אליין קוקן פאר די נאמבער. ס'איז גענוג קלאר און בולט אן זיך דארפן אויסטון די ברילן.
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג מאי 04, 2015 6:19 pm

יין המשומר האט געשריבן:און וויפיל מאל דארף מען איבערזאגן... מאכן ריזיג די טעלעפאן נאמבער אויף די עד, גייט נישט ברענגען בעסערע רעזולטאטן...
(אויב יענער ליינט דא...)


וועלעכע עד?
אגב, ס'נישט אזא כלל אז ס'טוט נישט אויף ס'ווענד זיך וועלעכע קאמפעני, א קאמפעני א שטייגער ווי א קאר סערוויס טוט עס יא אויף.
הק' איש ימיני

אוועטאר
אנקל סעם
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 7:26 pm

תגובהדורך אנקל סעם » דינסטאג מאי 05, 2015 2:44 pm

נעה... ער רעדט מסתמא פון זיין אייגענע פאון נאמבער, אזוי זייטיג, ביי די עק.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג מאי 05, 2015 2:50 pm

אנקל סעם האט געשריבן:נעה... ער רעדט מסתמא פון זיין אייגענע פאון נאמבער, אזוי זייטיג, ביי די עק.

לדעתי איז לייג א נאמבער סתם איבריג, די נאמען איז פונקט גענוג, אז איינער וויל דיר נעמען וועט ער דיר רופן אפי' דיין נאמבער שטייט נישט דא.
הק' איש ימיני

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 8:25 pm

87.jpg


גח.jpg

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג נובעמבער 04, 2016 1:26 am

מומחה ברענג די גאנצע... פיינע נייעס!
הק' איש ימיני

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » זונטאג נובעמבער 06, 2016 3:01 am

מומחה - גאר גוט!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 10, 2018 9:32 am

:?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:38 pm

פיין געזאגט.

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » מיטוואך ינואר 10, 2018 7:06 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
אנקל סעם האט געשריבן:לאדיךארויס, כ'ווייס נישט צו דו ווייסט: א לויער גייט זיך נישט רירן אן דיר, פאר ער טוט סיי וואס, קאלט ער דיר זיך דורכרעדן.
_
גערעכטער און יואל שווארטץ, אויב דו ווילסט ענדשויען דיין קריעטיוועטי, באקומען קאמפלימענטס און פידבעק, קענסטו מאכן א דיעל מיט א קלייענט אז דו גיבסט אים א דשאב בחינם אדער חצי (אדער צוצאלן), און ער לאזט דיר טוהן ווי דיר שמעקט.
ווען א עמיצער האט דיר "געהייערט" איז ער אינגאנצן דיין באס.

באמת האט מען שוין דיר געענטפערט ביז דא, נאר זעט אויס האסט נישט געכאפט, אבער איך גיי עס איבערזאגן ווייל איך לייג צו נאך א פוינט.

דיין טעות באשטייט פון צוויי זאכן, איינס, לדוגמא, ווען איך וואק אריין צו G&G און איך באשטעל א קאסטום-מעיד רעקל, האב איך נישט געהייערט G&G צו ארבעטן פאר מיר, איך האב סך הכל געקויפט א פראדוקט ביי אים, און ער איז גרייט פאר א פרייז זיך צו שפילן דערמיט, די זעלבע איז מיט א גראפיקער, ער פארקויפט פראדוקטען, קאסטום-מעיד לויט יעדע קאסטומער. אין קורצן זאגט מען עס, יענער איז א קאסטומער און נישט א באס.

שנית, אין גראפיק'ס איז דא צוויי חלקים, ס'איז דא גראפיקער'ס וואס טויגן פשוט צו מאכן שיינע זאכן, אבער נישט יעדע שיינע זאך כאפט די אויג, און גראדע צומאל נישט יעדע זאך וואס כאפט די אויג איז שיין... ווען די קומסט צו א גראפיקער 'נאר' ווייל ער ווייסט פשוט ווי אזוי צו ניצן די ריכטיגע כלים און זיין טאלאנט לדוגמא פון מאלעריי צו ארויסברענגן א שיינעם מעסידזש, אבער די חלק צו די עד גייט כאפן א אויג צו נישט, דאס וועט איר אליין מחליט זיין, דאס איז איין חלק, דערנאך איז דא נאך א חלק אז דער גראפיקער זייענדיג אין די ליין האט ער באקומען עקספיריענס, און טייל גאר האבן זיך געלערנט דערויף, ווי אזוי צו מאכן כאפן יענעם'ס אויג, דאס איז א צווייטע חלק.

יעצט אויב זיכט איר א גראפיקער נאר פארן ערשטן חלק, דאן שטאט אפ א באזוך ביי ה. הכטקופף וכדו', בעט אים א שיינעם מאלעריי, און זאגט פונקטליך וואס איר ווילט, און זאל ער עס מאלעווען לויט אייער געשמאק, אבער לאזט די גראפיקער'ס במנוחה נכונה, אויב ווילט איר אויך דעם צווייטן חלק דאן זאלט איר מוחל זיין זיך פארלאזן אויף דעם גראפיקער וואס פארשטייט דערצו, און נישט איר, און אויב האלט איר אז איר פארשטייט בעסער, וויל איך אייך מודיע זיין אז ווילאנג איר האט נישט געטון דערין, איז נישט במציאות אז איר זאלט פארשטיין בעסער, פונקט ווי איר וועט נישט פארשטיין בעסער פונעם אינדזשעניר וויפיל בימ'ס עס פעלט זיך פאר א בילדונג ווייל איר האט נישט געטון דערין, און דאס נישט געלערנט, כן הדבר הזה.

אויב האלט איר זיך נאך אלץ אז איר זענט גערעכט, וויל איך אייך מעלדן, אז ביי דעם גילטעט דער כלל, "זיי קליג נישט גערעכט" און פארלאז זיך אויף וואס דער גראפיקער האלט.



סאיז א אמת'ע פוינט, אבער....

דיזיינערס דארפן וויסן אז צו גרעפיקס און צו א עד פארשטייען זיי טאקע בעסער אבער די קליענט פארשטייט בעסער צו זיין אייגענע ביזנעס (געווענדליך). נו אויב איז עס א בלויזע דיזיין אישו, גערעכט, זאל ער עס לאזן פארן דיזיינער וויזוי צו מאכן. אבער ווען די קליענט זאגט אז פאר מיר איז וויכטיג ארויסצוברענגען אזא נקודה אויפן עד אדער דאס איז יעצט וויכטיג פאר מיר צו אדווערטייזן, דאן הער אים אויס, מאך אים נישט אוועק, אפילו דו האסט אין קאפ א הערליכע מארקעטינג געדאנק. ווייל דער קליענט קען זיין ביזנעס און ווייסט געווענדליך בעסער וואס ס'איז וויכטיג פאר אים יעצט ווי די גראפיק דיזיינער.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אפריל 09, 2018 5:05 pm

good.gif
good.gif (313.21 KiB) געזעהן 1523 מאל

לעבעדיגע פיש
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 12:12 pm

Designer Price List

תגובהדורך לעבעדיגע פיש » מאנטאג אפריל 09, 2018 5:45 pm

האב איך גערופן א דיזיינער אז איך דארף א לאגא אבער איך ווייס שוין בערך וואס איך דארף און איך וויל זיצן צוזמען מיט איהם.
וואס איז דער פרייז?
האט ער מיר דאס אריינגעשיקט:
012.jpg
012.jpg (102.95 KiB) געזעהן 1490 מאל


;l;p- ;l;p-

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מיטוואך אפריל 11, 2018 2:55 pm

די פאריגע תגובה פון די פרייזן איז טאקע זייער זיס, און עס ליגט אסאך אמת דערין, אבער נאך מער פון אלעם איז, דאס זיין קלאר פון פאראויס. ווען מען באקומט א נייעם קאסטומער דארף מען ווי ווייט מעגליך אויסשמועסן פון פאראויס 'אלע' ביזנעס פאליסיס, (און פארשטייט זיך צו קענען זאגן ביזנעס פאליסיס, דארף מען האבן פאליסיס, און עס דארף זיין 'קלאר' אראפגעשריבן בכל פרטי' ודקדוקי') און דיינע פאליסיס דארפן זיין צוגעשטעלט לויט דיינע פעהיגקייטן און מעגליכקייטן, א נייער גרעפיקער וואס קען שוואך קען נישט בעטן קיין גרויסע פרייזן, און שרייבן אז ער גייט נישט מאכן קיין שום טשעינדזש און אויב יא גייט יעדע טשעינדזש קאסטן $100, אבער איינער וואס קען יא בעסער די פאך, און איז מער עקספיריענס, האט יא די רעכט צו שטעלן אזא פאליסי, וכדו'

אויב האט יענער נישט געוויסט תיכף ביים אנהייבן ביי אייך דעם ערשטן דזשאב אז דו גייסט נישט זיין גרייט צו נאכקומען זיינע קאפריזן, איז יענער שוין גערעכט. דער קאסטומער דארף וויסן פון די ערשטע מינוט וויאזוי דיין ביזנעס ארבעט, וויפיל עס קאסט, וואס ער קען טוהן אויב ער איז נישט צופרידן, אא"וו.

און אויב איז ער נישט מסכים צו דיינע פאליסיס, זאל ער שוין גיין זוכן א צווייטן, ווייל ער איז נישט דיין קאסטומער, און אויב זעהסטו אז דו האסט פארלוירן אלע דיינע קאסטומערס, דאן וועסטו מוזן פארבעסערן דיינע פאליסיס, אז עס זאל יא לוינען דעם קאסטומער צו קומען צו דיר.

אין איין ווארט: דיין ביזנעס דארף האבן א סיסטעם, און דיינע קאסטומערס דארפן וויסן דערפון פון אנהויב.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך אפריל 11, 2018 4:01 pm

אמת ויציב!
#מבשרי אחזה
סוף מעשה במחשבה תחילה.


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט