דעזיינערס קעגן שווערע קליענטן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

דעזיינערס קעגן שווערע קליענטן

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך יוני 26, 2013 11:03 am

א גוטן טאג אייך דעזיינערס.
איך האב געפונען דעם פייל פאר וויכטיג מיטצוטיילן מיט ענק, דא האט איר א לינק עס צו דאונלאודן:
https://www.dropbox.com/s/kh71y6hqu0cg9 ... Client.mp3

Graphic Designer vs Difficult Client.jpg

די רעקארדינג קומט אריגינאלי פון א 3D ווידעאו (איך האב עס קאנווערטעד צו MP3).
מען הערט ווי צוויי מענטשן רעדן, א גראפיק דעזיינער און א קאסטומער
דער קאסטומער קאראקטער שפילט אויף ווי א תמימות'דיגער קליענט וואס האט קיין מינדעסטע אנונג איבער גרעפיק-דעזיין
די דעזיינער קאראקטער שפילט אויף דאס וואס מיר אלע דעזיינערס וואלטן ווען געדארפט צו טוהן נאר מ'טוט עס פאקטיש נישט

עס איז ווערד אויסצוהערן, איר וועט זיך געפונען אינדערהיים - עס איז ממש דאס וואס איר מאכט מיט טאג טעגליך מיט קליענטן.
שפירט פריי מיטצוטיילן אייער מיינונג איבער דעם רעקארדינג.

כל טוב

רעגן קויט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 04, 2013 10:43 am

תגובהדורך רעגן קויט » מיטוואך יוני 26, 2013 11:18 am

געוואלדיג!!!
גוט אראפגעלייגט!!

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך יוני 26, 2013 11:34 am

דא האט איר די גאנצע זאך איבערגעטייטשט אויף אידיש:

קאסטומער: א גוטן טאג אייך
איך ברויך א לאגא פאר מיין ביזנעס
איך האב פרובירט עס צו מאכן אויף ווארד אבער ס’האט עפעס נישט אזוי געטויגט
אגב - איך האב א באגרעניצטע בודזשעט, סוי ווען קעסטו אנהייבן ארבעטן דערויף?

דעזיינער: איך האב א דעגרי אין גראפיק דעזיין און איך טוה די בעסטע וואס שייך צו העלפן מיינע קליענטן,
וויפיל טוט דיר דיין בודזשעט ערלויבן?

קאסטומער: קען מען רעדן פון א פופציגער?
איין רגע - האסט געזאגט אז דו האסט א דעגרי, לאמיר עס דעמאלטס מאכן פאר זיבעציג, ס'איז נישט קיין סאך ארבעט, ריכטיג?

דעזיינער: לאמיר דיר זאגן, ס'נעמט צייט עס אויסצופלאנירן פון א גראפיסטישן שטאנדפונקט, כ'דארף מאכן אפאר סעמפלס, ווי אויך ברויכן מיר זיצן אינאיינעם אפאר מאל כדי דער דעזיין זאל זיין צוגעפאסט לויט דיין געשמאק.

קאסטומער: אבער דאס גאנצע וואס איך בעט איז בלויז א לאגא, קענסט נישט געבן עפעס א שטעל צוזאם אין אפאר מינוט?

דעזיינער: אקעי, לויט ווי ס'קוקט אויס ווילסטו נישט צאהלן קיין סאך פאר א פראפעשינעל לאגא, און דו רעספעקטירסט נישט וואס איך טוה אלס א גראפיק דעזיינער, סוי בסך הכל פראבירסטו מיר דא אפצושווינדלען?

קאסטומער: ריכטיג! האסט עס ארויס! סוי ווען קענסטו אנהייבן צו ארבעטן אויפן פראדזשעקט?

דעזיינער: הער אויס - איך האלט אז דו וועסט זיין מער צופרידן ווען דו וועסט גיין צו א צווייטן, איך בין א פראפעשינאל גראפיק דעזיינער, און דו ברויכסט פשוט האבן עמיצן וואס וועט דיר עס מאכן פאר פעניס און ס'גייט אים נישט אן צו האנדלען מיט א קארגן מענטש.

קאסטומער: ווייסטע וואס, אפשר בעט איך פון מיין זעקס יעהריגע טאכטער זאל מיר מאכן דעם לאגא, זי קאלערט זייער שיין מיט קרעיאנס און זי בעט נישט קיין געלט.

דעזיינער: איך גלויב אז זי וועט מאכן א שיינע ארבעט, און מאך זיכער צו אהערצושטעלן א לאגא וואס וועט זיין צוגעפאסט צו דיין ביזנעס..

יעצט צו די צוהערער:
אוודאי קענט איר נישט זאגן ממש אזוי פאר אייערע קאסטומערס, אבער זאגן ניין איז פונקט אזוי גוט, איר וועט פיהלן אסאך בעסער!

אגב - דאס איז אויך שייך פאר סתם ביזנעסלייט אויך, עס איז נאר פשוט זייער גוט אראפגעלייגט לויט וויאזוי עס שפילט זיך אפ ביי גראפיק דעזיינערס
לעצט פאראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום מיטוואך יוני 26, 2013 11:50 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יוני 26, 2013 11:42 am

זייער גוט געזאגט - דארף מען נאר מאכן א שיינע פידיעף אזוי איך זאל עס קענען אויפהענגען ביי מיר אין אפיס

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך יוני 26, 2013 11:52 am

וויפיל קענט איר צאלן פאר דעם פי די עפ?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יוני 26, 2013 11:55 am

איך מאך עס אליין

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 26, 2013 11:59 am

יענקל פאטאש האט געשריבן:וויפיל קענט איר צאלן פאר דעם פי די עפ?

האסט א דעגרי?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 26, 2013 12:00 pm

מומחה עצום האט געשריבן:איך מאך עס אליין

לייג עס אוודאי נאכדעם דא ארויף

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » מיטוואך יוני 26, 2013 12:01 pm

מומחה עצום האט געשריבן:איך מאך עס אליין

אדער דיין זעקס יעריגס...
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך יוני 26, 2013 12:39 pm

דא האט איר א פידיעף
איך קען גוט קאלערן מיט קרעיאנס בד"וו..
Graphic Designer vs Difficult Client.pdf
(137.9 KiB) דאונלאודעד 595 מאל

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יוני 26, 2013 1:58 pm

פראבירסט מיך אפצושווינדלען, הארש, מען ברויך נישט ווערן אפענסיוו, מען מעג פלען זאגן איך נעם פינעף הינדערט דאלאר פאר א לאגא, איך מאך נישט קיין ביליגע זאכן. מען דארף נישט ווערן אפענסיוו, און מען דארף נישט ווערן דיפענדעט

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך יוני 26, 2013 2:12 pm

עס איז פארשטענדליך אז די משל איז מער עקסטרעים ווי דער נמשל דארף זיין, די מעלה פונעם משל איז אז דער ביזנעסמאן זאגט יענעם אין פנים אריין דאס וואס יענער טראכט, און דאס ברענגט אסאך נענטער די החלטה.

מענטשן שפירן אסאך מאל רעדנדיג צו א קאסטומער/חבר וכדומה ווי יענער איז נישט יושר'דיג אבער מ'שעהמט זיך יענעם עס צו אויפמערקזאם מאכן און דאס איז נאר גורם אן אומבאקוועמליכע אטמאספערע אינעם שמועס, און דער מענטש ווייסט נישט פארוואס אינמיטן דעם קאנווערסעישאן האט ער עפעס פארלוירן זיין מוט און אוועקשפאצירט (אדער אראפגעלייגט דעם טעלעפאון) מיט א תירוץ אז ער יאגט זיך..

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יוני 26, 2013 3:14 pm

אגב, ס'איז גאנץ א קריעטיוו איידיע א לאגא מיט א קרעיאן עפעקט..

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך יוני 26, 2013 3:16 pm

געראדע האבעך נעכטן געזעהן פון MK Studios ווי ער האט גענוצט זיין טאכטערס איידיע (מיט קרעיאנס) פאר זיין ביזנעס קארד

1014378_10201445405560854_860405348_n.jpg

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יוני 26, 2013 3:23 pm

זיס!...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יוני 26, 2013 3:25 pm

ס'האט מיר געקאסט א שמייכל :wink:

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 10:08 pm

הק' איש ימיני

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 3:23 pm

גערעכטער האט געשריבן:אוי זאגט ער גיט...
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:33 pm

וואלט געווען א פלאן איינער זאל איבער טייטשן (די ראשי פרקים) אין אידיש פאר די אידיש רעדנדע חבירים דא. וואלט געווען א גוואלדיגע תועלת.
נא, ווער נעמט זיך אונטער???
הק' איש ימיני

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 1:11 pm

דער לינק אויבן ארבעט שוין נישט עס וואלט שיין געווען עס איבערצולייגן שכח
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 10:06 pm

פיטום האט געשריבן:דער לינק אויבן ארבעט שוין נישט עס וואלט שיין געווען עס איבערצולייגן שכח

מיינסט דעיס ס'ארבייט א מחיה.. http://www.designpanoply.com/blog/14-re ... c-designer
הק' איש ימיני

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5928
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 10:09 pm

ער האט געדרוקט בטעות אויף דעם..
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (11.56 KiB) געזעהן 3884 מאל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 10:11 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:ער האט געדרוקט בטעות אויף דעם..


:lol: :lol:
הק' איש ימיני

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » זונטאג נובעמבער 09, 2014 11:18 am

:lol: :lol: :lol: :lol:
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
esteem
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 30, 2012 8:43 pm

פרינט די פאוסטערס און לייג אויפן וואנט!

תגובהדורך esteem » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 5:40 pm



צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פיטום, קנאפער ידען און 2 געסט