נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

המשך... (איך קען נישט לייגען מער ווי 3 בילדער אין א תגובה האב איך עס געמוזט צוטיילען און צוויי.)

אייבעריע פאנט.
אייבעריע פאנט.

אייבעריע האט געמאכט אן אייגענעם פאנט פאר זייער אידענטיטעט. די פראבלעם איז אז ווען מ׳קוקט גוט זעט מען אז די נייע פאנט זעט אויס אויפגעבלאזן (ווי א רענצעל וואס האלט ביים פלאצן...), די IB איז כמעט נישט זעהבאר ספעציעל ווען עס איז אויף די וויידל פון די עראפלאן.
די נייע וויידל
די נייע וויידל

אויפן פליגער זעט מען טאקע אויך נישט די קניישט אין די פאנט צוליב וואס די פליגער גייט טאקע רינדלעכיג געבויגען.

די נייע אידענטיטעט האט טאקע מער א סאפיסטעקירטע אויסזען, און די ווייסע ספעיס אין די אידענטיטעיט העלפט טאקע בעסער צו דערקענען די שפאנישע קאלירן, אבער איז עטוואס אנטוישענד. די לאגא איז ווייט פון יוניק עס פארציילט גארנישט, און האט נישט די אייגענארטיגע פילינג וואס די אנדערע ׳וויידעל אויסזעענדע׳ לאגאס האבן.

אירליינס וואס נוצען דעם וויידעל אין זייער לאגא
אירליינס וואס נוצען דעם וויידעל אין זייער לאגא
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך קום אריין דא סתם צו ליינען די חידושים וואס ליגט אינטער יעדע קאמפעני. עס איז מורא'דיג אינטערעסאנט.

א הערצליכן דאנק גימעיל פאר דיין געוואלדיגע ארבעט. מיר ליינען יעדעס תגובה דיינע מיט גרויס פארגעניגען
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

נאך איין ווארט איבער ׳פאקס׳ און ׳טרעידמארק פארלעצונגען׳, און מיט דעם בין איך מסיים פאר היינט.

עפ עקס עקס (FXX) איז איינע פון די טעלעוויזיע טשענעל און דידשיטעל קעיבעל אין אייגענטומערשאפט פון 21סט סענטיורי פאקס, געלאונטשעד געווארן דעם לעצטען סעפטעמבער 2. עקסאן מאביל קלאגט זיי פאר טרעידמארק פארלעצונגען מיטן נוצן די דאבעל קראסד עקס.

exxonvsfx.png

זעט דא די 15 זייטיגע קלאגע.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

גימעל דו ביסט וואן אוו עי קיינד!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:גימעל דו ביסט וואן אוו עי קיינד!!

גימעל, האסט שוין אמאל געפילט ווי אזוי מען פילט נאכן ליינען א לאנגס און א ברייטס פון לכתחילה, אזוי פילט מען נאכן ליינען דיינע באריכטען און די אשכול.
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

אוודאי האט געשריבן:שכח גימעל, זייער אינטערעסאנט.

און ווידעראמאל א גרויסן שכח, סיז זייער אינטערעסאנט צו ליינען וואס א לאגא פארמאגט אלץ אונטער זיך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גימעל האט געשריבן:נאך איין ווארט איבער ׳פאקס׳ און ׳טרעידמארק פארלעצונגען׳, און מיט דעם בין איך מסיים פאר היינט.

עפ עקס עקס (FXX) איז איינע פון די טעלעוויזיע טשענעל און דידשיטעל קעיבעל אין אייגענטומערשאפט פון 21סט סענטיורי פאקס, געלאונטשעד געווארן דעם לעצטען סעפטעמבער 2. עקסאן מאביל קלאגט זיי פאר טרעידמארק פארלעצונגען מיטן נוצן די דאבעל קראסד עקס.

exxonvsfx.png

זעט דא די 15 זייטיגע קלאגע.

דאס איז דאך דאבל-קראסד אויף די אנדערע זייט?

---
ווי אלע בעפאר מיר זאגן בפה אחד: א הערצליכן דאנק פאר די שיינע שמועסן מיט די בילדער, העכסט מערקווירדיג און אינטערסאנט. גיי אן!
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

לכאורה האט געשריבן:

זע מיין תגובה אין די באזונדערע אשכול וואס איך האב געעפענט אויף די נושא. אז איר האט נישט קיין צייט עס דורכצוליינען קוקט דורך די ׳באווייזען׳ וואס עקסאן ברענגט פון אנדערע פארומס אנגעצייכענט מיט א באזונדערע קאליר.

קען זיין אז fxx וועט קענען אפווארפען די קלאגעס פון עקסאן מיטן ברענגען ׳באווייזען׳ פון לכאורה אויף אייוועלט....
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

פאקס לייף אן אינטערנאציאנאלע טיווי טשענעל פון פאקס, מיט לייפסטייל און אינטערטעינמענט פראגראמען מערסטענס פאר פרויען.
די אלטע לאגא:
Fox Life logo.png

די נייע:
Fox Life logo 2013.png

דערמאנט אייך דאס נישט פון עפעס? אפשר פעדעקס?
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

עקוואל געגרינדעט אום 1983 איז א ברענד פון ארטיפישעל סוויטענער גענוצט אלס צוקער ערזאץ וואס ווערט פארקויפט פאר די פובליק. עס קומט אין קליינע בלויע זעקלעך און אין גרעסערע האלטערס.

Equal.png
Equal.png (36.08 KiB) געזען 5950 מאל

״נאך איבער 20 יאר מיט די זעלבע לאגא, איז שוין צייט פאר א מער אפדעיטעט און מאדערנע אויסקוק,״ האט געשריבען דער מארקעטינג דיירעקטאר פון עקוואל׳ס מאניופעקטשער.
Equal 2013.png
Equal 2013.png (46.79 KiB) געזען 5950 מאל

די אלטע לאגא האט געבראכען אסאך לאגא געזעצען מיט אן אומאויסגערעכענטע קאמבינאציע פון אפער און לויער קעיס אותיות אויף די אומריכטיגע פלאץ. די נייע לאגא איז א געשמאקע סקריפט עס האט א ווייכערע פיל און א לייכטערע געגענווארט. עס איז ווייט פון שטארק אבער איז גוט און געאייגענט פאר א מאסן-קאסטומער פראדוקט.

די פעקדשינג איז אויך איבערגעמאכט געווארן:
equal_packets_02.jpg

אויך איז זייער וועבזייטעל שוין אפדעיטעט מיט די נייע אידענטיטעט.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'בין ערענסט מוחה אויף דעם טויש!

#נישט צופרידען
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'בין ערענסט מוחה אויף דעם טויש!

#נישט צופרידען

גם אני מצטרף

פוי!!!!!!

אויב זיי טוישן נישט צוריק ביז 3 מעת לעת, נוץ איך ווייטער ספלענדא, אזוי ווי ביז יעצט...
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

לכאורה האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'בין ערענסט מוחה אויף דעם טויש!

#נישט צופרידען

אויב זיי טוישן נישט צוריק ביז 3 מעת לעת, נוץ איך ווייטער ספלענדא, אזוי ווי ביז יעצט...
אטעטשמענטס
Equal-NVI-100-YELLOW-Illus_092712.jpg
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

noodles&company
noodles&company
Nooo.png (37.19 KiB) געזען 5783 מאל

נאדעלס & קאמפאני איז אן אמעריקאנע טשעין רעסטוראנט הויפטקווארטירט אין ברומפיעלד, קאלאראדא וועלכע סערווירט פארשידענע לאקשען (נאדעל אויף ענגליש) פארציעס, אזוי אויך זופן, סאלאטן, פאסטא און סענדוויטשעס. די פירמע איז געגרינדעט געווארן אום 1995 דורך אהרן קענעדי, עס האט צום ערשט אויסגעזען ווי די אפגעהארעוועטע און געבארגטע געלט וואס קענעדי האט אינוועסטירט דערין וועט גיין לטמיון נאכן באקומען שלעכעט קריטיקס, אבער די אנפירערשאפט פון די פירמע האבן שווער אריינגעארבעט און איבערגעפרישט די ביזנעס מאדעל און די גוטע רעוויאס האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. די ביזנעס איז געוואקסן פון $300,000 פארדינסטען אום 1996 צו $300 מיליאן ווען די פירמע איז געגאנגען פובליק דאס יאר (13׳). די קאמפאני האט 339 לאקאציעס אין די פאראייניגטע שטאטן.

די סיבה פארוואס זיי ווערן באשריבן אין דעם אשכול איז צוליב זייער לאגא טויש:
NOODLES
NOODLES
Noon.png (25.52 KiB) געזען 5783 מאל

׳קען מען פארקויפן לאקשען אהן לאקשען?׳ איז די ערשטע פראגע וואס עס שטעלט זיך נאכן זען די נייע לאגא. די אלטע לאגא איז געווען געשמאק און איז ארויסגעשטאנען צווישען אנדערע געשעפטן ווען עס איז גענוצט געווארן אויף די עקסטעירער.

זיי האבן דאס געטון צוליב א נייע מארקעטיג סטראטעגיע וואס זיי האבן אנגעהויבן צו באסט׳ן די ביזנעס אבער צו וואס עס האט אויסגעפעלט די נייע לאגא איז אומפארשטענדליך. די נייע קעפס פאנט זעט אויס זייער דזשענעריק און נישט פערסענאל, די לאקשען פאן האט איבערגעלאזט א טיפן חלל, און די צוגעלייגטע שאטן איז פשוט נישט גראד... א שלעכט מאוו!
אטעטשמענטס
noob.png
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דעת זקנים האט געשריבן:די ברייטע און טיפע הסבר ארום יעדע לאגא טויש איז עפי"ר אינטערעסאנטער ווי ס'עצם טויש.
יישר כח, מ'האמיר שטארק הנאה!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

טאקע אומפארשטענדליך פארואס זיי האבן דאס געטון.

רוב פירמעס וואס טוישן יעצט איז עס פון קעפס לעטטערס צו סמאל וואס איז מער רואיג און לופטיג, האבן זיי גאר גאר געמאכט א פארקערטן טויש.

יישר כח גימעל פאר די ברייטע ערקלערונגען.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

Breaking News
Breaking News
BN o.png (43.22 KiB) געזען 5761 מאל

ברעיקינג ניוס איז נייעס סערוויס וואס ברענגט גאר צייטליכע ארגינעלע נייעס. די עדיטארס בעאבאכטן הונדערטער גלאבאלע נייעס קוועלער און סאציאלע מידיע באריכטן, איינמאל זיי באמערקען אן ארגינעלע ברעיקינג ניוס טוען זיי עס באשטעטיגען און פאבלישען א קורצען אפדעיט מיט א לינק קרעדיטירענדיג די ארגינעלע נייעס ברענגער. זיי האבן אנגעהויבן אום 2007 אויף טוויטער אלס breakingnews@, וואס עס איז היינט צוטאגס די מערסט רעטוויטעד נייעס-טוויטער-אקאונט אויף די וועלט. די פירמע האט שוין געארבעט פאר עי. פי., סיעטעל טיימס, msnbc, itv, און nbc.

דער הויפט מענעדשער פון ברעיקינג ניוס שרייבט אויף מידיאום בלאג אין א פאוסט אונטער די קעפל ׳ארויס מיט די גלאוב, אריין מיט די נייע׳:
״אוועק איז די רויטע גלאוב - וואס האט אייביג אויסגעזען ווי ארויסגעשניטן פון די ׳ברעיקינג ניוס בענער׳ אויף טעלעוויזיע. מיר שטעלן פאר א נייעם לאגא וואס טוט דעמאנעסטרירען ברעיקינג ניוס׳ס טראנספארמאציע צו א פארזענליכע מאבייל סערוויס. מיר האבן ערזעצט די שרייעדיגע רויט מיט אן אראנדז-רויטע קאליר, און אונזער לאגא דעזיין איז אינספערירט פון א פין אויף א מאפע - דאס איז נייעס געצילט צו אייך, סיי וואו איר זענט.״

מען דארף אראפ סקראולען ביז אונטען פאר די פאוסט.

נייע לאגא
נייע לאגא
BN n.png (12.54 KiB) געזען 5761 מאל

מען דארף זיין אן אינוואליד נישט צו קענען מאכן עפעס בעסער ווי די אלטע לאגא, און די נייע לאקאציע פינפאונטער לייגט זיך טאקע אויפן שכל דעריבער איז שווער עס אינגאנצן אוועק צומאכן, אבער... ק׳מאן, צוויי פראזעס מאכט נישט איינס גערעכט.

________
די אלטע לאגא האט פארט אויסגעזען ׳וויכטיג׳ און עס איז נישט אזוי שלעכט אז עס זעט אויס ווי ארויסגענומען פון א ״ברעיקינג ניוס״ טיווי בענער, די נייע זעט אויס זייער געשמאק און צו רואיג עס וואלט ענדערש געפאסט פאר א בלאג. דאס איז שוין אויסער די פאקט אז די צוויי שפיצן צילן נישט צום זעלבן ציל.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

די אלטע נאמען און לאגא
די אלטע נאמען און לאגא
ING.png (22.01 KiB) געזען 2976 מאל

ING Canada - געגרינדעט אום 1997 דורך די האלאנדישע מולטינאציאנאלע טאטע פירמע ING Group - איז א ריטעיל באנק אין קאנאדא מיט איבער 1.8 מיליאן קאסטומערס, בערך 900 אנגעשטעלטע און איבער $38 ביליאן אין פארמעגנס. אום אוגוסט 2012 איז געמאלדען געווארן אז די קאנאדא באזירטע סקאושיעבאנק (scotiabank) קויפט אפ ׳איי ען דשי דיירעקט קאנאדא׳ און א טייל פון די געשעפט איז געווען אויפצולעזען די ׳איי ען דשי דירעקט׳ נאמען ביז 18 חדשים.

לעצטע וואך האט ׳איי ען דשי דירעקט - קאנאדא׳ באקאנט געמאכט זייער נייע נאמען, ׳טענדשערין׳, וועלכע וועט אריינגיין אין קראפט קומענדיגע פרילינג (2014). די נייע נאמען איז געגעבען געווארן דורך די קאנאדא באזירטע לעקסיקאן ברענדינג פירמע, די לאגא איז דעזיינט דורך די טאראנטא, קאנאדא באזירטע קריעטיוו אגענטור קאנקריט, און די אדווערטייזינג וועט ווערן באהאנדעלט דורך א צווייטע אדווערטייזינג פירמע אין טראראנטא, קאנאדא דזאהן סט..

Tangerine
Tangerine
TAN.png (17.94 KiB) געזען 2976 מאל

די נאמען

די נאמען ׳איי ען דשי׳ האט גענוג שלאגקראפט ארום די וועלט און מיטן זיך שטעלן דערויף אז די קאנאדישע באנק זאל נישט קענען האלטען די נאמען האט דאס באדייט אז זיי וועלן אדער מוזן אויפקומען מיט עפעס ניי און גרויס, אדער דזשענעריק און אומבא׳חנ׳ט אזוי ווי רוב בענק טוען (באזירט אויף די איינרעדעניש אז בענק דארף אויסזען ערענסט און לאנגווייליג ווייל זיי האנדלען מיט ׳וויכטיגע׳ זאכן, ווי למשל... געלט).

למעשה זענען זיי געגאנגען גרויס. מיט אויסוועלן די נאמען ׳טענדשערין׳ האבן זיי געטוען א גרויסע, געוואגטע שריט ווייל די נאמען רופט ארויס אסאך קריטיק, גוטע און שלעכטע. עס איז נישט נאך א באדייטלאזע אקראנים אדער די לעצטע נאמען פון אן אלטען רייכען שייסער, אדער א פרישגעבאקענע נאמען ווי קלינעקס. ניין, עס איז א פרוכט. א קליינע, זיסע פרוכט.

יעדער ווייסט וואס א טענדשערין איז, און א טענדשערין שטעלט טאקע נישט אויס קיין קרעדיט קארדס... אבער ווי לענגער מען געוואוינט זיך צו צום נאמען איז עס גאר אן איינדרוקספולע ציענדע נאמען. מען געדענק עס גוט. עס שטארט ארויס אין די באנק סעקטאר. ס׳איז ׳אינטערעסאנט׳. מ׳קען זיך אפשר ווואונדערן צו די קונדען וועלן עס גלייכן און עס רעספעקטירען, אדער וועלן זיי זיך שעמען מיטן נוצען א באנק וועלכע האט א נאמען נאך א פרוכט. אבער ווי מ׳האט שוין נאכגעהערט פון פארשידענע קליענטן זאגן זיי אז זיי גלייכן די פרישקייט פון די נאמען (נאר עפעל בענק מעג?!).

TAN WEB.png

די לאגא

און אז די נאמען איז אזוי באָלד און דרייסט האט די לאגא גענומען מער א געלאסענעם און זיכערן שטימונג, פילייכט צו בארואיגען די פאקט אז די נאמען איז גענוג ארויסגעשטארצט. די פאנט איז א רואיגע סאנס סעריף, די ווארדמארק אותיות זענען ענג צושפרייט און ענדיגט זיך מיט אן אומבאמערקענסווערדע פייל וואס גייט שיעף ארויף.

פארשטייט זיך אז איר ווארט דא צו הערן הסברים אז די עראו צו רעכטס מיינט ׳פאראויס׳ אז עס איז געבויגען אויף ארויף באדייט ׳הויכקלאסיש׳... בלא בלא בלא. עס איז נישט אינטעראסאנט. איך פארשטיי נישט פארוואס זיי האבן אויסגעוועלט צו בלייבן מיטן עראו פון די אלטע לאגא, אויב האט מען אפגעמאכט אז מען האלט נישט די אלטע ברענד פארוואס פונקט אזא שוואכע עלעמענט האבן זיי יא געהאלטן, איז די אראנדזשע קאליר אליין נישט גענוג?

די לאגא מוז טאקע נישט זיין ווילדע אנגעבלאזענע לאגא און עס דארף נישט האבן קיין געמאלענעם טענדזשערין, אבער עס וואלט געמעגט האבן מער אן ענליכע געוואגטקייט צו די נאמען. מעגליך אז ווען די אדווערטייזימענט און נייע אפליקעישאנס וועלן ארויסגעלאזט ווערן וועלן זיך זאכן שטעלן און פלאץ.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ING פלעגט ספאנסערן די ניו יארק סיטי מאראטאן און מען פלעגט טאקע זעהן זייער סימבאל אויף אלע פלאקאטן און אויף די גאסן לעמפ.

היי יאר האב איך דאס געזוכט און נישט געפונען. אפשר איז שוין געשטאנען טענדזשערין? איך געדענק נישט דאס צו האבן געזען.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

חחחח זיי האבן מקנה געווען באנדא מיט זיין גראסערי!!

ישר כח פאר די אינטערעסאנטע תגבות, יעדע עקסטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

לכאורה האט געשריבן:ING פלעגט ספאנסערן די ניו יארק סיטי מאראטאן און מען פלעגט טאקע זעהן זייער סימבאל אויף אלע פלאקאטן און אויף די גאסן לעמפ.

היי יאר האב איך דאס געזוכט און נישט געפונען. אפשר איז שוין געשטאנען טענדזשערין? איך געדענק נישט דאס צו האבן געזען.

איך ווייס נישט וואס איר רעדט זיך אפ, זיי זענען נאך אלס די הויפט ספאנסער. די אפיציעלע מאראטאן איז נקראת על שמם.
Marathon.png

טענדזשערין איז בלויז אין קאנאדא.

איך מיין אז קעפיטאל וואן 360 איז אויך געווארן איבערגענומען פון ING. אויב איך בין מיר טועה ביטע פאריכט.
לעצט פארראכטן דורך גימעל אום זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

לכאורה האט געשריבן:ING פלעגט ספאנסערן די ניו יארק סיטי מאראטאן און מען פלעגט טאקע זעהן זייער סימבאל אויף אלע פלאקאטן און אויף די גאסן לעמפ.

היי יאר האב איך דאס געזוכט און נישט געפונען. אפשר איז שוין געשטאנען טענדזשערין? איך געדענק נישט דאס צו האבן געזען.

היי יאר ווייס איך נישט, אבער פון קומענדיגע יאר אנגעהויבן גייט דאס זיין געספאנסערט דורך Tata Consultancy Services פאר די קומעדיגע אכט יאר.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

גימעל האט געשריבן:
ING.png

ING Canada - געגרינדעט אום 1997 דורך די האלאנדישע מולטינאציאנאלע טאטע פירמע ING Group - איז א ריטעיל באנק אין קאנאדא מיט איבער 1.8 מיליאן קאסטומערס, בערך 900 אנגעשטעלטע און איבער $38 ביליאן אין פארמעגנס. אום אוגוסט 2012 איז געמאלדען געווארן אז די קאנאדא באזירטע סקאושיעבאנק (scotiabank) קויפט אפ ׳איי ען דשי דיירעקט קאנאדא׳ און א טייל פון די געשעפט איז געווען אויפצולעזען די ׳איי ען דשי דירעקט׳ נאמען ביז 18 חדשים.

לעצטע וואך האט ׳איי ען דשי דירעקט - קאנאדא׳ באקאנט געמאכט זייער נייע נאמען, ׳טענדשערין׳, וועלכע וועט אריינגיין אין קראפט קומענדיגע פרילינג (2014). די נייע נאמען איז געגעבען געווארן דורך די קאנאדא באזירטע לעקסיקאן ברענדינג פירמע, די לאגא איז דעזיינט דורך די טאראנטא, קאנאדא באזירטע קריעטיוו אגענטור קאנקריט, און די אדווערטייזינג וועט ווערן באהאנדעלט דורך א צווייטע אדווערטייזינג פירמע אין טראראנטא, קאנאדא דזאהן סט..

TAN.png

די נאמען

די נאמען ׳איי ען דשי׳ האט גענוג שלאגקראפט ארום די וועלט און מיטן זיך שטעלן דערויף אז די קאנאדישע באנק זאל נישט קענען האלטען די נאמען האט דאס באדייט אז זיי וועלן אדער מוזן אויפקומען מיט עפעס ניי און גרויס, אדער דזשענעריק און אומבא׳חנ׳ט אזוי ווי רוב בענק טוען (באזירט אויף די איינרעדעניש אז בענק דארף אויסזען ערענסט און לאנגווייליג ווייל זיי האנדלען מיט ׳וויכטיגע׳ זאכן, ווי למשל... געלט).

למעשה זענען זיי געגאנגען גרויס. מיט אויסוועלן די נאמען ׳טענדשערין׳ האבן זיי געטוען א גרויסע, געוואגטע שריט ווייל די נאמען רופט ארויס אסאך קריטיק, גוטע און שלעכטע. עס איז נישט נאך א באדייטלאזע אקראנים אדער די לעצטע נאמען פון אן אלטען רייכען שייסער, אדער א פרישגעבאקענע נאמען ווי קלינעקס. ניין, עס איז א פרוכט. א קליינע, זיסע פרוכט.

יעדער ווייסט וואס א טענדשערין איז, און א טענדשערין שטעלט טאקע נישט אויס קיין קרעדיט קארדס... אבער ווי לענגער מען געוואוינט זיך צו צום נאמען איז עס גאר אן איינדרוקספולע ציענדע נאמען. מען געדענק עס גוט. עס שטארט ארויס אין די באנק סעקטאר. ס׳איז ׳אינטערעסאנט׳. מ׳קען זיך אפשר ווואונדערן צו די קונדען וועלן עס גלייכן און עס רעספעקטירען, אדער וועלן זיי זיך שעמען מיטן נוצען א באנק וועלכע האט א נאמען נאך א פרוכט. אבער ווי מ׳האט שוין נאכגעהערט פון פארשידענע קליענטן זאגן זיי אז זיי גלייכן די פרישקייט פון די נאמען (נאר עפעל בענק מעג?!).

TAN WEB.png

די לאגא

און אז די נאמען איז אזוי באָלד און דרייסט האט די לאגא גענומען מער א געלאסענעם און זיכערן שטימונג, פילייכט צו בארואיגען די פאקט אז די נאמען איז גענוג ארויסגעשטארצט. די פאנט איז א רואיגע סאנס סעריף, די ווארדמארק אותיות זענען ענג צושפרייט און ענדיגט זיך מיט אן אומבאמערקענסווערדע פייל וואס גייט שיעף ארויף.

פארשטייט זיך אז איר ווארט דא צו הערן הסברים אז די עראו צו רעכטס מיינט ׳פאראויס׳ אז עס איז געבויגען אויף ארויף באדייט ׳הויכקלאסיש׳... בלא בלא בלא. עס איז נישט אינטעראסאנט. איך פארשטיי נישט פארוואס זיי האבן אויסגעוועלט צו בלייבן מיטן עראו פון די אלטע לאגא, אויב האט מען אפגעמאכט אז מען האלט נישט די אלטע ברענד פארוואס פונקט אזא שוואכע עלעמענט האבן זיי יא געהאלטן, איז די אראנדזשע קאליר אליין נישט גענוג?

די לאגא מוז טאקע נישט זיין ווילדע אנגעבלאזענע לאגא און עס דארף נישט האבן קיין געמאלענעם טענדזשערין, אבער עס וואלט געמעגט האבן מער אן ענליכע געוואגטקייט צו די נאמען. מעגליך אז ווען די אדווערטייזימענט און נייע אפליקעישאנס וועלן ארויסגעלאזט ווערן וועלן זיך זאכן שטעלן און פלאץ.

אפשר איז זייער פלאן צו מאכן דערפון א גראסערי א שטייגער ווי פאמעגראנעט, טשעסטנאט, ועוד.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

Engadget Old Logo
Engadget Old Logo
EN o.png (18.97 KiB) געזען 2833 מאל

ערעפענט אום 2004, ענגאדשעט איז איינע פון די פירענדע און מערסט געליינטע טעק בלאגס דעקענדיג נייעס, רעוויאס און מיינונגען איבער נייע געדשעטס, קאנסומער עלעקטראניקס און די סייענס טעכנאלאגיע אויף וואס דאס איז געבויעט. אין אייגענטומערשאפט פון AOL זינט 2005, ווערט ענגאדשעטס׳ אינהאלט געפאבלישט אין 6 באזונדערע שפראכן, זיי רעכטן אפ א חודש׳ליכע לייוו שאו, און פארמאגן א מאביל עפפ. פארגאנגענע וואך האט ענגאדשעט פארגעשטעלט א נייע וועבסייט רעדעזייען און א נייע לאגא.

נייע לאגא
נייע לאגא
EN n.png (13.93 KiB) געזען 2833 מאל

די נייע בלויז איין קאליר לאגא איז קליענער און מער הארמאניש ווי די אלטע. די פאנט קאלאברירט איין אות מיט די צווייטע און איז באזירט אויף די אייציגסטע געמיינזאמקייט וואס אלע מאביל דעווייסעס האבן: א סקרין מיט הארטע (עקיגע) עקן, אריינגעזעצט אין א דעווייס מיט ווייכע (רונדעכיגע) עקן.

די גריד אויף וואס די לאגא איז געבויעט
די גריד אויף וואס די לאגא איז געבויעט

עס איז היינט אן אנדערע וועלט ווען לאגא רעדעזיינס פאר בלאגס זענען אזא נייעס ווי לאגא רעדעזייס פאר פארטשען-500 קאמפאניס, אין מציאות קענען פארשידענע בלאגס אזויווי ענגאדשעט פארנעמען כסדר מער מענטשן ווי די גרויסע קאמפאניס. ענגאדשעטס אלטע לאגא איז באמת געווען זייער א פאסיגע ווארדמארק פאר א טעק בלאג: עס האט געהאט די פיוטעריסטיק אויסזענדע אותיות און די וויי-פיי אויסזענדע סיגנאל. איז עס געווען די בעסטע בלאג לאגא אויף די וועלט? ניין, נישט עכט.
די נייע לאגא איז סאך מער אהערגעשטעלט מיטן ערצייגען א דיפערענט אויסשטעל. עס איז מער נישט בלויז א געקויפטע פאנט מיט וואס מ׳האט צוזאמגעקלאפט א ווארדמארק, נאר איז א קאסטום געמאלענע סעט פון קארעקטערס וואס האבן גוטע באציאונגען איינע מיט די צווייטע, די ווארדמארקס ריטעם איז אסאך בעסער און די בעסטע איז ווי גוט און ליינבאר עס איז ווען מ׳מאכט עס קליין. איז עס יעצט די בעסטע בלאג לאגא אויף די וועלט? נישט זיכער, אבער טוט זיכער רעיסען די באר.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31252
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גימעל האט געשריבן:ברעיקינג ניוס איז נייעס סערוויס וואס ברענגט גאר צייטליכע ארגינעלע נייעס. די עדיטארס בעאבאכטן הונדערטער גלאבאלע נייעס קוועלער און סאציאלע מידיע באריכטן, איינמאל זיי באמערקען אן ארגינעלע ברעיקינג ניוס טוען זיי עס באשטעטיגען און פאבלישען א קורצען אפדעיט מיט א לינק קרעדיטירענדיג די ארגינעלע נייעס ברענגער. זיי האבן אנגעהויבן אום 2007 אויף טוויטער אלס breakingnews@, וואס עס איז היינט צוטאגס די מערסט רעטוויטעד נייעס-טוויטער-אקאונט אויף די וועלט. די פירמע האט שוין געארבעט פאר עי. פי., סיעטעל טיימס, msnbc, itv, און nbc.
BN n.png
BN n.png (12.54 KiB) געזען 2827 מאל

אינעם זעלבן סעריע האבן זיי אויכעט איבערגעמאכט זייערע שוועסטער אקאונטס לאוגאו,
ברעקינג ניוס - פאליטיקס
1385320620.png
1385320620.png (17.71 KiB) געזען 2827 מאל

ברעיקינג ניוס - שטורעם
1385320417.png
1385320417.png (12.01 KiB) געזען 2827 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”