בלאט 1 פון 8

איך זיך א שותף/שותפים פאר SHUTTERSTOCK

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2010 11:29 am
דורך סימקאוויטש
איך זיך א שותף/שותפים צו עפענען אן אקאונט אויף SHUTTERSTOCK, עס קאסט בערך $250 דאלאר א חודש און מען קען דאונלאודן יעדן טאג 25 בילדער, אבער אזוי ווי איך ניץ נישט מער ווי לכל-היותר 5 בילדער א טאג, זיך איך א שותף/שותפים פאר די איבעריגע, און איך וועל צאלן בערך א פיפטל, און אלמלא איך זאך וועלן אמאל דאונלאודן מער איין טאג, זאל איך קענען פרעגן די אנדערע צו זיי האבן געניצט יענעם טאג אלע זייערע קרעדיטס

ביז היינט האב איך גענוצט ISTOCKPHOTO אבער דארט קומט אויס (נאכדערצו נאך די היינטיגע ארויפגעפארענע פרייזן) אז פאר 50 דאלאר וואס איך וועל צאלן איין חודש ביי SHUTTERSTOCK און קענען נעמען יעדן טאג 5, וועל איך נאר קענען נעמען 5 איינמאל פאר די גאנצע 50 דאלאר

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2010 12:08 pm
דורך גימעל
סימקאוויטש האט געשריבן:און אלמלא איך זאך וועלן אמאל דאונלאודן מער איין טאג, זאל איך קענען פרעגן די אנדערע צו זיי האבן געניצט יענעם טאג אלע זייערע קרעדיטס

וואס שרייבסטו דא?
(אנטשולדיגט אז כ'האב נישט פארשטאנען.)

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2010 12:37 pm
דורך טאמעטא
גימעל האט געשריבן:
סימקאוויטש האט געשריבן:און אלמלא איך זאך וועלן אמאל דאונלאודן מער איין טאג, זאל איך קענען פרעגן די אנדערע צו זיי האבן געניצט יענעם טאג אלע זייערע קרעדיטס

וואס שרייבסטו דא?
(אנטשולדיגט אז כ'האב נישט פארשטאנען.)


טאמער ער וויל איין טאג קויפן מער וועט ער פרעגן זיינע שותפים

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2010 12:57 pm
דורך צים פינטעל
ביי שאטטער סטאק קען מען זען די בילד אין גרויס דורך לייגן די מייז אויף דעם?

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2010 1:05 pm
דורך האניג
זיכער, מאכט זיכער אז Image Preview איז אויף On.

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2010 1:11 pm
דורך צים פינטעל
האניג האט געשריבן:זיכער, מאכט זיכער אז Image Preview איז אויף On.

ווי מאכט מען דאס

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2010 1:15 pm
דורך ווארום
סימקא, היינט פרעגט מיר א גראםיקער אין ארץ ישראל צו איך ןוויל זיין א שותף
אויב די פארשטייסט העברעאיש שרייבט ער מיר דאס:

ואלו האופציות:
-תמונה בודדת 20 ש"ח
-30 תמונות כל יום ניתן לבחור אחת, ב250 ש"ח,
המילכוד: יום שלא לקחת הפסדת
-15 תמונות ב180 ש"ח
בתוך חודש לא מוגבל ליום מסוים,
אך לא יותר מ-3 ביום,
(אם דחוף ניתן לברר אם עדיין נותרו תמונות לאותו יום.)
אם מעניין אותך, או שאתה מכיר מישהו שאפשר לסמוך עליהם שמעוניינים, עדכן אותי

אויב איז איינער אינטערעסירט
שיקט מיר אין אישי.

געשריבן: מיטוואך ינואר 13, 2010 7:34 pm
דורך פאכמאן
צים פינטעל האט געשריבן:
האניג האט געשריבן:זיכער, מאכט זיכער אז Image Preview איז אויף On.

ווי מאכט מען דאס

פינטל, דו נוצט גוגל'ס 'קראם' בראוסער, שטימט?
דארט איז עס טאקע נישטא. שאפ דיר 'פייערפאקס' והכל על מקומו בא יבא בשלום.

געשריבן: מיטוואך ינואר 13, 2010 8:18 pm
דורך צים פינטעל
יא פאכמאן, עס שטימט, איך האב זיי געקאלט האבן זיי מיר דאס געזאגט, האב איך אנגעצונדען עקספלאדער און סאיז יא געווען די אפשען, אבער כאב מוותר געווען דעראויף כדי צו בלייבן אויף קראום.

געשריבן: מיטוואך ינואר 13, 2010 8:24 pm
דורך פאכמאן
האניג, כאפ אים. דער 'פינטל' איז נישט איינשטימיג מיט די מעלות פון פייערפאקס... אפשר קענסטו אים איבערצייגן?
אריין אין 'קאמפיוטער און אינטערנעט'...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 14, 2010 7:57 am
דורך צים פינטעל
פייערפאקס האב איך קיינמאל נישט געהעריג געניצט, אז מען רעד דערוועגן ערגעץ ביטע פירט מיך אהין

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 14, 2010 9:00 am
דורך האניג
דא האב איך א קליין ארטיקל פון מיינע עקסטענטשינס צו פייערפאקס.

שותף אין "סטאק אימעדזשעס"

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:03 am
דורך ובלכתך בדרך
שלום עליכם

מיר זוכן זיך צוזאמענצושטעלן מיט איינעם פאר סטאק אימעדזשעס.

ווער עס איז אינטערעסירט ביטע שיקן אין אימעיל
graphics@eshiur.org
אדער אין אישית

א דאנק

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:30 pm
דורך בדיל ויעבור
טאקע א שטארקע איידיע צו מאכן א היימישע סטאק אימעדזש, אבער דער קעפל פונעם אשכול ברויך זיין היימישע סטאק אימעדזש און נישט ובלכתך בדרך

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:32 pm
דורך שטארק זיך
בדיל, ער זוכט נישט אהערצו שטעלן א ״סטאק אימעדזשעס״ ער וויל זיין בשותפות א מעמבער מיט עימיצן, זיך טיילן מיט די הוצאות.

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:33 pm
דורך ובלכתך בדרך
שטארק זיך האט געשריבן:בדיל, ער זוכט נישט אהערצו שטעלן א ״סטאק אימעדזשעס״ ער וויל זיין בשותפות א מעמבער מיט עימיצן, זיך טיילן מיט די הוצאות.


יפה הבנת

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:04 pm
דורך פישל
ובלכתך בדרך האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:בדיל, ער זוכט נישט אהערצו שטעלן א ״סטאק אימעדזשעס״ ער וויל זיין בשותפות א מעמבער מיט עימיצן, זיך טיילן מיט די הוצאות.


יפה הבנת


עם כל זה דארף די קעפל געטוישט ווערן צו "סטאק אימעדזשעס" אז ווען איינער זוכט אינפארמאציע איבער סטאק אימעדזשעס, וועט ער דא טרעפן א שותף וואס וויל אינאיינעם עפענען אן אקאונט, אבער א אשכול מיט'ן נאמען ובלכתך בדרך וועט נאר ציען דעם אויג פון איינער וואס זוכט עפעס א תורה סידי, אדער א גמרא מיט א ווייכע דעקל

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:07 pm
דורך ובלכתך בדרך
פישל האט געשריבן:
ובלכתך בדרך האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:בדיל, ער זוכט נישט אהערצו שטעלן א ״סטאק אימעדזשעס״ ער וויל זיין בשותפות א מעמבער מיט עימיצן, זיך טיילן מיט די הוצאות.


יפה הבנת


עם כל זה דארף די קעפל געטוישט ווערן צו "סטאק אימעדזשעס" אז ווען איינער זוכט אינפארמאציע איבער סטאק אימעדזשעס, וועט ער דא טרעפן א שותף וואס וויל אינאיינעם עפענען אן אקאונט, אבער א אשכול מיט'ן נאמען ובלכתך בדרך וועט נאר ציען דעם אויג פון איינער וואס זוכט עפעס א תורה סידי, אדער א גמרא מיט א ווייכע דעקל


געטוישט
א דאנק

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:09 pm
דורך Rabeiny
פישל האט געשריבן:
ובלכתך בדרך האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:בדיל, ער זוכט נישט אהערצו שטעלן א ״סטאק אימעדזשעס״ ער וויל זיין בשותפות א מעמבער מיט עימיצן, זיך טיילן מיט די הוצאות.


יפה הבנת


עם כל זה דארף די קעפל געטוישט ווערן צו "סטאק אימעדזשעס" אז ווען איינער זוכט אינפארמאציע איבער סטאק אימעדזשעס, וועט ער דא טרעפן א שותף וואס וויל אינאיינעם עפענען אן אקאונט, אבער א אשכול מיט'ן נאמען ובלכתך בדרך וועט נאר ציען דעם אויג פון איינער וואס זוכט עפעס א תורה סידי, אדער א גמרא מיט א ווייכע דעקל

איך שטים צו

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:25 pm
דורך אבי ווער
איך שעם מיך נישט ציפרעגן!! וואס מיינט סטאק אימעדזשעס?

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:53 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
ובלכתך איך מיין אז איך האב איינעם פאר א שותף
שיק מיר א לינק פון די וועבזייטל

אין קאנטאקט מיר אין אישי

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 4:01 pm
דורך יענקל פאטאש
אבי ווער האט געשריבן:איך שעם מיך נישט ציפרעגן!! וואס מיינט סטאק אימעדזשעס?

וועבזייטליך אדער קאמפעניס וואס פארקויפען בילדער און מען קען דאס ניצען פאר אייגענע אדער קאמערציעל געברויכען. מיין שאלה איז נאר אויב עס איז ליגאל פאר צוויי צו האבן איין אקאינט. אויב יא וואלט מען געדארפט מאכן א גמ"ח דערפון.

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:01 pm
דורך בנימין
עס איז נישט לעגאל, אבער זיי גייען עס נישט נאך
כ'מיין אז מיט א הלכה'דיגע בליק וואלט עס נישט געדארפט זיין קיין פראבלעם

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:28 pm
דורך מר. פאטאשאפ
הלכה׳דיג טאקע נישט
אבער פון מיין עקספיריענס איז דאס א שטארק נערווירענדע זאך ווען אסאך אירע נוצן א סינגל אקאונט (בעיקר ביי שאטערסטאק)
ווייל דארטן גייט עס אזוי אז ווען עמיצער סיינט אריין בשעת איך בין אינעווייניג, ווער איך אויטאמאטיש ארויסגעסיינט
דאס מיינט, אז מ׳קען האלטן אינמיטן סערטשן אדער גאר אינמיטן דורכגיין די דאונלאודינג סטעפס און פלוצלינג ווערן ארויסגעסיינט
דאס טוט וויי... איך מיין - דאס איז נישט בא׳טעמ׳ט, ווייט נישט! (אין חכם כבעל נסיון).

עס וואלט זיך - לדעתי - געלוינט די פאר דאלער מער וואס זיי בעטן פאר א מאלטיפל (multiple) אקאונט

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:04 pm
דורך חכם מחוכם מאד
אין מיין עקספיריענס. (אין חכם ומחוכם כבעל נסיון)
לוינט זיך צו באצאלן פאר א בילד ווען מען דארף עס. נישט קיין חילוק וויפיהל עס קאסט.

אבער פאר ובלכתך קען זיין לוינט זיך יא. איך ווייס נישט וויפיהל בילדער זיי נוצען יעדן טאג.