בלאט 1 פון 18

אילעסטרעטער

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2009 1:14 pm
דורך פעפער
ווייסט אדעווער אן אופן מ'זאל קענען אין אילעסטרעטער זען דע פונט אן עס ארויף לייגן אויף די טעקסט אין דאורך סקראלן .
אין פאטאשאפ אדער אין קארעל זעט מען גלייך נאכן נאמען א פריוואיו פונעם פונט אבער נישט אין אילעסטרעטער, האט איינער א טריק צו וואס?

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2009 3:06 pm
דורך שמעלקא
וועלכע ווערסיע האסטו?

cs3 זעט מען גראד וועלכע פאנט יעדע איינס איז נאכפאר מען סעלעקט עס.

געשריבן: מיטוואך ינואר 21, 2009 2:44 pm
דורך פעפער
cs4
און ווי זעט מען עס אין סי עס טרי

געשריבן: מיטוואך ינואר 21, 2009 4:11 pm
דורך שמעלקא
ווען די ווילסט אוישן צו א צוויטע פאנט זעסטו ווי אזוי די סקוקט אויס די פאנט נאמען איז די אות.

cs4 וויסעך נישט פארוואס זיי האבן עס געטוישט
איך טראכט וויל מענטשען האבן נישט ליב צוזען די אותיות אזוי וויל סאיז זייער שווער צו ליינען דח בעסטע איז נאך וויאזוי ווארד האט.

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2009 7:00 pm
דורך פעפער
יוא בין איך העפי היינט!
אין סי עס פאר קען מען רייט קליקן אויף טעקסט איז דא אן אפשען "פונט" און דארט באווייזט זיך אלע טייפפעסעס.
היינט דערגאנגען און שטארק פרייליך

איליסטרעיטאר הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 11:14 am
דורך האניג
משום איזה סיבה שגעת, האט מיין איליסטרעטאר CS4 געכאפט א דזשוק, און יעדעס מאל וואס איך מאל מיט עני טול, קומט עס אויס קרום (כ'מיין אין א 45 דעגרי ענגיל). עני העלפ?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 11:22 am
דורך האניג
הוא מותיב והוא מפרק. כ'האב יעצט באמערקט א סעטטינג אינ'ם ג'ענערעל פרעפערעסעס: קאנסטריען ענגעל. זעט זיך אויס אז כ'האב בטעות דארט אריינגעשטעלט 45, כ'האב יעצט צוריק געמאכט צו 0, און ס'ארבעט פיין! שכוח באשעפער!

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 4:31 pm
דורך שלמי
גוט צו וויסען פון דעם אפשען. ווי טרעף איך דאס?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 5:02 pm
דורך הויכער
ביסט דאך טאקע גערעכט שלומי, עס קען דאך גוט צוניץ קומען, נא וויזוי מאכט מען דאס?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 9:05 pm
דורך האניג
אזוי ווי כ'האב געזאגט: גיי צום פרעפערענצען (ctrl k) ביי general, די צווייטע אפציע איז constrain angle. כ'האב מיר גוט מסביר געווען? אויב נישט ביטע זייט מיר מודיע. הצלחה!

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 3:50 pm
דורך צים פינטעל
ביי די eye droper איז דא א אפציע אנצושטעלן וואס ער פיקט אויף און וואס ער איז משפיע, וואס איז די פשט, לכאורה וואס מען וויל ער זאל געבן דאס שטעלט מען אן אז ער זאל נעמען, ווי קומט אויס א פאל מען זאל דאס וועלן צוטיילן,
ועוד, וואס מיינט די דראפ דאון raster sample size וואס געפינט זיך אינטן פון די דיאלג באקס.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 5:32 pm
דורך האניג
שאלה נומער איינס:
ס'איז דא (לכה"פ) צוויי וועגן וויאזוי צו נוצן דער איידראפער טול, איינס איז פשוט, סעלעקסט א שטיקל ארט, כאפסט דעם איידראפער און דו דריקסט אויף אן אנדערן שטיקל ארט, טוישט זיך דער ערשטער צום אטטריביוטס פונ'ם צווייטן. מיט דעם מהלך טוישטו דעם 'סעלעקטעד' ארט.

נאכדעם איז א צווייטע מהלך, דהיינו, סעלעקסט אן ארט, כאפסט דעם איידראפער טול, און יעצט קוועטש 'אלט' (alt) און דאן קליקט אויף א צווייטע ארט, ווערט דער צווייטער געטוישט צו די ארטיביוטס פונ'ם ערשטען. פונקט פארקערט ווי פריער. מיט דעם מהלך טוישטו דעם 'נישט סעלעקטעד' ארט.

יעצט: וואס דער איידראפער נעמט אויף איז נוגע פאר'ן פשוט'ן באנוץ, וואס דער איידראפער אפלייד איז נוגע פאר'ן 'אלט' באנוץ. שפיל דיר אביסל ארום וועסטו אלעס כאפן.

שאלה נומער צוויי:
לויט ווי ווייט איך פארשטיי איז אז ווען דו ווילסט כאפן א קאליר פון א רעסטער (ביטמעפ = א בילד) קענסטו זאגן איליסטרעיטאר צו נעמען דער פונקליכע קאליר פון דארט וואו כ'לייג דעם איידראפער, אדער קען איך זאגן, אז ס'זאל נישט כאפן דייקא דער פונקליכע פיקסל, נאר ס'זאל קוקן אויף די ארומעגע פאר פיקסעלס (אדער 3 ביי 3, אדער 5 ביי 5) און ס'זאל מאכן אן עוורעדש פון די קאלירן, און ארויסקומען מיט איין סך הכל'דיגן קאליר פון די פיקסעלס.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 6:36 pm
דורך בען בלישעם
האניג, ווי ווייט איך פארשטיי האט צים פינטעל געמיינט צו פרעגן פארוואס דארף מען אזויפיל אפשענס ביי איי-דראפער.

צים פינטעל, אז דו האסט -למשל- צוויי מיני טעקסטס אין אילוסטרעיטער, איינס איז ברוין 27.5pt מיט אן אוטליין און דאס אנדערע איז געל 40pt אן אִן אוטליין און דו ווילסט טוישן די געלע אויף די זעלבע סייז ווי די ברוינע אבער נאר די סייז, נישט די אוטליין און נישט די קאליר, איז אנשטאטס זיך פלאגן און גיין נאכקוקן אויף די ברוינע וועלכע סייז דאס איז און נאכדעם גיין טוישן ביי די געלע אויף פונקטליך 27.5pt קענסטו דאבל-קליקן דעם איי-דראפער און דארט אנשטעלן וואס דו ווילסט עס זאל כאפן און וואס נישט.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:46 pm
דורך צים פינטעל
האניג האט פונקטליך פארשטאנען וואס איך האב געפרעגט און האט זייער גוט מיישב געווען, ביידע קשיות, שקויעח פאר האניג אילס. פראפעשענעל

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:54 pm
דורך בען בלישעם
מעסארי

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 16, 2009 9:42 am
דורך מאנאגרעמס
איינער ווייסט צו מ'קען דא געהעריג ארויפלייגן א וועקטאר פייל (אזויווי א דשעיפעג) אדער דארף איך עס לייגן אין א זיפ פייל?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 16, 2009 12:46 pm
דורך האניג
א וועקטער פייל אדער א דשעפיעג? ס'איז א שטיקל א סתירה די ביידע...

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 16, 2009 1:23 pm
דורך שמערי בערי
ער פרעגט צו מ'קען ארויף לייגן א וועקטאר פייל, אזוי ווי מ'קען ארויף לייגן א דשעי פעג.

דער תירוץ איז ניין, מאך עס פאר א זיפ פייל און דערנאך לייג עס.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 16, 2009 1:43 pm
דורך האניג
אהא. געכאפט נישט. סורי.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 02, 2009 2:46 pm
דורך צים פינטעל
כאב געקויפט א וועקטער פון אייסטאק, איך עפען עס אויף אין אילוס. און געוויסע חלקים ווערן נישט סעלעקטעד, ממש כאילו לא הי'
ביטע העלפט

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 02, 2009 2:50 pm
דורך האניג
איז עס אפשר פארשפארט?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 02, 2009 2:53 pm
דורך שמערי בערי
טשעק צו ס'איז אויף אנדערע לעיערס, וואס איז געלאקט (כהאניג ועוד לשמערי)

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 02, 2009 3:02 pm
דורך צים פינטעל
געווען געלאקט,
כאב זיך נישט געכאפט, כאב נישט געטראכט אז זיי פארקויפן געלאקטע פיילס
שקויך

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 02, 2009 3:51 pm
דורך צים פינטעל
איז דא א וועג אין אילוס. פאר free distort אויפן ארטבארד, נישט אין א דיאלג באקס

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 02, 2009 8:04 pm
דורך צים פינטעל
ווייס שוין