יסודות פון פאטאגרעפי (4 אפדעיטס)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 10:56 pm

צים פינטעל האט געשריבן:הפלא ופלא
זייער שיין

עס וואלט גיט געווען ווען די לייגסט ארויף בילדער עקזעמפלאן צו פארשטיין געבן און מען זאל זעהן די חילוק

דאס וועט קומען שפעטער אי"ה

פרוכט
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:14 am

תגובהדורך פרוכט » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 11:01 pm

אפשר קעמען טאקע ערלעדיגן ביים קרעמער אדער ביים ארענדערר (הו-עווער סיזאין טשארדזש..) מזאל מאכן עפעס א שטיקל סוב פארום פאר "פאטאגראפי און קאמערעס" אונטער בילדער גראפיקס און דעזיין,? נאך די גרויסע נאכפראגע אויף די געוואלדיגע שיעורים פון הרב ר' ארטור פישעל דיזיין (א מאדנע געמיש פון נעמען ..) קוקט עס אויס ווי א שטארקע תועלת, כבין זיכער אז די הנהלה וועט נישט צוריק ווייזן דעם פארלאנג אויב דער עולם העט ארויסווייזן אינטערעסע...
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 11:54 pm

הסבר:

DotCom האט געשריבן:קודם כל א ריזיגן יישר כח פאר נעמען דיין צייט אין מיה צו שעירן מיט אונז דיינע רייכע ידיעות, געוואלדיג.

איך בין אבער אביסל צומישט מיט די מער בעיסיקס, וואס איז די לענס? וואס איז די סענסער? ווי עס קוקט מיר אויס מישטו עס אויס כאילו עס וואלט געווען איין זאך, איז עס טאקע אזוי?

אפשר ביסטו מסביר וואס געשעהט ווען איך דרוק אראפ דעם קנעפל און א פיקשטער ווערט געמאכט?, אויף א פשוטע פליישיגע וועג ווי למשל א אויג מיט א הייטל און א מח...
איך בין א גרויסער דאמי אין פאטאגראפי און עס קומט מיר זייער צוניץ דיינע ארטיקלען, ייש"כ

די סענעסער איז דאס וואס מען האט היינט אויפגעטוישט מיט די אמאליגן פילעם.

עס איז דא די באדי פון די קעמערע און עס איז דא די לענס, ביי די טייערע קעמערעס (slr) קויפט מען די באדי עקסטער און די לענס עקסטער.

די סענסער געפינט זיך אויף די באדי, און מען לייגט צו דערצו א לענס (די גלאזענע חלק).

וועגן דאס וואס די פרעגסט
אפשר ביסטו מסביר וואס געשעהט ווען איך דרוק אראפ דעם קנעפל און א פיקשטער ווערט געמאכט?, אויף א פשוטע פליישיגע וועג ווי למשל א אויג מיט א הייטל און א מח...

דאס האף איך שפעטער אויסצושמועסן ברייטער אי"ה, לויט וויפיל די צייט וועט מיר ערלויבן.

ביז דעמאלס האלט אייך רואיג, און א גוטע נאכט.
לעצט פאראכטן דורך ארט אפישעל דיזיין אום זונטאג אוגוסט 28, 2011 7:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
laugh
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 12:19 pm

תגובהדורך laugh » מיטוואך אוגוסט 24, 2011 1:03 am

דאס איז גיטע סחורה

JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:03 pm

תגובהדורך JOELHEALTH » מיטוואך אוגוסט 24, 2011 12:01 pm

Please go on we love it!

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 2:09 pm

מר. ארט אפישיל...!!! ווי פלאטשיג איך זאל נאר זיין, האלט איך דערווייל אלעס מוט, און איך פארשטיי עס מער ווייניגער, דיינע ווערטער זענען אזוי זיס און געשמאק צו ליינען...!!! כ'קען שוין קוים ווארטן אויף נאך סחורה...

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » זונטאג אוגוסט 28, 2011 11:02 pm

חלק ג'

כדי נישט צו קאמפלעצירן זאכן, האב איך באשלאסן צו לייגן iso אין די זייט אויף דערווייל.

יעצט לאמיר זיך צוזאמען קלויבן!

• איר קענט פארשנעלערן אדער פארשטייטערן די שאטטער ספיד כדי צו לאזן מער אדער ווייניגער ליכטיגקייט צום סענסער.

• איר קענט עפענען און פארמאכן די עפענונג פונעם לענס דאס רופט זיך די aperture צו לאזן מער אדער ווייניגער ליכטיגקייט צום סענסער.

• די שאטטער ספיד ווערט גערעכענט אין "חלקים פון א סקונדע" בשעת די aperture ווערט גערעכענט אין "עף סטאפס".

• א שנעלערע שאטטער ספיד מיינט ווייניגער ליכטיגקייט און א שטייטערע שאטערספיד מיינט מער ליכטיגקייט.

• א גרעסערע aperture מיינט ווייניגער ליכטיגקייט און א קלענערע aperture מיינט מער ליכטיגקייט.


יעצט אויב פארשטייט איר גוט די קאנסעפט, דאן האט איר שוין מער ווייניגער ארויס די ענין ווייל דאס איז די עיקר פון פארטאגרעפי...

איי וועט איר פרעגן "וואס דארף איך סיי די שאטטער ספיד און סיי די aperture?", דאס איז ווייל דאס געט אייך א געוואלדיגע קאנטראל אויף די אפעקט וואס אייער בילד גייט האבן. און פון דעם גייען מיר רעדן ווייטער.

...

לאמיר רעדן יעצט וועגן modes וואס זענען דא אויפן קעמערע.
אונז גיימער יעצט רעדן פון ד פאלגענדע modes :

• (Auto (a

• (Program (p

• (Shutter priority (tv

• (Aperture priority (av

זייער מעגליך אז אייער קעמערע האט נישט ממש די mode נעמען, אבער די עיקר איז נישט וויאזוי דאס הייסט די עיקר איז וואס דאס טוט, כמעט אלע קעמערעס האבן די מעגליכקייטן, מען דארף נאר טרעפן וויאזוי מען קומט אן דערצו.

Auto איז פשוט, איר לאזט אלעס איבער פאר די קעמערע צו טוען.

Program, איר לאזט אלעס איבער פאר די קעמערע, אבער איר קענט טוישן געוויסע זאכן.

Shutter priority, איר זאגט פאר די קעמערע ווילאנג די שאטטער ספיד זאל זיין, און די קעמערע רעכענט שוין אויס די איבריגע דאס הייסט ווי גרויס די aperture זאל זיין און אזוי ווייטער.

Aperture priority , איר זאגט פארן קעמערע ווי גרויס די aperture זאל זיין, און די איבריגע רעכענט שוין די קעמערע אויס.

נ.ב. א גרויסע ישר כח פאר די אלע וואס געבן פיד בעק, דאס געט חיזוק צו שרייבן ווייטער.
פאר די וואס פרעגן מיר כסדר אין אישי צו שרייבן מער אפט, ביטע פארשטייט אז דאס נעמט צייט מסדר צו זיין און שרייבן.

הצלחה.

פרוכט
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:14 am

תגובהדורך פרוכט » זונטאג אוגוסט 28, 2011 11:26 pm

א גרויסן ישר כח נאכאמאל און נאכאמאל, מיר וועלן נישט מיד ווערן, און אזוי זאלסטו אויך נישט מיד ווערן.. בתודה על העבר ובבקשה על העתיד, קיפ איט קאמינג...
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:28 am

פרוכט האט געשריבן:א גרויסן ישר כח נאכאמאל און נאכאמאל, מיר וועלן נישט מיד ווערן, און אזוי זאלסטו אויך נישט מיד ווערן.. בתודה על העבר ובבקשה על העתיד, קיפ איט קאמינג...

+1

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:21 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 9:02 am

דו ווייסט אז מיר ליינען מיט דורשט, איז וואר?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 10:49 am

געלעגער האט געשריבן:דו ווייסט אז מיר ליינען מיט דורשט, איז וואר?

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 9:05 am

ארט אפישעל דיזיין האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:הערליך! אויב בין איך זיך נישט טועה זענען די F4 לענסעס טאקע סאך טייערער

יא יא, דאס איז אויך א חלק אויף וואס מען צאלט.



איך דענק אז די טיפיקל זאםם לענס וואס קומט מיט די קאמערע קען גיין F4 אויך

די קענסט אבער נישט מאכן קיין נאנטע בילדער. נאר 18mm

אזוי מיינעך. כאב נישט דא מיין קאמערא אין פארנט פון מיר

דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

תגובהדורך דער גראפיסט » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 10:27 am

די טייערסטע לענסעס זענען די F1.2 אדער F2.8
אבער פאר לאנגע זום קען מען צאלן נאך טייערער

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2011 3:06 pm

א גוט געבענטשט יאר!
צוגעלייגטע
shoona toiva.jpg

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » זונטאג אוקטובער 02, 2011 10:09 am

זייער רייך

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » מאנטאג ינואר 02, 2012 12:43 am

חלק ד'

שלום עליכם חבירים!

שוין לאנג נישט געשריבן... דאס איז ווייל איך האב פשוט נישט געהאט קיין צייט, אזויווי מען בעט מיר כסדר און אישי איך זאל ווייטער פארזעצן האב איך מיר געמאכט אביסל צייט און מיר וועלן ווייטער שרייבן.

---

"שאטטער ספיד"

יעצט אז מיר ווייסן שוין וואס "שאטטער ספיד" און "Aperture" איז וועלן מיר יעצט א דורך גיין וואספארא עפעקט דאס געט צום בילד.

שאטער ספיד מיינט די לענג וואס די שאטער איז אפען.

דאס הייסט אז א לאנגע שאטטער ספיד וועט אויפכאפן א לענגערע צייט פון די סצענע,

דאס מיינט אז אויב מען וועט כאפן א בילד ווי א קאר פליט מיט א שטייטע שאטטער ספיד וועט מען זעהן די קאר "בלארי" (פארווישט) ווייל ווען מען האט אנגעפאנגען צו כאפן די בילד איז ער געווען איין פלאץ און ווען מען האט גענדיגט איז עס שוין געווען א צווייטע ממילא ווערט עס פארווישט.

אבער אויב כאפט מען די זעלבע בילד מיט א שנעלע שאטטער ספיד וועט מען ניטאמאל קענען זעהן אז עס פארט ווייל עס כאפט נאר אויף איין רגע און עס וועט זיין שיין שארף.

יעצט שטעלט זיך די פראגע
"פארוואס דארף מען בכלל א שטייטע שאטטער ספיד?"

שתי תשובות בדבר.

1. לייט

2. עפעקט

לייט: אויב די סצענע איז נישט גענוג ליכטיג, צי עס איז אינדרויסן ביינאכט, אדער אין שטוב מיט שוואכע לעקטער דארף מען האלטן לענגער די שאטטער אפן אז עס זאל צוקומען מער ליכטיגקייט צום סענסער.

עפעקט: אויב איר ווילט אז מען ווען איינער גייט קוקן אויף די בילד זאל ער פארשטיין אז די אביעקט אדער סצענע איז געווען ריקעדיג.

דא האט איר בילדער ווי איר קענט זעהן די חילק פון די עפעקטס.


fast shutter speed.jpg
fast shutter speed.jpg (94.13 KiB) געזעהן 4070 מאל

שנעלע שאטטער ספיד


Fast Shutter_speed_waterfall.jpg
Fast Shutter_speed_waterfall.jpg (80.24 KiB) געזעהן 4070 מאל

שטייטע שאטטער ספיד


מען דארף דא אנמערקן אז נישט מיט יעדע שאטטער ספיד קען מען כאפן בילדער מיט די הענט (הענד העלד), אויב וויל מען כאפן א בילד מיט א שטייטע שאטטער ספיד מוז מען נוצן א "טריי פאד", ווייל עס איז אומעגליך צו האלטן א קעמערע און די האנט גראד מער ווי עטליכע סקונדעס, און אויב ריקט זיך עס ווערט די בילד בלורי.

ווי שטייט קען מען גיין מיט די שאטטער ספיד אן דארפן נוצן א טריי פאד?

דאס איז א שווער צו זאגן א כלל, ווייל יעדער מענטש איז אנדערש. אבער די אנגענומענע נומבער איז אז ביי א זעכציגסטל פון א סקונדע איז שוין זייער נידריג צו האלטן און די האנט .

יעצט וועט איר פארשטיין פארוואס זייער אסאך מאל ווען מען כאפט אין שטוב בילדער פון די קליינע איז דאס בלורי, דאס איז ווייל אין רוב שטובער זענען דא שוואכע לעקטערס (פאר די קעמערע) ממילא ריקט זיך אראפ די שאטטער ספיד און ווייל די קינדער רוקן זיך ווערט דאס בילד פארווישט.

די עצה דערצו איז אז מען זאל זיכער מאכן אז די קעמערע איז אנגעשטעלט אויף א שנעלע שאטטער ספיד (ביי די פשוטע קעמערעס איז דא א ספעציעלע סעטינג "קידס ענד פעטס").

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג ינואר 02, 2012 2:07 am

געוואלדיג!!!!!

יישר כח פארן ארןיפלייגן בילדער.
סהעלפט אסאך צום פארשטיין.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
דווקא'ניק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 12:05 am

תגובהדורך דווקא'ניק » מאנטאג ינואר 02, 2012 1:36 pm

wow! נישט באמערקט די אשכול, גיימער אנהייבען פון אנפאנג...
יעצט וועל איך דיר צייגן!!!

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מאנטאג ינואר 02, 2012 1:37 pm

זייער שטארק יושע פישל, כמיין ארט אפישעל
ס׳איז געשמאק צום ליינען און געשמאק צו דיסקאווערן די פרישע ענינים (הגם איך בין נישט אזוי ווייט אריינגעטוהן אינעם פאטאגראפי ליין)
איין שאד איז נאר, אז דער אשכול ווערט אפדעיטעד איינמאל אין אפאר חדשים...

קיפ איט אפ יושע... דער עולם האט שטארק הנאה

אוועטאר
אורחאפורחא
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » מאנטאג ינואר 02, 2012 10:36 pm

ישר כוח פאר דיין נוצבארע און וויסנשאפטליכע לעסנס.

קיפ אפ יור גוד ווארק...

ישר כוח
הק' אורחא
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג ינואר 03, 2012 12:30 am

הערליך באשריבן און גאר קלאר אראפגעלייגט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג ינואר 03, 2012 12:49 am

הערליך איז די ווארט!!!
איך מיין עס איז געשריבן מיט א שטייטע שאטטער.....

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » דינסטאג ינואר 03, 2012 3:35 pm

איך האב הנאה אז דער עולם האט הנאה...

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג ינואר 03, 2012 3:37 pm

זייער שיין

כאב גראדע געכאפט עטליכע סלא שאטער בילדער און לאנדאן


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט