בד"ה דער ריז פון ספרים דעקלעך: ר' חיים מושקין ז"ל
די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact
-
- שר מאה
- תגובות: 108
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2009 1:18 pm
בד"ה דער ריז פון ספרים דעקלעך: ר' חיים מושקין ז"ל
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=25902
ר' חיים מושקין ז"ל איז היינט אוועק. זיין נאמען קען אפשר זיין אומבאקאנט, אבער ער האט ממש געטוישט די שיינקייט פון ספרים דעקלעך, ספרים שאפעס האבן באקומען אן אנדערע בליק אין די לעצטע צענדליגע יארן וואס ער איז געווען אין די ליין.
עס וועט זיין אוממעגליך אויסצורעכענען די אלע ספרים וואס ער האט אויסגעשטעלט די קאווער. פאר כפתור ופרח פלעגט ער מאכן זייער אסאך.
עס ממחיש צו זיין וועל איך אים מעגליך מדמה צו זיין טיילווייז צו ווקסברגר וואס האט ממש געטוישט די עיצוב אין די חסידישע וועלט.
ר' חיים איז געווען זייער א פריינדליכער מענטש, גערעדט א היימישע אידיש. זיינע דעקלעך וואס פארמאגן פילע ארנימענטן און באצירונגען זענען אלעס געמאכט געווארן דורך אים יעדן פיצינקע דעטאל, ער האט ממש גארנישט גענומען פון שאטערסטאק צו פון אנדערע פלעצער. ער איז געווען א מומחה עצום אין צוזאמענשטעלן וואונדערבארע אויגפארכאפענדע קאמבינאציעס פון קלענערע ארנימענטן, וואס מען זעט היינט אויף די אינעווייניגסטע זייט פון אסאך ספרים (וואו אויבן אויף די לינקע זייט געפונט זיך א ליידיגע פלאץ געאייגנט אריינצושרייבן די נאמען, און אונטן געפונט זיך די נאמען פון די מכון וכדומה). זיינע טאלאנטן זענען געווען אויסערגעווענליך.
אינעם רוחניות'דיגן טייל, איז אים זיכער צו פארדאנקן טויזנטער שעות פון לימוד התורה וואס מענטשן האבן געלערנט אין ספרים בלויז ווייל זייער שיינע אויסקוק און געשמאק, וואו ר' עקיבא אייגר שרייבט שוין אין די שבח פון דרוקן "שיינע" ספרים אז מען זאל ווילן לערנען דערין.
יהא זכרו ברוך.

- מר. פאטאשאפ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3278
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
- פארבינד זיך:
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2550
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- משה פאלאפל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 471
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12854
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
נישט געוויסט אוו נישט געהערט; געמוזט מיינען אז שיינע דעקלעך וואקסען אויפען בוים. ברענג אונז ביטע א פאר דעקלעך לדוגמא. אויך, אפשר קען איינע פון אונזערע טאלאנטפולע ארטיסטען עפענען א אשכול אויף דער נושא פון ספרים דעקלעך, פאפיער, וכו'. אזוי ארום, ווער עס וויל ארויס געבען א שיינע זאך זאל זיך באקענען מיט א נושא וואס ווייניג (גם אני בתוכם) זענען באקאנט.
מען דארף נישט זיין א מבין צו גוט שטיקעל קוגעל; מען דארף אויך נישט זיין א מבין צו א שיינע דעקעל פון א ספר; אז עס איז שיין איז עס שיין. אבער פארט, איז כדי צו פארשטיין וואס מאכט א ספר טייער געדריקט און געשמאקער צו לערנען אין דעם.

עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN האט געשריבן:נישט געוויסט אוו נישט געהערט; געמוזט מיינען אז שיינע דעקלעך וואקסען אויפען בוים. ברענג אונז ביטע א פאר דעקלעך לדוגמא. אויך, אפשר קען איינע פון אונזערע טאלאנטפולע ארטיסטען עפענען א אשכול אויף דער נושא פון ספרים דעקלעך, פאפיער, וכו'. אזוי ארום, ווער עס וויל ארויס געבען א שיינע זאך זאל זיך באקענען מיט א נושא וואס ווייניג (גם אני בתוכם) זענען באקאנט.
מען דארף נישט זיין א מבין צו גוט שטיקעל קוגעל; מען דארף אויך נישט זיין א מבין צו א שיינע דעקעל פון א ספר; אז עס איז שיין איז עס שיין. אבער פארט, איז כדי צו פארשטיין וואס מאכט א ספר טייער געדריקט און געשמאקער צו לערנען אין דעם.
וואס הייסט די שלחן ערוך צורת הדף, ש"ס ווילנא, זייער משנה ברורה, עיין יעקב, וכו' דאכט זיך מיר די ארטרסקרול ש"ס וכו'
די איידיע אז א דעקל זאל זיין צוטיילט און צוויי אזוי ווי די ש"ס ווילנא קומט דאך פון ר' חיים
אסאך אסאך מער אבער איך האב נישט קיין כח יעצט צו טראכטען וואס צו שרייבען ווען מען רעדט פין א ריז אין די פעלד
משה יענקל האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:כ'האב נישט משים לב געווען צו דער נאמען, און (פארדאן מיי איגנארענס) וואס מיינט אז א דעקל איז צוטיילט אין צוויי?
אזוי ווי די שלחן ערוך צורת הדף ש"ס ווילנא משנה ברורה עמוד השלחן וכד.
האסט נישט מסביר געווען, וואס מיינט דאס א דעקל וואס איז צוטיילט אין צוויי?
הנותן לשכוי בינה...
- להגדיל שמו
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3188
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אין פלאץ
תרנגול האט געשריבן:משה יענקל האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:כ'האב נישט משים לב געווען צו דער נאמען, און (פארדאן מיי איגנארענס) וואס מיינט אז א דעקל איז צוטיילט אין צוויי?
אזוי ווי די שלחן ערוך צורת הדף ש"ס ווילנא משנה ברורה עמוד השלחן וכד.
האסט נישט מסביר געווען, וואס מיינט דאס א דעקל וואס איז צוטיילט אין צוויי?
אז עס האט צוויי סעקשאנס, [עס איז שוין היבש ארויס פון סטייל].
ווי למשל די ש"ס ווילנא איז די גאנצע דיזיין אויף די לינקע זייט.
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 26030
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
משה יענקל האט געשריבן:תרנגול האט געשריבן:משה יענקל האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:כ'האב נישט משים לב געווען צו דער נאמען, און (פארדאן מיי איגנארענס) וואס מיינט אז א דעקל איז צוטיילט אין צוויי?
אזוי ווי די שלחן ערוך צורת הדף ש"ס ווילנא משנה ברורה עמוד השלחן וכד.
האסט נישט מסביר געווען, וואס מיינט דאס א דעקל וואס איז צוטיילט אין צוויי?
אז עס האט צוויי סעקשאנס, [עס איז שוין היבש ארויס פון סטייל].
ווי למשל די ש"ס ווילנא איז די גאנצע דיזיין אויף די לינקע זייט.
דאס?

זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.
צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט