-
ציטיר
-
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך לאדיךארויס »
איך קלער אז דאס קען זיין בייהילפיג פאר מענטשן וואס באנוצן זיך נאר מיט פאטאשאפ און נישט איליסטרעיטאר:
ווי באקאנט איז פאטאשאפ יעדע פייל צאמגעשטעלט פון פיקסעלס. אפילו ווען מען טייפט אותיות זעט מען אויפ'ן פייל ווילאנג מען איז אויף פאטאשאפ, פיקסעלס. דער אמת איז אבער אז די אותיות זענען פיקסעלד נאר ווילאנג זיי זענען אינעם פאטאשאפ פייל. ווען מען מאכט א פי די עף אדער מען פרינט עס אויף א גרויסע סיין וועלן די אותיות זיין געהעריג קלאר.
וואס טוט זיך אבער אז מען וויל בייגן אן אות לויט וויאזוי מען וויל (TRANFORM) דאן קען מען ביי אותיות נאר מאכן SKEW. אנדערש ווי א רעגולער פיקסעלד בילד וואס מען קען אויך מאכן PERPECTIVE און WARP.
וואס מען טוט געווענליך אין אזא פאל, מען מוז רעסטערייזן די אות, דהיינו מען מאכט עס זאל זיין טויט אזויווי א בילד.
שאפט זיך אבער א פראבלעם אז עס ווערט פיקסעלד און פארשטייט זיך פאר א לאגא איז עס בכלל נישט קיין רעדע.
איז וואס דארף מען טון?
געדענק! RASTER מיינט פיקסעלס און VECTOR מיינט א פאלשן בילד וואס דו קענסט אויפבלאזן וויפיל דו ווילסט.
יעצט ווען דו ענדיגסט מיטן טייפן, גיי צום לעיער פענעל, רייט קליק אויפ'ן לעיער, איז דא אן אפשען RASTERIZE TYPE, דאס זאלסטו נישט טאטשען ווייל עס גייט דיר מאכן פיקסעלס.
וואס יא? עס איז דא אן אנדער אפשען, CONVERT TO SHAPE. דאס מאכט אז דער טעקסט ווערט אזויווי א VECTOR FORMAT דהיינו דו קענסט נישט מער עדיטן דער טעקסט אבער ער בלייבט און א הערליך קלארן פארמאט.
אויך קומט עס צוניץ ווען מען וויל סעיוון א פי די עף מאכט זיך אסאך מאל פראבלאמען אז דער פי די עף פארפארט דער טעקסט אינגאנצן, למשל אויב מען האט TYPE אויף א PATH דאן וועט דער פד"ף אינגאצן צומישט און ער שפרונגט אותיות, דאן איז גוט אז ווען מען סעיווט דעם פייל עז עי פד"ף מאכט מען מיטן טעקסט א SHAPE.
דעם פאלגענדן אויסשטעל קען מען נישט מאכן מיט א רעגולער פאראגראף פון אותיות. מען מוז אים מאכן פאר א SHAPE
-
אטעטשמענטס
-