בלאט 1 פון 2

די ווערק פון ר' יואל פעלדמאן ז"ל פון סקווירא

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 2:01 pm
דורך אורחאפורחא
ברוך דיין האמת פעלדמאן די בעל הבית פון פעלדמאן גרעפיקס פון סקווירא 29 יאר נפטר געווארן

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 2:03 pm
דורך אורחאפורחא
ער פלעגט מאכן הערליכע גרעפיקס, רבותי דאס העלפט נישט מען דארף זיך נעמען אין די האנט אריין

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 2:22 pm
דורך גיט געזאגט
ברוך דיין האמת

אורחאפורחא האט געשריבן:ער פלעגט מאכן הערליכע גרעפיקס,



ווי אזוי האט ער זיך געריפען?

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 2:28 pm
דורך אורחאפורחא
איינע פון זיינע עדס

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 3:37 pm
דורך חידוש נפלא
וואס איז געווען מיט אים, נעבעך אזוי אינג, איז זיין טאטע דער באקאנטער גאון ר' בנציון פעלדמאן פון מאנסי? וויפיל נאך יואל'ס לבהחל"ח איז דא אין סקווירא?

ברענגסט אביסל הספדים אויף אן אדם כשר

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 3:42 pm
דורך מאנאגרעמס
וואו זעסטו אז ער האט געהייסן יואל?

(נאך אלעם, ער איז נישט דער ערשטער און בפשטות נישט דער לעצטער צו אנטלויפן אזוי געשווינד. שוין געזען אנדערע אויך - לאו דוקא גרעפיקער.)

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 4:06 pm
דורך נחמן נתן
א באמערקונג פאר פרעמדע ליינער: אינעם ברוך דיין האמת אשכול, האט מען געשריבן וועגן איהם.
אין דעם פארום האט מען געשריבן וועגן איהם צוליב דעם וואס ער האט עוסק געווען אין גראפיק און דיזיין. דברי הערכה זאלן געשריבן ווערן על מקומם הנכון אינעם בד"ה אשכול. א דאנק.

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 4:14 pm
דורך פאכמאן
ברוך דיין האמת. אזא שווערער אומגליק, אזוי יונגערהייט. זאל השי"ת טרייסטן די צעבראכענע משפחה.

---

האט ער געהאט א ניק דא? (גילוי איז נאך שייך?..)

---

אפשר איז פאסיג אז די "גרעפיקער" זיך מקבל זיין א קבלה טובה לעילוי נשמתו?

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 4:23 pm
דורך מאנאגרעמס
פאכמאן האט געשריבן:אפשר איז פאסיג אז די "גרעפיקער" זיך מקבל זיין א קבלה טובה לעילוי נשמתו?


אפשר וואלט געווען א גוטע עצה אז די גרעפיקער דא זאלן מאכן עפעס גרעפיקס לשם מצוה - לע"נ.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 1:28 pm
דורך artificial
די א.ד. סקווירא עד

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 1:51 pm
דורך שוועמל
מאנאגרעמס האט געשריבן:
פאכמאן האט געשריבן:אפשר איז פאסיג אז די "גרעפיקער" זיך מקבל זיין א קבלה טובה לעילוי נשמתו?

אפשר וואלט געווען א גוטע עצה אז די גרעפיקער דא זאלן מאכן עפעס גרעפיקס לשם מצוה - לע"נ.

אפשר וואלט געווען א גוטע עצה אז די קונדן זאלן זיך נעמען ערליך באצאלן די גראפיקער פאר זייער ארבעט - לע"נ.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 2:13 pm
דורך דארפסמאן
או שוועמל, אפשר זאלסטו אראפ לאזען די פרייז פאר די צדקה גרעפיק

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 2:20 pm
דורך משיח
ר' יואל ע"ה, ביי א משפחה שמחה,
מיט זיין עלטסטע זוהן, הילד יניק וחכים כמר מרדכי דוב ני"ו,
עטליכע שעה איידער אריין אין שפיטאל.

אוי, ווי נעמט מען צוריק דעם שמייכל, די חן, די גוט הארץ!!!


IMG_0320.jpg
IMG_0320.jpg (11.46 KiB) געזען 4729 מאל

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:34 pm
דורך צים פינטעל
דער אינגל שמייכלט, ער חלומ'ט נישט וואס גייט געשעהן
אוי טאטע זיסער, וויפיל איז דער שיעור,?!!!!

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 9:17 pm
דורך סימקאוויטש
יויש! מי יתן לנו תמורתו!!!!

געקענט די נפטר פון דער נאנט, אוי אוי

(נעכטן האבעך נישט געקענט ארבעטן א גאנצן טאג וועגן די שרעקליכע בשורה)
אגב פלעגט ער מאכן גרעפיק 'מלכותדיג' איינס אין דער וועלט

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 9:20 pm
דורך שטארק זיך
דער עולם רופט עס דא מלכות'דיג, איר מיינט דאס זעלבע ווי איך, אז ס'האט שטארק דעם וואקסבערגער חן?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2010 8:19 am
דורך פריילאך
אוי משיח.

די האסט מיך צוריסן אויף שטיקער, יוווש איך בין אויך אריינגעפאלן צו די חתונה.

אוי איז ער ארום מיט א שמייכל, איי איי ווער האט געחלומט...

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2010 9:22 am
דורך בן בוזי
ב"ה

ב' אדר שנת תש"ע לפ"ק


ידידיי היקרים שי', אין די טעג ווערט אויף געשטעלט א קרן יתומים דורך געניטע עסקנים ווי זיי האפן בעז"ה צוזאמען צו קלייבן די סומע פון א האלבער מיליאן דאללער וועלכע זאל קענען דעקן די הוצאות פון אויסהאלטן די אלמנה והיתומים און זיי קענען מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.

מי כעמך ישראל? און די לעצטע בלויז צוויי טעג האט מען שוין בעז"ה צוזאמען גענומען די פאנטאסטישע סומע פון א פערטל מיליאן דאללער (בלי עין הרע), אבער ווי עס פארשטייט זיך איז צוזאמען שטעלן די צווייטע העלפט שווערער ווי די ערשטע העלפט, רבותי, גארטלט אייך אהן מיט א פעסטקייט און עפענט אויף אייערע פארקלעמטע הערצער צוברייטערט אייערע הענט און פרישט אויף אייערע געמיטער, שיקט אריין אייער ברייטהארציקער נדבה צו די אדרעס פון די עסקנים.

Congregation Zichron Yakov / Feldman Fund
1 Ostereh Boulevard
New Square, NY 10977

זאל דאס זיין לע"נ ידיד נפשי ואהובי ר' יואל ע"ה בהרה"ח ר' בנציון שליט"א

הכו"ח בצער ויגון
בן בוזי

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2010 11:31 am
דורך פרעגער
פאכמאן האט געשריבן:האט ער געהאט א ניק דא? (גילוי איז נאך שייך?..)


כ'האב געקאנט דעם נפטר פון די נאהנט, און עס איז מיר עטליכע מאל אויסגעקומען צו האנדלען מיט איהם,
ער האט קיין אינטערנעט נישט געהאט!
און ווער עס ווייסט וויפיל דאס קומט צוניץ פאר גראפיקער, ווייסט וואס דאס מיינט. א חשובער עהרליכער אינגערמאן.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2010 1:52 pm
דורך צים פינטעל
טאקע א מוראדיגע זאך
אימעיל יא?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2010 1:57 pm
דורך דער גראפיסט
סמאכט נישט קיים סענס ער זאל נישט האבן קיין אינטערנעט ווייל ער האט סיי געדארפט שיקן איצעלס פאר קליענטן ווי אויך דאונלאדען בילדער מיט זאכן

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2010 2:54 pm
דורך מצב
דער גראפיסט האט געשריבן:סמאכט נישט קיים סענס ער זאל נישט האבן קיין אינטערנעט ווייל ער האט סיי געדארפט שיקן איצעלס פאר קליענטן ווי אויך דאונלאדען בילדער מיט זאכן

יא ער האט נישט געהאט קיין אינטערנעט אי-מייל האט ער יא געהאט .
בילדער פלעגט ער מאכען אליינס.
אגב מיין לעצטן געשפרעך וואס איך האב געהאט מיט אים איז געווען 2
טעג פאר ער איז אריין אין שפיטאל אז ער זאל זיך לאזן קאסטן אויף פרפעסינאל בילדער
ער פלעגט מאכען גאנץ גוטע בילדער
איך וועל אין יעדר זאל פאלגן בן בוזי'ס עצה

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2010 9:26 pm
דורך ארטיסט
דער גראפיסט האט געשריבן:
סמאכט נישט קיים סענס ער זאל נישט האבן קיין אינטערנעט ווייל ער האט סיי געדארפט שיקן איצעלס פאר קליענטן ווי אויך דאונלאדען בילדער מיט זאכן

OUTLOOK ?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2010 11:15 pm
דורך your friend
זוי אויך האט ער פאר קיין געלט אין די וועלט נישט זיך ארום געשפילט מיט בילדער וואס עס איז דא דערויף פרויען! ער איז געווען א גרויסע ספעציעליסט זיך ארום צו שפילן מיט בילדער.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2010 11:18 pm
דורך your friend
שטארק נזהר געווען בממון חברו