אייוועלט גרעפיק פארמעסט #2 סקיי-ליין - די דעבאטע

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

אייוועלט גרעפיק פארמעסט #2 סקיי-ליין - די דעבאטע

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:36 pm

דא זענען די אויסגעארבעטע בילדער וואס אונזערע גרעפיק מעמבערס האבן אריינגעשיקט.

מיר טוען זיך באדאנקען פאר די וועלכע האבן אנטייל גענומען אין דעם פארמעסט, להגדיל הפארום ולהאדירה.

מיר טוען זיך באדאנקען פאר שמערי בערי אן אים וואלט דער פארמעסט נישט אנגעקומען ביז אהער

אין דעם אשכול וועט מען קענען דעבאטירן די בילדער, מען בעט זייער שטארק אז קיינער זאל נישט שרייבן וועלכע ניק האט געמאכט וועלכע עד, אפילו מען ווייסט...

ווער עס פילט אז זיין בילד דארף א שטיקל הסבר זאל ער שיקן דעם הסבר צו
watercomputers+farmest@gmail.com
אזוי וועלן מיר עס ארויף לייגן אין א שפעטערדיגע תגובה

די וואס האבן שוין געשיקט א הסבר וועט עס אי"ה נאכקומען

די דעבאטע וועט זיך ציען ביז קומענדיגע וואך מאנטאג 7:00 אווענט, דערנאך מען עפענען א אשכול מיט א סקר וואו מען וועט קענען שטימען אויף די בילדער.


נאמבער 1 - א שטאט פון קרעיאנ'ס
בילד
זעה פולע רעזעלושען

נאמבער 2 - א שטאט פון עלעקטעראניק'ס
בילד
זעה פולע רעזעלושען

נאמבער 3 - א שטאט פון עסן
בילד
זעה פולע רעזעלושען

נאמבער 9 - א שטאט פון טעטריס (די געים)
בילד
זעה פולע רעזעלושען

נאמבער 4 - א שטאט פון איי וועלט פארום'ס
בילד
זעה פולע רעזעלושען

נאמבער 5 - א שטאט פון לעגאו'ס
בילד
זעה פולע רעזעלושען

נאמבער 6 - א שטאט וואס א מעלער האט עס אפגעמאלן פון זכרונות
בילד
זעה פולע רעזעלושען

נאמבער 7 - א שטאט פון פאראגראפן
בילד
זעה פולע רעזעלושען

נאמבער 8 - א שטאט אין גוגעל
בילד
זעה פולע רעזעלושען
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:41 pm

wow

מעכטיגע סחורה איינס ביי איינס...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:50 pm

משה קאפויער האט געשריבן:ביי די שטאט פון "פערעגראפן" וועלכע איז גראדע גאנץ א גוטער פייבאל, באדערט מיר אבער שטארק די לינקע פערעגראף בילדונג, וועלכע איז בצורת שתי וערב.

זאל ער עס איבערשיקן און איך לייג עס איבער
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:51 pm

thefact האט געשריבן:דא זענען די אויסגעארבעטע בילדער וואס אונזערע גרעפיק מעמבערס האבן אריינגעשיקט.

ווער עס פילט אז זיין בילד דארף א שטיקל הסבר זאל ער שיקן דעם הסבר צו

די וואס האבן שוין געשיקט א הסבר וועט עס אי"ה נאכקומען



אויסערגעווענליך! קומט נאך?
איך קען קוים ווארטן, די יעצטיגע איז באמבאסטיש.

וואס מיינט אז א בילד דארף א שטיקעל הסבר?
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:52 pm

מורדי'ג שיין איינס נאכן אנדערען נומער איינס געפעלט מיר מורדיג!!! 
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:54 pm

פששששששששששש. אזאלעכע סחורה

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:55 pm

א הסבר אויף נומבער 6

קאוד: וועל אויס אלע

אין דעם בילד ווערט געזען ווי א מעלער מאלט אפ זיין זכרונות פון די שטאט ווי ער איז אויפגעוואקסען, קיין סאך געדענקט ער נישט פון דארט, ער געדענקט נאר די בעיסיק סקייליין אבער די זכרונות זענען איינגעהילט אין א וואלקן.... עס פארט שוין אוועק, אויבן שרייבט ער אפ די ביסל געדאנקען וואס באגלייטען אים....
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:59 pm

גימעל האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:דא זענען די אויסגעארבעטע בילדער וואס אונזערע גרעפיק מעמבערס האבן אריינגעשיקט.

ווער עס פילט אז זיין בילד דארף א שטיקל הסבר זאל ער שיקן דעם הסבר צו

די וואס האבן שוין געשיקט א הסבר וועט עס אי"ה נאכקומען



אויסערגעווענליך! קומט נאך?
איך קען קוים ווארטן, די יעצטיגע איז באמבאסטיש.

וואס מיינט אז א בילד דארף א שטיקעל הסבר?

אמאל קען איינער מסביר זיין פארוואס זיין בילד איז מער ספעציעל למשל ווי אזוי ער האט עס געמאכט וכו' וכו' אזוי קען ער אומדירעקט קאמפיינען אז מער מענטשן זאלן שטימען פאר זיין בילד

און אזוי ווי מיר וויל די מחברים זאלן בלייבן אנאנים ביז נאך די שטימען דעריבער זאל מען דעם הסבר נישט אליין שרייבן נאר שיקן צום אויבן דערמאנטן אימעיל
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 4:04 pm

דאס מיינט אז דא גייט מען נישט קוקען בלויז אויפן מחבר'ס גראפישע קענטעניסן, און ארטיסטישע חוש. איינער מיט א שטערקערע שרייב טאלאנט קען גאר געווינען איבער א שענערע דעזיינער מיט א שוואכערע כח הכתיבה, האב איך גוט פארשטאנען?
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג פאברואר 09, 2010 4:08 pm

לפענ"ד דארף א בילד רעדן מער ווי טויזענד (1,000) ווערטער, א קעפל ממילא, אבער הסבר??
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 09, 2010 4:14 pm

גימעל:
יענער דארף נאר שרייבן די טרוקענע פאקטן ווייל ווען די פאקט שרייבט עס איבער וועט ער ממילא נוצן זיין אויסער געווענליכע שרייב טאלאנט און שטארקער כח הכתיבה... :lol:
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 09, 2010 4:15 pm

וואס איז שייך צו דעבאטירן אן זאגן וועלעכער עס קוקט אויס דאס בעסטע און וועלעכער עס געפעלט מיר דאס מערסטע?

צום אלעם ערשט. נומער 1. די קרעיאנס געפעלט מיר מורא'דיג די איידיע און די ארבייט דארט, אנגעפאנגען פון יעדן דיטעל. בנינים, שיף, די געיט ארום, און יעדען קרעיאן ביזן פעינטן דעם הימל מיטן קרעיאן.

נומער 2. די עלעקטעראניקס. גאר א גוטער איידיע. אויסגעשטעלט עלעקטעראניקס פון אלע מינים און סארטן און ווי ער שפיגעלט זיך אפ אזוי שיין אונעם וואסער. נאר עס וואלט מעגליך געדארפט זיין קלענער און ווייטער.

נומער 3. עסן. אךךך.. ער מאכט מיר הונגעריג. ער ברענגט מיר אריין אין א ווינטערדיגער אטמעספערע. איך מיין אבער אז פרעפארשענעל וואלט אלעס געדארפט זיין קלענער קעגן די אייז בערג. אויך פון דערווייטענס מער.

נומער 4. די שטאט פון פארום'ס. דאס איז דאך ממש אייוועלט בבנינה! ער האט אבער פארגעסן צו מאכן די וואסער זאל אפשפיגלען די פארום'ס אנשטאט שפיגעלט עס אפ די בנינים וואס עס איז דארט געליגן פון בעפאר.

איבער די אנדערע. מארגן אי"ה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 09, 2010 6:34 pm

איך בין געווארן פארקויפט ביים זעהן דאס ערשטע בילד, און איך האב אלע צוגעשטעלט צום ערשטן צו זעהן אויב דאס ערשטע שטייגט זיי איבער, און איך מיין אז ער איז ארויס א זיגער.

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג פאברואר 09, 2010 6:39 pm

יאפס. דער ערשטער איז #1! ;l;p-

אלע דיטעילס, אלעס קלאפט הערליך! די שיף? שיעור האבעך נישטאמאל באמערקט אז דאס איז אויך פון קרעיאן. די פעינט אויף די הימל, בקיצור: געוואלדיג.

(אגב, די לינקע זייט זעהט אויס ווי א מיסל סיסטעם)

א אפשאצונג אויף די איבריגע וועט מעגליך נאכפאלגן.

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג פאברואר 09, 2010 6:47 pm

כ'באמערק יעצט אויף בילד נומער 2, אז ער האט אריינגעלייגט גאנץ א פיינעם ארבעט אין די view, אז אלע רעכטע גייען שיף פון אויבן, לינקס אראפ. און אלע לינקע גייען רעכטס אראפ. פיין פיין.

בעצם איז ער בכלליות אויך הערליך, גוטע איידיע, מיט אין הערה האט מיך צייטליך אויסגעכאפט, אז עס דארף ווען זיין מער פון ווייט.

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

תגובהדורך סימקאוויטש » דינסטאג פאברואר 09, 2010 7:16 pm

אז די רעדסט פון נומער 2, די דיטעילס זענען זייער זייער שוואך, גיב א קוק אויף די היי רעז. פון די בילד וועסטו זעהן אפגעהאקטע בנינים

משא"כ נומער 3 איז מורא'דיג דיטעילט

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 7:28 pm

זיי דיר בעסער מסביר סימקאוויטש.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

תגובהדורך סימקאוויטש » דינסטאג פאברואר 09, 2010 7:39 pm

די קליינע בנינים וואס מען זעהט פון אונטען ביי נומער 2 זעהט נישט אויס גוט צוזאמען מיט די גאנצע בילד, און בכלל אסאך עלעקטראניקס זענען שיף אראפגעלייגט, טאקע מיט א בלויזע בליק זעהט עס אויס זייער שיין, אבער ווען מען גייט אריין אין דיטעילס איז עס נישט ספעציעל

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג פאברואר 09, 2010 7:53 pm

אלע זענען שיין, אבער דערווייל גיי איך קרעיזי פאר 1, 3, 7.

דערנאך קומט 5 און 9.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 8:10 pm

די שטאט פון לעגגאס האט עפעס א שייכות צו לעגאס אחוץ די וואנט?

פארשער
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובהדורך פארשער » דינסטאג פאברואר 09, 2010 10:26 pm

הערליכע סחורה איינס ביי איינס, איך האב יעצט געסעיווד אלע בילדער אלץ סקרין סעיווערס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 09, 2010 10:33 pm

WOW!!!

איינס ביי איינס גוטע איידיעס.

אין מיינע אויגן איז #1 די שענסטע, און היבש קריעיטיוו, אבער ס'דא וואס זענען מער קריעיטיוו, למשל די עלעקטעראניק'ס איז זייער קריעיטיוו, אבער נישט אזוי שיין, די בילד פון אייוועלט אשכולות איז אויך זייער קריעיטיוו... און ס'דא נאך.

ס'נאך שווער מחליט צו זיין.

ווען כעל זיין ביי א קאמפיוטער, וועלעך קוקן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מיטוואך פאברואר 10, 2010 9:15 am

#1 איז מיין פעיוואריט. שיין, קלאר און קריעיטיוו. איך האב שטארק הנאה פון די דיטעילס וואס ער האט אריינגעלייגט. גיב א קוק אויף די רויטע CONE וואס שטעקט זיך ארויס פונעם וואסער...
#7 געפעלט מיר אבער עס איז דאך נישט קיין סקיי ליין.

(מ'מעג דא הויך געססן ווער ס'האט געמאכט וואס?)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך פאברואר 10, 2010 9:44 am

מאנאגרעמס האט געשריבן:(מ'מעג דא הויך געססן ווער ס'האט געמאכט וואס?)

ניין
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך פאברואר 10, 2010 9:57 am

איך גיי קרעיאן (אנטשולדיגט קרעזי), פאר די ערשטע.

8 איז אויך פיין, איך וואלט עס נאר ענדערש אריינגעלייגט אין א געים בוי, און געמאכט אלעס איין קאליר אזוי ווי אין די געים.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט