הלכות לאגא

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

הלכות לאגא

תגובהדורך סימקאוויטש » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 2:38 pm

בעפאר די פאנגסט נאך אן צו מאכן די לאגא נעם אין אכט, וואס איז די קאמפעני וואס איך גיי יעצט פרעזענטן? איז דאס א זאך, אדער א מענטש? מאכן זיי פראדוקטן, אדער שטעלן זיי צו סערוויס? וועמען ווילן זיי, ווער איז זייער מארקעט?

ווען די טרעפסט דיין קליענט צו מאכן זיין לאגא, איז די מערסט וויכטיגסטע זאך אים אויסצוהערן, רעדט ארום מיט אים צו וואס די ווילסט אנקומען מיט די דעזיין ( וואס דאס איז אנדערש ווי פון וואס די דעזיין זאל אויסזעהן) שרייב דיך אראפ , קורץ, און ניץ קלארע העדליינס און בוללעטס

PROJECT DESCRIPTION - א קורצע באריכט פון וואס מען רעדט דא, וואס איז די קאמפאני
AUDIENCE - א בילד וואס האט א מיינונג און ברענגט עפעס ארויס,קען טאקע זיין פאר געוויסע מענטשן וועט דאס ארויסברענגען אבער פאר די אנדערע GROUP מענטשן וועט דאס גארנישט ארויסברענגען, איז זעה צו פארשטיין צו וועלכע חלק מענטשן דאס דארף רעדן און צו עס שטימט מיט זיי (און זעה אז די ארבעטערס פון די קאמפעני זאלן זיך נישט שעמען מיט אזא לאגא)
MESSAGES- די לאגא איז א SIGNATURE און נישט א מארקעטינג פראגראם, עס דארף טאקע עפעס זאגן אבער דארף נישט פארציילן גאנצעטע מעשיות, עס קען זיי א בילד וואס זאל ארויסברענגען די פראדוקט אדער סערוויס, אדער אפילו נאר די נאמען אליינס, אבער זאל אייביג ארויסברענגן געפילן צו די קאמפאני, איז שרייב דיך אראפ אלעס וואס פאלט דיר אדער דיין קאסטומער נאר איין.
APPROACHES - יעצט רעדט ארום מיט דיין קאסטומער וואס קען ווערן געמאכט און וואס קען נישט ווערן געמאכט, און וואס איז ריכטיג און וואס נישט, ביז ענק קומען צו , צו עפעס וואס ענק ביידע ווילן , און פאנג אן דיין דעזיין מיט אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא!

עס איז פארהאן אפאר מיני לאגא'ס און נעים ברענד'ס, דהיינו:
לאגא - נעם א שעיפ, דעזיין, אבער נישט צו קאמפליקעיטעט וואס זאל האבן עפעס א שייכות צו דיין ביזנעס
לעטערמארק - נעם א אות (ר"ת פון דיין קאמפעני) און לייג אריין אין דעם (דהיינו אין די ווייסע חלק פון די אות- נעם ארויס די ווייסע חלק אין אנשטאט דעם לייג אריין) א חפץ אדער דעזיין וואס האט מיט דיין ביזנעס, אבער זעה עס זאל נאך בלייבן אנזעהבאר די אות
ווארדמארק - א לאגא אן סימבאלס און פיקטשערס הייסט א WORDMARK, נעם די קאמפאני נאמען, מאך עפעס א וואט גרויס און די איבריגע קליין, איין שורה איבער די אנדערע, מען קען דאס ארויפלייגן אויף א סאליד באקס (דאס קען ארבעטן כמעט ביי יעדע קאמפעני) זעה צו קאנדענצען (צוזאמשטיפן) די אותיות פון די נאמען
ליגעטשור- מאכן א ליגעטשור פון דיין ר"ת דהיינו צוזאם שמעלצן אפאר אותיות, מען דארף שטארק אכטונג געבן אז מען זאל זען וועלכע אותיות ליגן דא


מאכן די לאגא

1- וועקטאר, וועקטאר און נאכאמאל וועקטאר, ווייל טאמער וועסטו דאס מאכן פיקסעל בעיסט, איז ווען די וועסט דאס מאכן ריזיג וועט דאס אויסזעהן שרעקליך, און נאכמער, אפילו נעמען א ריכטיגע בילד, און מאכן פאר א וועקטאר אין איליסטרעיטאר דורך "לייוו טרעיס" וועט דאס נישט אויסקומען שיין אין די גרויסע פארמאט (אדרבה, פרוביר אויס)

2- די לאגא דארף זיין סימפל, דהיינו נישט צו אנגעפאטשקעט , פלעגס, מענטשן, וכדומה ווי מער סימפל אלץ א שטערקערע מעסעדזש וועט דאס ארויסברענגען

3- דארף זיין באלד, דהיינו עס קען זיין צוויי כמעט די זעלבע אבער ביי איינעם איז די גאנצע אנגעפילט און ביי די אנדערע האט די בארדער נאר א דינע HAIRLINE, וואס דאס מאכט עס שווער זעהן, און עס קען אפילו פארלוירן ווערן ביים מאכן צו קליין אבער משא"כ ביי די וואס די גאנצע איז אנגעפולט מיט די קאליר וועט עס ארויסשטיין גאר שטארק

4- מאך אז עס זאל ארבעטן אויף אלע סייזעס, דהיינו אפילו ווען עס איז גאר קליין זאל מען זען אז דאס איז דיין לאגא, און אפילו ווען עס איז ריזיג אויף א בילבארד זאל עס אויסזעהן שיין

5- עס זאל זיין ריכטיג פאר דעם וואס דיין ביזנעס טוט, דאס איז בעצם COMMON SENSE אבער ביי דעזיינערס און ארטיסטס קען די פשוטע זאך אסאך מאל ארויס פליען פון געדאנק, דהיינו אז ווען די מאכסט א סימבאל פאר א אירליין AIRLINE , מאך נישט א פראפעלער פליגער אפילו עס זעהט אויס מורא'דיג שיין, נאר זעה ארויסצושטעלען א JET

6- עס זאל זיין אנדערש, מאך נישט א פשוטע באקס אדער אפילו דיימאנד שעיפ באקס אין לייג אריין דיין נאמען, נאר זעה עס זאל עפעס אינטרעסאנט אבער..
א רינדעכיגע שעיפ איז זייער גוט אזוי אז די אויגן קען דאס זייער גוט אויפכאפן, אדער אפילו א לענגלעכיגע רינדיגע שעיפ
זעה נישט צו ניצן מאדנע אותיות
מאך נישט קיין ספעציעל לאנגע אדער גאר הויכע (א נארמאלע סייז איז 2X3)
זעה אז די לאגא זאל שטימען מיט די נאמען פון די קאמפעני, דהיינו די זאלסט דאס קענען צולייגן איינס נעבן די אנדערע, און עס זאל אויסזעהן גוט


מען דארף אייביג און אכט נעמען אז די לאגא וועט זיין ווי א גרונד שטיין פאר די קאמפעני, וואס וועט אייביג זיין אויף אלע זייערע זאכן,פון ביזנעס קארדס און פענ'ס, ביז ריזיגע בילבארדס, איז זעה אז דאס זאל שטיין צו אלע מיני פרינטינג געברויכן ,און אויף קליידער, און מען זאל דאס אפילו קענען מאכן פאר א ראבער סטעמפ, אבער פארשטייט זיך די וויכטיגסטע אז עס זאל אויסזעהן שיין אופן סקרין אדער פאפיר

לייג נישט אריין צו פיל דיטעיל קליינע סימבאלס, ווייל אסאך פון די קליינע אין דינע שעיפס פאלן אוועק ווען מען מאכט דאס קליין
די ווייסע אדער ליידיגע פלאץ צווישן איין שטיקל סימבאל און די אנדערע (אויב די מאכסט פארשטייט זיך) זאל זיין גענוג דיק, אז עס זאל נישט פארלוירן ווערן
גרעדיענטס, זאל מען נישט ניצן אויף אן אופן כללי, ( חוץ ווען עס איז איין גרעדיענט וואס גייט ביז עס ענדיגט זיך וכדומה, א שטייגער ווי VERIZON ) ווייל ווען מען פרינט דאס קען אסאך מאל אויף געוויסע מיני פרינטס, אראפ פאלן די לייט שטיקלעך פון די גרעדיענט, אדער דארקער ווערן די דארק שטיקלעך , וואס דאס וועט שטארק פארענדערן די לאגא (און עס קען ווערן זייער מיאוס)
אפילו נאך די האסט געמאכט א קאמפליצירטע לאגא וואס שטומט שוין מיט די אלע כללים, און עס זעהט אויס גוט, פרעג דיך אליינס אויב ווען די נעמסט ווען ארויס געוויסע שטיקלעך, אויב דאס וועט נישט שאטן (אדער נאך בעסער ארויסברענגען) דיין מעסעדזש וואס די ווילסט אז דאס זאל ארויסברענגען, דאן נעם דאס ארויס.
לייג נישט קיין דראפ שעדוי, און נאר סאליד קאלארס

זעה נישט צו מאכן אותיות פארקערט ווי אויף א שפיגל (פארשטייט זיך די גאנצע נאמען, אבער אן איינצעלנעם אות קען אויס זעהן גוט, א שטייגער ווי TOYS R US )

די קאליר'ן איז זייער א וויכטיגע זאך און לאגא'ס , פון א פסיכלאגיש'ן שטאנטפונקט האט יעדע קאליר א צווייטע באדייט, אבער פארדעם דארף מען האבן א לענגערע באשרייבונג, און אזוי ווי איך וויל נישט צוריק האלטן די באשרייבונג פון ענק טייערע חבירים, לייג איך עס שוין ארויף און אי"ה עוד חזון!

די אלע זאכן זענען נישט קיין הלכה למשה מסיני, און אויף געוויסט זאכן קען מען זיך אפשר דינגען, ממילא רויב האלטסטו אז עפעס איז נישט ריכטיג, ביטע ברענג ארויס דיינע געפילן, ש'כח

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 2:48 pm

סימקאוויטש, דו קענסט רעדן אין פאבליק אויך, אדער נאר שרייבן אונטער א פארבארגענע פסעוודאנים?

אפשר איז שוין צייט צו אראנדזשירן א "גרעפיק סעמינאר" אין די עפנטליכקייט פארן היימישן עולם?
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 2:51 pm

וואו!!! סימקא די ביסט בעסער ווי גיט פון ווי נעמסטו דאס אלעס?? :o
לעצט פאראכטן דורך קהת אום דאנארשטאג ינואר 28, 2010 6:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

תגובהדורך סימקאוויטש » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 2:52 pm

איך האלט שוין לאנג אזוי, אז מען וואלט שוין געדארפט מאכן א "היימישע גרעפיק סעמינאר" , נא אפשר איז דאס טאקע די פלאץ און די צייט אנצופאנגען צורעדן דערוועגן.

אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

תגובהדורך הויכער » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 8:33 pm

א גרויסע שכויעך הער סימקאוויטש!!

WE WANT MORE!!
WE WANT MORE!!
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 10:22 pm

wow!
איך מיין אז איך גיי אריינגיין אין די ליין
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

מבינות אויף א לאגא

תגובהדורך אינגערמאן » פרייטאג ינואר 29, 2010 9:28 am

הרב סימקאוויטש איר זענט געוואלדיג מיט אייערע פוינטס. אבער אויב מעג איך מוסיף זיין - (מחלק זיין) בהקדם מעשה שהי'

א חסיד איז אמאל אריין צום רבי'ן מיט א פערטיגן סדר היום וויאזוי ער זאל זיך פירן. פאר'ן רבי'ן איז עס זייער געפאלן, אבער ער האט צוגעשריבן צום סדר היום צוויי ווערטער: ....ופעמים להיפך....


לעניננו, איר האט זייער פיין ארויסגעברענגט ווען איינער וויל זיך זעצן צו מאכן א לאגא וויאזוי ער זאל אנהייבן פון סקרעטש. און אזוי ווייטער. אבער ווען איר וועט אייך ארומקוקן וועט איר זעהן אז רובא דרובא "גרויסע" קאמפעניס טוט זייער לאגא גארנישט פרעזענטען. און אפי' ביי די היימישע ציבור. א משל וואס פאלט מיר יעצט ביי - "זאהלער" זייער לאגא מיין איך האט נישט קיין טראפ שייכות מיט וואס זיי מאכן. נאר עס איז שוין אזוי אריינגעפראגרעמט אין די קאפ פון מענטשען ווען מ'זעהט זייער לאגא אה... ווייטעמינס.... נוטשרינעסט... וכדו'. אזוי ווי ווען מען זעהן די לאגא פון טשעיס וכדו'. (און אז מ'רעדט שוין יא פון זאהלערס לאגא איז דא א גויאישע קאמפעני וואס פארקויפט די שמעקעדיגע זאכן פאר'ו ביהכ"ס און די לאגא איז זייער ענליך צו זאהלער. און משם ראי' אז א לאגא דארף גארנישט פרעזענטען.)

על כל פנים מיין צייט איז אביסל קורץ. אבער איך זאג אייך נאכאמאל געוואלדיגע פוינטס! אבער נישט אלטץ קען מען / זאל מען זיך האלטן מיט די פוינטס.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » פרייטאג ינואר 29, 2010 9:33 am

דאס האב איך אמאל באקומען פון א טרעינינג קאמפאני, סקען צוניצקומען
צוגעלייגטע
12WeekStrategies-Logos-3921029384.pdf
(31.84 KiB) דאונלאודעד 259 מאל
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

מבינות אויף א לאגא

תגובהדורך אינגערמאן » פרייטאג ינואר 29, 2010 9:37 am

מבין - געוואלדיג. זייער אסאך פוינטס וואס שטייט דארט האט סימקאוויטש דערמאנט דא אויבן!

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » מאנטאג פאברואר 01, 2010 1:37 pm

אינגערמאן האט געשריבן:א משל וואס פאלט מיר יעצט ביי - "זאהלער" זייער לאגא מיין איך האט נישט קיין טראפ שייכות מיט וואס זיי מאכן. נאר עס איז שוין אזוי אריינגעפראגרעמט אין די קאפ פון מענטשען ווען מ'זעהט זייער לאגא אה... ווייטעמינס.... נוטשרינעסט... וכדו'. אזוי ווי ווען מען זעהן די לאגא פון טשעיס וכדו'. (און אז מ'רעדט שוין יא פון זאהלערס לאגא איז דא א גויאישע קאמפעני וואס פארקויפט די שמעקעדיגע זאכן פאר'ו ביהכ"ס און די לאגא איז זייער ענליך צו זאהלער. און משם ראי' אז א לאגא דארף גארנישט פרעזענטען.)


אוודאי האט די Zahlers לאגא מיט וויטאמינען און געווירצן, די באקס איז אין פארעם פון א בלעטל.
צוגעלייגטע
Zahlers.JPG
Zahlers.JPG (20.04 KiB) געזעהן 5213 מאל

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » מאנטאג פאברואר 01, 2010 1:41 pm

שלמי האט געשריבן:
אינגערמאן האט געשריבן:א משל וואס פאלט מיר יעצט ביי אזוי ווי ווען מען זעהן די לאגא פון טשעיס....


אוודאי האט די Zahlers לאגא מיט וויטאמינען און געווירצן, די באקס איז אין פארעם פון א בלעטל.


צאהלער האב איך אויך געטראכט אז ס'דארף זיין א בלעטל, אבער אויף טשעיס ברעך איך מיר שוין היפש לאנג.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » מאנטאג פאברואר 01, 2010 1:50 pm

געליינט אז די טשעיס לאגא רעפרעזענטירט 'סעקיוריטי און פראטעקשאן', די וועג וויאזוי די פיר שטיקלעך נעמען ארום דעם באקס.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג פאברואר 01, 2010 1:56 pm

אה. יעצט מאכט שוין סענס זייער לאגא....
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך פאברואר 10, 2010 5:35 pm

ענליך געטראפן וואס כ'האב שוין געליינט א שטיק צייט צוריק בנוגע טעותים וואס דיזיינערס מאכן מיט לאגאס.

10 Common Mistakes In Logo Design
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

תגובהדורך סימקאוויטש » זונטאג אפריל 25, 2010 8:06 am

B&A צולייגט די באוואוסטע Verizon לאגא, און וואס עס איז נישט ריכטיג דערביי.

ליינט און האט הנאה

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג אפריל 26, 2010 11:48 pm

בערך וויפיל דארף צו קאסטן א שיינע לאגא געמאכט ביי א היימישע סוחר?
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » דינסטאג מאי 04, 2010 6:12 pm

איך האב געצאלט פיר הונדערט.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך מאי 05, 2010 11:45 am

אינגערמאן
כ'מעיג פרעגן ביי וועם דו האסט עס געמאכט? און צו ס'איז געווען דיין איידיע, אדער דעם גרעפיקער'ס?

ווייל איך האב מיינס געמאכט ביי ......., און איך האב זיי געגעיבן דו פיקטשער'ס מיט דו קאלער'ס מיט דו איידיע וויאזוי עס צוזאמען צושטעלן, און כ'בין געווען צופרידן נאכן ערשטן מאל גלייך ווען ס'איז פארטיג געווארן, און באצאלט $300
לעצט פאראכטן דורך salads אום דאנארשטאג יוני 10, 2010 8:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך מאי 05, 2010 11:48 am

ער האט מיר געבעיטן קודם איבער $1000 פאר דו לאגא. ביז כ'האב אים געזאגט אז איך גיב אים אלעס, און ער זאל עס נאר צוזאמען שטעלן, בין איך אפגעקומען מיט בלויז דריי הונדערט דולר.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

תגובהדורך סימקאוויטש » דאנארשטאג מאי 06, 2010 3:29 pm

אנטשולדיגט, אבער פאר דעם זעהט דיין לאגא אויס וויזוי עס זעהט אויס, YOU GET WHAT YOU PAY FOR

ווען באצאלסטו ווען די טויזענט דאלאר וואלסטו געהאט א לאגא איינס אין דער וועלט וואס קיינער וואלט נישט געהאט די מינדעסטע קריטיק דערויף

הימל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2009 7:27 pm

תגובהדורך הימל » דאנארשטאג מאי 06, 2010 3:53 pm

אנטשולדיגט ר' סאלאטס
וואס וואלט געווען ווען איך באשטעל ביי דיר א קאנטעינער פון א געוויסע מין סאלאט, און כדי ס'זאל מיר אויסקומען ביליגער ברענג איך דיר אלע אינגרידיענדס וואס אריינצולייגן און איך בעט דיר נאר זאלט עס פשוט צוזאם מישן, וואס פאר א טעם וועט עס האבן?
כ'פארשטיי ס'וועט מיר אויסקומען ביליגער, וועט עס אבער זיין אזוי גוט ווי ווען איך לאז דיך אליין אלעס מאכן? זאג מיר די אמת

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » דאנארשטאג מאי 06, 2010 4:43 pm

הרב סאלאד, דא האסטו מיין לאגא וואס איך האב געצאלט דערפאר גאנצע 4 מאות, איך בין נאך געווען א בחור דעמאלטס, און איך האב עס גענומען גלייך נאכ'ן דיזיינען, כ'מיין צו זאגן אז כ'האב גארנישט משוגע געמאכט דער וואס האט עס געמאכט.
צוגעלייגטע
Doc1.pdf
(153.54 KiB) דאונלאודעד 214 מאל

הימל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2009 7:27 pm

תגובהדורך הימל » דאנארשטאג מאי 06, 2010 5:15 pm

אינגערמאן
פאר מ'רעדט פון די פרייז דארפסטו קודם זיכער מאכן אז די בוזט ביי א גוטע דעזיינער, און ער וועט פארשטייט זיך בעטן א טייערן פרייז,
אבער נישט אז דער כלל איז אז אויב בעט יענער טייער איז ער שוין א גוטע דעזיינער.

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » פרייטאג מאי 07, 2010 9:02 am

אינגערמאן האט געשריבן:הרב סאלאד, דא האסטו מיין לאגא וואס איך האב געצאלט דערפאר גאנצע 4 מאות, איך בין נאך געווען א בחור דעמאלטס, און איך האב עס גענומען גלייך נאכ'ן דיזיינען, כ'מיין צו זאגן אז כ'האב גארנישט משוגע געמאכט דער וואס האט עס געמאכט.

אז דאס קאסט 4 מאות, דארף א פעקל טישוס קאסטן 300 דולר!

לא יאומן..

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג מאי 07, 2010 12:13 pm

ווארום ;l;p- זעט אויס ווי ווארד ארבעט, אין בעסטן פאל קארעל... (קען זיין ער איז נאך געווען א בחור אסאך יארן צוריק, דעמאלטס איז דאס געווען די בעסטע וואס שייך... ווייסעכשויניש...).
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט