בלאט 251 פון 720

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2018 4:18 pm
דורך חלומות
;l;p- ;l;p- ;l;p-
חושב מחשבות... האט געשריבן:https://www.shutterstock.com/image-photo/cute-future-doctor-boy-clothing-on-114190909

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2018 4:24 pm
דורך טויגליכער איד
חושב מחשבות... האט געשריבן:https://www.shutterstock.com/image-photo/cute-future-doctor-boy-clothing-on-114190909

:?: :?: :?:
איר ווילט אפשר איך זאל אנהייבן לייגן לינקס פון איין עד נאכן צווייטן?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2018 6:35 pm
דורך פערדס מיניסטער
וואו זענען די GG און GB עדס?
איך זעה מען רעדט זיך אפ דערויף אבער איך זעה נישט אז איינער זאל עס האבן ארויפגעלייגט

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2018 6:53 pm
דורך כאניש וואס צו טון
פערדס מיניסטער האט געשריבן:וואו זענען די GG און GB עדס?
איך זעה מען רעדט זיך אפ דערויף אבער איך זעה נישט אז איינער זאל עס האבן ארויפגעלייגט

viewtopic.php?p=1629799#p1629799

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2018 9:06 pm
דורך קנאפער ידען
טויגליכער איד האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:https://www.shutterstock.com/image-photo/cute-future-doctor-boy-clothing-on-114190909

:?: :?: :?:
איר ווילט אפשר איך זאל אנהייבן לייגן לינקס פון איין עד נאכן צווייטן?

אריין אינעם גיור לחומרא אשכול...

Bubbys blintzes

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2018 11:25 pm
דורך איך האף
ברענגט גאר גוט ארויס די massage

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2018 12:26 am
דורך קיווי סטראבערי
פארוואס ליגט 2 גאנצע פעקלעך בלינצעס אויף די הייטשעיר?

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2018 6:27 am
דורך שמערלער
קיווי סטראבערי האט געשריבן:פארוואס ליגט 2 גאנצע פעקלעך בלינצעס אויף די הייטשעיר?

לכאורה ווייל דאס קינד גלייכט עס...

Bubbys blintzes

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2018 1:54 pm
דורך איך האף
גייט מיט Lee avenue photo's מהלך

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2018 2:49 pm
דורך שטאטסמאן
קיווי סטראבערי האט געשריבן:פארוואס ליגט 2 גאנצע פעקלעך בלינצעס אויף די הייטשעיר?


ס'קינד ברויך דאך זאט ווערן.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 17, 2018 11:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך האף האט געשריבן:גייט מיט Lee avenue photo's מהלך



גוט!!

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 12:41 pm
דורך סיז מסודר
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
איך האף האט געשריבן:גייט מיט Lee avenue photo's מהלך

גוט!!

גארנישט אזוי גוט, לי עוו. וועט שוין נישט זיין עקסקלוסיוו מיט די איידיע

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 1:04 pm
דורך ניס קראכער
איך פראביר אריין צוקריכן אין די קאפ פון לערנער שטריימלעך פארן מאכן א עד מיט א פלענע שטריימל דערויף
וואס טראכט ער איינער גייט אזוי קומען קויפן א שטריימל?
ער דארף מאכן א פיקטשער פון עפעס מאנקי אדער פון די טראמפס גרעינץ וואנט צו פון א האריקעין....
עפעס וואס זאל פערזענטן די זאך וואס ער פארקויפט
אזוי ווי אלע אנדערע שטריימל סוחרים

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:51 pm
דורך לאנדאנער
שטאטסמאן האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:פארוואס ליגט 2 גאנצע פעקלעך בלינצעס אויף די הייטשעיר?


ס'קינד ברויך דאך זאט ווערן.


ווייל איבעראל אנדערש איז פסחדיג

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2018 11:11 am
דורך קאץ און מויז
קאץ און מויז האט געשריבן:אמאל איז געווען אן אשכול אלעם ארום עדס (אבער איך קאן דאס נישט געפינען)
סא לייג איך דא די עד, ס'איז מער א קוריאזע עד אין מיינע אויגן (לייטערס סוכה סטייל)

נעקסט אין די רייע

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2018 1:37 pm
דורך קאץ און מויז
חתונה מאל

דיזיינט ביי Ad Up

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2018 3:17 pm
דורך חושב מחשבות...
;l;p-

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2018 4:33 pm
דורך אור
גאר שטארק!!

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2018 5:23 pm
דורך פערדס מיניסטער
קאץ און מויז האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:אמאל איז געווען אן אשכול אלעם ארום עדס (אבער איך קאן דאס נישט געפינען)
סא לייג איך דא די עד, ס'איז מער א קוריאזע עד אין מיינע אויגן (לייטערס סוכה סטייל)

נעקסט אין די רייע


יעצט שטימט דאס קינד! פאריגע מאל האט דאס קינד אויך אויסגעזעהן ווי א קעכער און יעצט זאגן זיי טאקע קעכער.

געשריבן: מאנטאג מארטש 26, 2018 11:03 pm
דורך שטאטסמאן
עפעס געזען אויף אידיש ווינקל איבער אן אינטערויו וואס זיי האבן מיט ברוך סעמיולס פין Media otg, וויאזוי מ'שטעלט צוזאם אן עד, און ער ווייזט דארט ווי אזוי מ'האט צוזאם געשטעלט די מהדרין פסח עד פין די יאר. ביי מיר האט זיך די בילדער נישט געלאודט.
אפשר קען עס איינער צוברענגען און דער עולם וועט הנאה האבן.
יישר כח

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2018 12:27 am
דורך Hardworker
די באדייט פון ערצייגן אן עד - אין מידיא אט"ג

אינטערסאנטע אבזערוואציע, פון ארי ווייזער, צו אידישער ווינקל.

די סעזאן צווישן פורים און פסח זענען גאר פארנומענע צייטן פאר די וואס טוען אין די ליין פון מארקעטינג. עס איז א חודש וואס יעדער מאכט סעילס, מען גייט נאך געלט פאר קמחא דפסחא, און מען דארף מאכן שיינע אדווערטייזמענטס פאר פירמעס וואס זאלן לויפן אין די צייטונגען און מאגאזינען דורכאויס די ימים טובים, ווען קויפן פובליקאציעס איז גאר פאפולער צוליב איר ברייטע אינהאלט, און פילע שעות וואס מען האט צו ליינען במשך די לענגערע יום טוב נאכמיטאגס.

מען טרעפט זיך אן אין די פאפירן מיט פילע סארטן עדס, כלל ישראל מאנגלט נישט מיט שעפערישע טאלאנטן, און מישנדיג די בלעטער קען מען באוואונדערן די כוחות וואס גרעפיקער און מארקעטינג פירמעס לייגן אריין אין די אנאנסן פאר זייערע קאסטומער. נוצנדיג געניאלע געדאנקען און טאקטיקן צו אריינברענגען אין די מוחות פון מענטשן איבער די קאמפאניס.

איינע פון די גרעסטע אידישע פירמעס וואס מאכן מארקעטינג פאר אידישע קאמפאניס, איז 'מידיא אן די גאו' באקאנט אלס Media OTG לאקירט אין וויליאמסבורג, און מיט א ריזיגער טאלאנטפולער שטאב פון שעפערישע גרעפיקער און מארקעטינג גאונים שאפט מען הערליכע עדס און קאמפיינס פאר פירמעס.

מיר האבן געבעטן ביי דער 'קריעטיוו דירעקטאר' ר' ברוך סאמיועל הי"ו ער זאל אונז מיטטיילן עטליכע בילדער פון 'הינטער די קוליסן' ביים באשאפן אן עד, און ווען מיר האבן באקומען די בילדער האט זיך ארויפגעצויגן א ריזיגער שמייכל אויפן געזיכט.

די רעדע איז פון א אן עד פאר מהדרין וואס מען האט ערצייגט לכבוד פסח, און די געדאנק דערפון איז געווארן פלאנירט נאכן אסאך שפאקולירן וועלכע גאנג צו נעמען. מען האט באשלאסן צו ארויסשטעלן א בילד פון א קוה וואס איז כשר און ארומגענומען מיט זילבער פאפיר און דאס וועט מען נוצן צו מארקעטן די מילכיגע פירמע וואס ערצייגט מילכיגע פראדוקטן אין די סעזאן פון פסח, אז ס'איז למהדרין מן המהדרין.

"מיר זענען געגאנגען אין א 99 סענט געשעפט און אפירגעזוכט א קוה" זאגט אונז ברוך, "מיר אין מידיא אט"ג האבן דאס אליינס באארבעט און ארומגענומען מיט זילבער פאפיר און געכאפט די בילדער אין געשעפט". אנדערש ווי ביי געווענליכע פעלער וואס מען דארף האבן בילדער ווי מען דאונלאודט גרייטע בילדער פון שאטערסטאק וכדו'. דא מיטן עס אליין אנדייטן דאס מאכט די עד יוניק.

"דאס איז די חילוק און אייגנארטיגקייט צווישן א גרעפיק דעזיינער און א מארקעטינג שטאב" איז אונז מסביר אן אנדערער איינגעשטעלטער, "עס איז נישט ווי מען דרוקט א צעטל און פארטיג, נאר יעדע קאנצעפט גייט דורך א רייע מענטשן, מען פלאנירט, מען שרייבט, מען טראכט, מען שטעלט אוועק א סטראטעגיע, דאן מאכט מען די גרעפיק, ס'איז א גאנצע פראיעקט צו גיין פון פלאנירן ביזן זען דעם צעטל אין א געדרוקטן פאפיר.

די בילדער ווערן צוגעשטעלט פאר די אידישע ווינקל ליינער, און ברענגען ארויס מיט טויזענטער ווערטער די באדייט פון ערצייגן אן עד. כאפט א בליק

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2018 12:30 am
דורך Hardworker
דער קריעטיוו דירעקטאר פון מידיא אט"ג, ברוך סעמיועל, ארבעט צו מאכן דעם פלאסטישן קוה למהדרין מן המהדרין.

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2018 12:31 am
דורך Hardworker
דער קוה ווערט באדעקט און ארומגעמאנטלט מיט זילבער פאפיר, זיך גרייטנדיג צו די בילדער שיסעריי.

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2018 12:32 am
דורך Hardworker
דער קוה וואס איר וועט זען אין די היימישע צייטונגען, מאגאזינען און פובליקאציעס דורכאויס יום טוב פסח.

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2018 12:33 am
דורך Hardworker
מען באארבעט די עד אין די מידיא אט"ג הויפטקווארטיר.