בלאט 1 פון 709

שיינע עדס וואס זענען געלאפן לעצטענס

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 2:42 pm
דורך מבין נומ 1
יעדן טאג ביי מיין שיעור אין אייוועלט, טאנץ איך אריין אין גראפיק פארום, כ'ווארט צו זען עפעס לעבעדיג, עפעס חדשות, און ווייטער זע איך אויבן... "תג דער פראגראם פאר עימוד וכו'", גענוג! ס'איז צייט ס'אל דא ווערן געהעריג לעבעדיג...

כ'אגעטראכט אפשר זאל מען דא דיסקאסן יעדע וואך אלע עדס וואס זענען געלאפן יענע וואך איבער די צייטונגען, אויסגאבעס, פלייער'ס וכו', ס'אל זיין איינער וואס לייגט ארויף (איך קען פרובירן צו שאפן אביסל, מדארף נאר האבן אן אגענט ביי וויקלי לינק און ביי קאנעקשן'ס און שאפערס רוט וכדו'...) יעדע וואך די לעיטעסט עדס, און דערוילעם זאל דאס צונעמען ביזן לעצטן ביינדל... און אזוי זאל דערהויבן ווערן קרן הגראפיקס ודעזיין, וכאמאס המבין שככה...
נו וואס זאגט עטץ דערצו? זאליך אנהייבן שאפן?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 2:49 pm
דורך אינטעליגענט
מבין טייערער
איך האב שוין געקלערט פון דיין איידיע, און איך האלט אויך דאס איז גלענצנד.
די סיבה פארוואס איך האב מיך אפגעהאלטן דערפון איז, מחמת וואס כ'האב געציטערט אז ס'קען צוקומען צו רואינירן אידישע פרנסות ח"ו, דורך דעם וואס מ'וועט צעלייגן אן עד פון .... און ... און איך אדער אנדערע וועלן זיך נישט קענען איינהאלטן, און שינדן לצנות דערפון.. והבן זה מאד.
בעיקר האבעך מורא פון דערמאנען נעמען, און קאמפעירן דעם צו יענעם.

אבער אויב האסטו אן איידיע פון א וועג, ס'זאל נישט צוקומען דערצו, וואלט געווען געוואלדיג.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 2:59 pm
דורך מבין נומ 1
פונקט ווי ביי היכל הנגינה.
דארט קען מען ווען אויך צולייגן געוויסע אלבומ'ס, אבער דער עולם אין קרעטשמע איז זייער קלוג און דיפלאמאטיש... מ'שרייבט נאר קריטיק לעת הצורך און ברמז, און בעיסיקלי קאמפלימענטירט מען
זאלן די דעזיינערס וויסן אז זייער עד ווערט אויסגעשמועסט, און זאלן זיי אהערשטעלן א געלונגענע פראדוקט
(איך רעד פון די מעין עד'ס פון די וואך, אוודאי נישט נעמען עדס וואס זענען נישט ראוי לברכה און עס צעשמירן...)

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 3:06 pm
דורך אינטעליגענט
נו אדרבה
הייב אן, יאללה!
קריינא דאגרתא..

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 4:04 pm
דורך שמערי בערי
מבין, זאגסט גוט.

גראדע ליגן יעצט עטליכע פלענער אויפן טיש וויאזוי ממשיך צו זיין מיטן גראפיק פארום במלוא הודה והדרה. און אדרבה, אז איר קענט צושטייער געבן און ארום ארבעטן מה טוב ומה נעים!.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 4:16 pm
דורך מאנאגרעמס
מבין נומ 1 האט געשריבן:יעדן טאג ביי מיין שיעור אין אייוועלט, טאנץ איך אריין אין גראפיק פארום, כ'ווארט צו זען עפעס לעבעדיג, עפעס חדשות, און ווייטער זע איך אויבן... "תג דער פראגראם פאר עימוד וכו'", גענוג! ס'איז צייט ס'אל דא ווערן געהעריג לעבעדיג...


איך האב דעם זעלבן פראבלעם...

איך האב געטראכט אז מ'זאל יעדע וואך ארויפלייגן נאר איין "עד פון די וואך" און אויף דעם זאל יעדער זאגן מבינות. אזוי וועט מען נישט קאמפעירן מען נישט צווישן איין עד און צווייטן און אזוי וועט נישט ווערן קיין צו גרויסע טראפיק פון אשכולות.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 4:26 pm
דורך מבין נומ 1
אקעי, איך הייב אן, מעמער זען צו סארבעט זיך עפעס אויס

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 4:34 pm
דורך מבין נומ 1
כקען נישט ארויפלייגן קיין בילדער, וואס גייט דא פאר???

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 5:53 pm
דורך שמערי בערי
וואס קומט ארויף?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 5:55 pm
דורך מבין נומ 1
"אנטשולדיגט אבער מען קען מער נישט צולייגן גארנישט."
סארא סטעיטמענט! ווער רעדט פון צולייגן דא? לאז מיר ארויפלייגן און כגיי!...

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 6:00 pm
דורך 1x1

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 6:01 pm
דורך שמערי בערי
טעסט

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 6:02 pm
דורך שמערי בערי
דער טעסט איז צוריק געקומען פאזיטיוו...

מבין, זעט אויס אז איך האב פראטעקציע... שיק עס מיר אין אימעיל

[email protected]

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 6:05 pm
דורך מבין נומ 1
שכח שמערי, שוין געשיקט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 05, 2010 10:59 am
דורך הויכער
מבין נומ 1 האט געשריבן:יעדן טאג ביי מיין שיעור אין אייוועלט, טאנץ איך אריין אין גראפיק פארום, כ'ווארט צו זען עפעס לעבעדיג, עפעס חדשות, און ווייטער זע איך אויבן... "תג דער פראגראם פאר עימוד וכו'", גענוג! ס'איז צייט ס'אל דא ווערן געהעריג לעבעדיג...



כאלט דערפון זייער שטארק

וועגן די תג וואס די שרייבסט דארט, האבעך די זעלבע פראבלעם, אלעמאל ווען איך זעה אז עס איז שוין דא נייע הודעות אין גראפיקס ווער איך אינגאנצן פרייליך, עפען איך עס אויף זעה איך "תג דער פראגראם וכו' וכו'", איינמאל אין נאכאמאל, גענוג איז גענוג, איך האלט אז מען וואלט שוין געמעגט לייגן תג אויף אן עקסטערן אשכול אויפן היים פארום, אדער לכה"פ אין די קאמפיוטער- SOFTWARE אשכול, וואס זיכט דאס בכלל אין גראפיק!

נא מנהלים טוטס דערוועגן, איך און אסאך פיו מיינע פריינט וועלן זיך פרייען דערמיט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 05, 2010 12:31 pm
דורך האניג
הויכער האט געשריבן:
מבין נומ 1 האט געשריבן:יעדן טאג ביי מיין שיעור אין אייוועלט, טאנץ איך אריין אין גראפיק פארום, כ'ווארט צו זען עפעס לעבעדיג, עפעס חדשות, און ווייטער זע איך אויבן... "תג דער פראגראם פאר עימוד וכו'", גענוג! ס'איז צייט ס'אל דא ווערן געהעריג לעבעדיג...



כאלט דערפון זייער שטארק

וועגן די תג וואס די שרייבסט דארט, האבעך די זעלבע פראבלעם, אלעמאל ווען איך זעה אז עס איז שוין דא נייע הודעות אין גראפיקס ווער איך אינגאנצן פרייליך, עפען איך עס אויף זעה איך "תג דער פראגראם וכו' וכו'", איינמאל אין נאכאמאל, גענוג איז גענוג, איך האלט אז מען וואלט שוין געמעגט לייגן תג אויף אן עקסטערן אשכול אויפן היים פארום, אדער לכה"פ אין די קאמפיוטער- SOFTWARE אשכול, וואס זיכט דאס בכלל אין גראפיק!

נא מנהלים טוטס דערוועגן, איך און אסאך פיו מיינע פריינט וועלן זיך פרייען דערמיט

און ווער איז שולדיג אין דעם אלעס???... מ'דארף אים צו... און צו... און אזוי צו... אז ס'זאל אים נישט גלוסטן צו לעקן קיין האניג מער אינ'ם גראפיקס פארום... 8.)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 05, 2010 1:40 pm
דורך שלמי
נו?! ווי איז דער עד פון די וואך?

איך האלט אז עס וועט טאקע אביסל אויפלעבן דעם פארום.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 05, 2010 2:11 pm
דורך artificial
אזוי ווי דער www.weeklylink.com איז די איינציגסטע הייימישע אויסגאבע אנליין דערווייל, איז לאמיר אנהייבן מיט די עד פון NFP אויפ'ן פראנט פעידזש.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 05, 2010 2:19 pm
דורך artificial
אדער די G&G עד פון S&S איינס פאר די לעצטע פעידזש.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 05, 2010 2:29 pm
דורך האניג
אגב, ר' פישל, Community Connections פון מאנסי האט אויך א וועבזייטל.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 05, 2010 6:50 pm
דורך מבין נומ 1
כשוין נעכטן צאמגעקליבן א טוץ שיינע עדס, געשיקט פאר שמערי, דער מחוצף האט דעסיידעד צו גיין אויף סטרייק... אדער האט ער זיך גענומען ארבעטן... אויך נישט שלעכט.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 05, 2010 8:05 pm
דורך הויכער
אדער איז ער געוואר געווארן אז ער קען אויך נישט ארויפלייגן קיין עטעטשמענטס אזוי ווי יעדעם איינעם, אפילו אלץ ראשעקאל

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 8:12 am
דורך שמערי בערי
סארי, פארגעסן צו שרייבן, אז איך בין נאר ערלויבט געווען צו לייגן קליינע עטעטשמענטס. וואס סינישט געווען אינטערעסאנט בנוגע די עדס.

(מבין, אויף דעם זאגט מען פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויס געווארפן... ודי).

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 8:42 am
דורך צים פינטעל
וואס איז בכלל די פשט פון נישט קענען אטעטשען,????????.!!!!!!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 8:46 am
דורך שוועמל
פשט איז נישט צו אביוזן די האסטינג, אויב יעדער לייגט גרויסע פיילס וועט דאס שנעל גרייכן דעם לימיט.