מיכאל שניצלער מיט א איבעראשונג: גראפיק פארמעסט! עקסקלוסיוו פאר אייוועלט!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

מיכאל שניצלער מיט א איבעראשונג: גראפיק פארמעסט! עקסקלוסיוו פאר אייוועלט!

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 09, 2017 5:59 pm

מיט גרויס פרייד און פאמפע טוען מיר אדרעסירן די פילע טאלאנטפולע גראפיקער וועלכע דרייען זיך דא אויפן וועלטל, איבער די פרייליכע נייעס איבער א היסטארישע גראפיק פארמעסט וועלכע וועט פארקומען דא אויפן וועלטל.

די דאזיגע גראפיק פארמעסט פארמאגט אין זיך א טיפערע באדייט פון די אלגעמיינע פארמעסטן, זאגאר די ענדגילטיגע געווינער, וועט האבן די געלעגנהייט אז זיין קונצט-ווערק וועט אקטואל געניצט ווערן אויף א ברייטע פלאטפארמע און פארשפרייט ווערן בכל קצוי תבל.

די רעדע דא איז איבער א הערליכע 'סינגעל' וועלכע האלט אין די לעצטע שטאפלן זיך גרייטענדיג ארויסצוקומען לאור עולם, דורכן וועלט באקאנטן לעגענדארן אידישן זינגער, 'מיכאל שניצלער'... יא יא, מיכאל טוט אדרעסירן צו אייוועלט גראפקיר: באווייזט וואס איר קענט, און איר קענט זיין דער געווינער פונעם 'סינגעל קאווער'.

די ניגון וועט גערופן ווערן 'עד הנה', א לעבעדיגע חסיד'ישע סטיל ניגון, וועלכע וועט ווארשיינליך קנאקן און זעצן ביי אלע היימישע חתונות אין די נאענטע צוקונפט, זייענדיג מעגליך באצירט מיט אייער גראפיק.

פראקטיש גערעדט:

די ניגון וועט ארויסקומען גלייך נאך תשעה באב, דערפאר דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז מיר פארמאגן נישט קיין סאך צייט, און איר פארמאגט בלויז א וואך צייט, ביז קומענדיגן זונטאג מטו"מ, אריינצושיקן אייערע גראפיק כדאי אריינצוגיין אינעם פארמעסט. די וואלן וועלן געעפענט ווערן אי"ה קומענדיגן מאנטאג מטות-מסעי ווי עס וועט געגעבן ווערן די מעגליכקייט פאר אלע אייוועלט באניצער אויסצוועהלן צווישן די אויסגעקליבענע ווערק פאר א קנאפע פאר טעג. ווי פארשטענדליך וועט די אנקומענדע גראפיקס נישט ארויסגעשטעלט ווערן אויף אייוועלט בעפארן דאטום, קומענדיגן מאנטאג.

פון אויבן דארף שטיין:
בלב אחד מגיש
עד הנה
מיכאל שניצלער

composed by : Harav Levi Flohr, Monsey, NY
Music and Vocals Arranged by: Anshy Eckstein - Montreal. QUE
Sang by: Michoel Schnitzler
Choir by: “zimra"

ווי אויך דארף זיין פלאץ פאר צוויי-דריי לאגאס, וואס וועלן שפעטער נאכצוקמען אויפן קאווער.

עס דארף אנגעמערקט ווערן אז מען זאל נישט ניצן קיין קאפי-רייטעד מאטריאל. אזוי אויך וועט דער גליקליכער געווינער דארפן שיקן א אפענע פייל פון דאס וואס ער האט דעזיינט. אויב עסו ועט זיין גאר א נאענטע אויסגאנג וועט דער ארויסגעבער האבן די רעכט אליינס צו וועלן צווישן די געווינער.
איילט אייך צו, לאדענט איין אייערע חברים, טאלאנטולע גראפיקער, אנטייל צו נעמען אינעם איינמאליגן פארמעסט, ווייל קיין סאך צייט איז נישט פארבליבן.

שיקט אריין אייערע גראפיק צו:
Moshemoshko148@gmail.com
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

מאניש
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 04, 2017 6:11 pm

תגובהדורך מאניש » זונטאג יולי 09, 2017 7:16 pm

וואס איז די פונקטליכע סייז?

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 09, 2017 7:20 pm

פינף ביי פינף, צען ביי צען. בקיצור, א עקזעקט באקס.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

מאניש
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 04, 2017 6:11 pm

תגובהדורך מאניש » זונטאג יולי 09, 2017 7:25 pm

אויב מעגליך ארויסצוגעבן עפעס איבער די תוכן, די גראפיק מוז מאכן סענס מיט די תוכן פון די טעיפ

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 09, 2017 7:33 pm

ווי געשריבן איז עס א לעבעדיגע ניגון וועלכע וועט געוויס האקן און זעצן ביי אלע היימישע חתונות. עס איז א שנעלע ראק ליד.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

מאניש
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 04, 2017 6:11 pm

תגובהדורך מאניש » זונטאג יולי 09, 2017 7:42 pm

פיין, אבער תוכן מיין איך צו פרעגן וואס איז די מעסידזש פון די ניגון? הודאה לה'? נחמת ציון? בקשות?

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג יולי 09, 2017 7:44 pm

עד הנה סאונדט ווי הודאה לה'.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג יולי 09, 2017 10:11 pm

פארשטיי איך נישט, מיכאל געט ארויס א סידי׳ן אין בעט אייוועלט צו דיזיינען אדער זמרה האט געצאלט אפאר טאלער פאר מיכאלענען צו זינגען אויף זייער׳ס א סידי, אין מיט די פארמעסט שפארט מען זיך די גרעפיק דיזיינער?
האיש האשכולות...

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג יולי 09, 2017 10:21 pm

שוין געווען אזאנס דאהי, בערך 5-6 יאר צוריק.

יענס עסק געווען...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דינסטאג יולי 11, 2017 3:28 pm

אקעי, פאר די אלע וועלכע האבן געוואלט פארשטיין וואס האט פלוצלינג פאסירט און וואס איז פשט פונעם פארמעסט...

איז אזוי, קודם כל בארואיגט אייך פריינט... קיינער איז נישטא אויסצוניצן קיינעם!

יעצט, אני הק' האב שוין געהאט צוגעגרייט א פערטיגע 'באצאלטע' סידי קאווער פאר מיכאל זז''ג, און דאן איז מיר בייגעפאלן א געדאנק אז אפשר קען דאס זיין א גאלדענע געלעגנהייט אביסל אויפצופרישן דעם גראפיק אשכול דאס אויף אייוועלט וועלכע איז ב''ה באשאנקן געווארן מיט רייכע טאלאנט. נאכן דורכרעדן מיט מיכאל, א מענטש וועלכע האט ליב אביסל לעבעדיגקייט, ווי באקאנט - האט ער מסכים געווען בחפץ לב.

אלזא חברה, עס קומט אריין הערליכע סחורה, איילט אייך צו און באווייזט וואס איר קענט!

שיקט אריין אייערע ווערק צו: moshemoshko148@gmail.com
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5083
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יולי 11, 2017 7:13 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:שוין געווען אזאנס דאהי, בערך 5-6 יאר צוריק.

יענס עסק געווען...

דו מיינסט קולי שמע? איך הער עס נאך היינט אין אפיס צומאל, זייער א שיינע סמאד ניגון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Brooklyn

תגובהדורך די דיזיינער » מיטוואך יולי 12, 2017 8:45 am

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:אקעי, פאר די אלע וועלכע האבן געוואלט פארשטיין וואס האט פלוצלינג פאסירט און וואס איז פשט פונעם פארמעסט...

איז אזוי, קודם כל בארואיגט אייך פריינט... קיינער איז נישטא אויסצוניצן קיינעם!

יעצט, אני הק' האב שוין געהאט צוגעגרייט א פערטיגע 'באצאלטע' סידי קאווער פאר מיכאל זז''ג, און דאן איז מיר בייגעפאלן א געדאנק אז אפשר קען דאס זיין א גאלדענע געלעגנהייט אביסל אויפצופרישן דעם גראפיק אשכול דאס אויף אייוועלט וועלכע איז ב''ה באשאנקן געווארן מיט רייכע טאלאנט. נאכן דורכרעדן מיט מיכאל, א מענטש וועלכע האט ליב אביסל לעבעדיגקייט, ווי באקאנט - האט ער מסכים געווען בחפץ לב.

אלזא חברה, עס קומט אריין הערליכע סחורה, איילט אייך צו און באווייזט וואס איר קענט!

שיקט אריין אייערע ווערק צו: moshemoshko148@gmail.com


קען מיר זען ביטע דעם באצלטע קאווער

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך יולי 12, 2017 8:46 am

און וואס קענען מיר טוען אז מיר זענען נישט קיין גרעפיקער!? קענען מיר נישט זיין א חלק פונם פארמעסט?!

אפשר זאל איי-וועלט שטימען פאר די רעזאלטאטן?

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך יולי 12, 2017 9:39 am

עס שטייט sang by: , קומט נישט צו שטיין? sung by

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך יולי 12, 2017 11:12 am

מי יודע האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:שוין געווען אזאנס דאהי, בערך 5-6 יאר צוריק.

דו מיינסט קולי שמע?

קולי שמע

ארמערי
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 9:50 am

תגובהדורך ארמערי » מיטוואך יולי 12, 2017 11:27 am

האסט נייעס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:שוין געווען אזאנס דאהי, בערך 5-6 יאר צוריק.

דו מיינסט קולי שמע?

קולי שמע

און וועלעכע האט געווינען צום סוף דארטן?

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך יולי 12, 2017 11:33 am

ארמערי האט געשריבן:
האסט נייעס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:שוין געווען אזאנס דאהי, בערך 5-6 יאר צוריק.

דו מיינסט קולי שמע?

קולי שמע

און וועלעכע האט געווינען צום סוף דארטן?

http://ftp.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 82#p732282

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מיטוואך יולי 12, 2017 3:00 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:און וואס קענען מיר טוען אז מיר זענען נישט קיין גרעפיקער!? קענען מיר נישט זיין א חלק פונם פארמעסט?!

אפשר זאל איי-וועלט שטימען פאר די רעזאלטאטן?

זיכער אזוי. די רעזולטאטן וועלן זיין געוואנדן לויט די וויילער אויף אייוועלט.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 16, 2017 6:03 pm

אקעי רבותי, הערליכע סחורה קומט אריין, דעזיינט דורך העכסט טאלאנטפולע מענטשן, איילט אייך צו און שיקט אריין אייערע סחורה!
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג יולי 16, 2017 8:52 pm

אריינגעשיקט
הק' איש ימיני

אוועטאר
דברים נפלאים
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:49 pm

תגובהדורך דברים נפלאים » מאנטאג יולי 17, 2017 2:31 pm

?why not here

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג יולי 17, 2017 3:04 pm

וויפיל סחורה שוין דא?
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

לעצטע מינוטן

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מאנטאג יולי 17, 2017 3:49 pm

רבותי, איינער האט נאך סחורה?... די מינוטן אריינצושיקן ענדיגן זיך שוין אט אט...

שיקט שוין אריין, און נעמט א טייל אינעם גראנדיעזן אייוועלט גראפיק פארמעסט...

יא, דו קענסט!
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מאנטאג יולי 17, 2017 6:20 pm

די פיינעל ווארע שטראמען אריין, ווי ביסטו?

דו האסט טאלאנט, ניץ עס אויס!

געציילטע שעות פארבליבן
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

שווערע שטופער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

תגובהדורך שווערע שטופער » דינסטאג יולי 18, 2017 12:47 pm

ווען עפענען זיך די שטום בודקעס?


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מחי' און 10 געסט