א גראפיקערס ווידוי

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מתודה
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 3:00 pm

א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתודה »

טייערע ברודער;

שוין א וויילע וואס איך קלער צו שרייבן איבער דעם נושא, ביז ס'איז געפאלן די באשלוס אז מ'וועט גרינדן א שפאגל נייע "ניק" ספעציעל פאר דעם תגובה.

לא איש דברים אנכי.... כ'האב זיך נישט פארגעקוקט.... ממילא וועל איך צוגיין תיכף צום פונקט...

איך בין פון די אידן וואס ס'האט זיך אנגעהויבן מיט סתם שפילן אויפ'ן קאמפיוטער, ביז חברים האבן געבעטן צו מאכן א יוניק וואך נאכט אדער טיי-פארטי צעטל, און אזוי האט זיך עס געקייקעלט ביז "ויקרא שמו גרעפיקער".

קיין גרויסע תנא קמא בינעך נישט געווען, נישט געהאט קיין ספעציעלע ידיעות אין קאמפיוטער וועלט, האט מיר אלעמאל געעגבערט אז א שאד איך האב אזוי ווייניג אידישע פאנטס...

לפי קט שכלי האב איך אזוי פארשטאנען די ענין. היות איך בין אין אמעריקא, אויטאמאטיש קומט מיין קאמפיוטער מיט מערערע ענגלישע פאנטס, און בלויז ווייניג אידישע און אראבישע אותיות. מיט א 1+1 חשבון, האב איך פארשטאנען פארוואס די ארץ ישראל'דיגע מאגאזינען פארמאגן אזעלכע אינטרעסאנטע שיינע אידישע אותיות, איז טאקע וועגן דעם ווייל אין ארץ ישראל קומען די קאמפיוטערס מיט אסאך אפ-טו-דעיט אידישע בוכשטאבן.

ויהי היום: עטליכע יאר צוריק איז מיר אויסגעקומען אנצופירן א קאמפיין פאר א מוסד אין א"י. קומענדיג צום סוף פון די ארבייט, האט מיר אויפגעבליצט צו אויסנוצן די גלענצענדע געלעגנהייט. האב איך געגעבן א זאג פאר דעם איד'ל אויפ'ן צווייטע זייט טרייבל - "אפשר שיקסטו מיר אויף אימעיל אפאר שיינע אידישע ארץ ישראל'דיגע אותיות"? איך האב פראבירט מסביר זיין וואס איך מיין מיט "אותיות", און ער האט עפעס גערעדט וועגן "גופנים" אז ער וועט בעטן זיין חבר... בקיצור, איך האב געהאפט אז מ'פארשטייט זיך.

וישן. ויקץ. ויהי בחצי היום האט אויפגעבליצט א מעסעדזש אויפ'ן מאניטאר "יו העיוו גאט מעיל". איך גיב א קוק, עפעס א אידישע אימעיל אדרעסס, איך לאדן אפ די אטאטשירטע פאלדער, און מיינע אויגן עפענען זיך ברייט אויף - 2,563 פאנט פיילס זענען געלעגן דערין.

במשך הזמן, האט מען אינסטאלירט און אנ-אינסטאלד מערערע פאנטס. פארשטייט זיך אז א גרויסע טייל איז געווען נישט אין מויל צו נעמן, עכטע משנה הבריות'דיגע בוכשטאבן, איינס פארדרייטער פונעם צוויטן.

מיט די צייט האט מיין מבינות אויפגעכאפט, אז פארפאלן ס'איז דא איין גרופע פון פאנטס וואס איז צום זאך, און א שיינע צאל דערפון זענען ממש הערליך. הצד השוה שבהם אז די נאמען הייבט זיך אן מיט די אותיות FB.

קיין נאר בינעך נישט. האב איך זיך גענומען נוצן יענע שיינע פעקעלע. ובעיקר לאמיר זאגן ביילייפיג 25 דערפון וואס איז געווען קרוב ללבי במראיהן וביופין

ס'איז דורך נאך א צייט אפשניט, און ס'האט זיך אזוי געפירט, אז איך האב זיך באקענט מיט אונזער וועלטל. אין גרויסן טייל האב איך שטארק הנאה געהאט, און ב"ה מהנה געווען אנדערע, טאקע דורך דעם רייכן גראפיקער אפטיילונג.

אז מ'ליינט און נישטערט, ווערט מען צוביסלעך געוואויר אז ס'איז דא אזא זאך ווי "פאנטס" וואס קומען נישט מיט'ן קאמפיוטער. נאר אידישע קינדער מאכן פרנסה פון פראדוצירן שיינע פאנטס וואס מען פארקויפט פאר א שיינע פאר דאלער. ס'נעמט נישט לאנג און די ידיעה פאטשט אין פנים אז FB מיינט נישט מער נישט ווייניגער "פאנטביט".

עד כאן הווידוי....

* * *

מכאן ואילך חושבנא:

אפשר קען מיר איינער אנצייגן ווי מען שטעלט די קומענדיגע טריט?

עס שפירט ווי מיין גאנצע פרנסה באשטייט פון גניבה וגזילה (כאטש איך האב עס געטוהן בתמימות, אינגאנצן שלא בכוונה)

אויב באצאלן: ווי, וועם און וויפיל באצאלט מען? בדרך כלל בין איך נישט קיין גרויסע שפרינגער ווען ס'קומט צו קויפן זאכן. איך וואלט לכאורה נישט געקויפט סתם אזוי אסאך פאנטס.

בקיצור, אויפריכטיגע געדאנקן, זענען זייער וועלקאמד.
אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאן שטופער »

קענסט קויפן אלע פאנטס וואס די האסט געניצט
http://fontbit.co.il/
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

אז מ'רעדט שוין יא איבער פאנטביט, זענען זיי גראדע גאנץ געריבענע חברה און זיי גיין נאך די שפירן פון גראפיקערס, און ווען זיי זעהן אז איינער ניצט זייערע פאנטס אן קויפן קענען זיי טערערעזירן כדבעי. זיי רופן אן און געבן דיר א אפציע, אדער קויפסטו אלע זייערע פאנטס אדער קומט א קאורטקעיס... (פארשטייט זיך אז קיין אמעריקע גרייכן זיי נישט...).

פאונטביט איז א ריזיגע פירמע וועלכע איז אונטערן אייגענטומערשאפט פון פרייע אידן, ווידער פאונטייפ, וועלכע פארמאגט אויך הערליכע סחורה, אויף א אנדערע שניט, געהערט צו אהיימישער אינגערמאן פון בית שמש, אליהו פריעד, וועלכע פראדוצירט אלעס אליינס.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

פאר עטליכע הונדערט דאללאר קענסטו האבן צענדליגע פאנטס פון זיי, מילא גלייב איך אז אויב קויפסטו יעצט למפרע די אלע פאנטס וואס דו האסט גענוצט האסטו זיי גארנישט שאדן געמאכט, חוץ אויב האסטו עס געגעבן פאר נאך צען מענטשן דאן ביסטו אין טראבל..
וואס מאכט א איד
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 4:57 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס מאכט א איד »

מרעט וועגן פאונטביט.
(סורי סאיז זייער אלטע אשכול אבער איך האב וואס צו צולייגן)
מקען מאכן א גרופ פון בערך 10-20 מענטשן און קויפן צוזאמען פאנוט'ס
סקומט אויס ביליגער.
און פאר ווער סשטעלט צאם דעי גרופ באקומט אויף ביליגער(נעמט מיר נישט אויפ'ן ווארט)
און מען קען אויך צוטיילן ווען מבאצאלט אויף 12 חודשים
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

וואס מאכט א איד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:20 pm
מרעט וועגן פאונטביט.
(סורי סאיז זייער אלטע אשכול אבער איך האב וואס צו צולייגן)
מקען מאכן א גרופ פון בערך 10-20 מענטשן און קויפן צוזאמען פאנוט'ס
סקומט אויס ביליגער.
און פאר ווער סשטעלט צאם דעי גרופ באקומט אויף ביליגער(נעמט מיר נישט אויפ'ן ווארט)
און מען קען אויך צוטיילן ווען מבאצאלט אויף 12 חודשים
זייט אייך מסביר, מען קען קויפן צוזאמען פאונט'ס?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
וואס מאכט א איד
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 4:57 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס מאכט א איד »

לעכטל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 5:38 pm
וואס מאכט א איד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:20 pm
מרעט וועגן פאונטביט.
(סורי סאיז זייער אלטע אשכול אבער איך האב וואס צו צולייגן)
מקען מאכן א גרופ פון בערך 10-20 מענטשן און קויפן צוזאמען פאנוט'ס
סקומט אויס ביליגער.
און פאר ווער סשטעלט צאם דעי גרופ באקומט אויף ביליגער(נעמט מיר נישט אויפ'ן ווארט)
און מען קען אויך צוטיילן ווען מבאצאלט אויף 12 חודשים
זייט אייך מסביר, מען קען קויפן צוזאמען פאונט'ס?
מען קויפט נישט צוזאמען (מצאלט בערך 100$ פאר 10 מענטשן...)
נאר מען שטעלט צאם א גרופ פון בערך 15-20 מענטשן
או זיי געבן דעי פאונטס אויף ביליגער
איך האב יעצט געקויפט אין אזא גרופ
250 משקלים(אין א''י הייסט עס משקלים מסטאמע דא איז עס סייזעס)פאר 2375 שקל
+ 25 משקלים וואס זיי האבן געגעבן מיט דעם (וועגן מהאט געקויפט מיט א גרופ)
סאיז בערך אויס געקומען 9 שקל פאר א משקל
סאיז זייער ווערד אין זיי געבן צוויי יאר צו קלויבן וועלכע מוויל

מדארף רעדן מיט זיי.

איך אף אז סאיז געווען גענוג קלאר מיט מיין יזרעאלי אידיש.
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע: Lee - Penn

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

וואס מאכט א איד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 6:02 pm
לעכטל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 5:38 pm
וואס מאכט א איד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:20 pm
מרעט וועגן פאונטביט.
(סורי סאיז זייער אלטע אשכול אבער איך האב וואס צו צולייגן)
מקען מאכן א גרופ פון בערך 10-20 מענטשן און קויפן צוזאמען פאנוט'ס
סקומט אויס ביליגער.
און פאר ווער סשטעלט צאם דעי גרופ באקומט אויף ביליגער(נעמט מיר נישט אויפ'ן ווארט)
און מען קען אויך צוטיילן ווען מבאצאלט אויף 12 חודשים
זייט אייך מסביר, מען קען קויפן צוזאמען פאונט'ס?
מען קויפט נישט צוזאמען (מצאלט בערך 100$ פאר 10 מענטשן...)
נאר מען שטעלט צאם א גרופ פון בערך 15-20 מענטשן
או זיי געבן דעי פאונטס אויף ביליגער
איך האב יעצט געקויפט אין אזא גרופ
250 משקלים(אין א''י הייסט עס משקלים מסטאמע דא איז עס סייזעס)פאר 2375 שקל
+ 25 משקלים וואס זיי האבן געגעבן מיט דעם (וועגן מהאט געקויפט מיט א גרופ)
סאיז בערך אויס געקומען 9 שקל פאר א משקל
סאיז זייער ווערד אין זיי געבן צוויי יאר צו קלויבן וועלכע מוויל

מדארף רעדן מיט זיי.

איך אף אז סאיז געווען גענוג קלאר מיט מיין יזרעאלי אידיש.
אגב משקלים מיינט נישט סייזעס ס'מיינט Variants, און אמ"ש וועגן פאנט'ס וויל איך באקאנט מאכן די יונגעלייט וואס גלייכן עלעגאנטע גוטע פראקטישע מאסיווע פאנט'ס זאל זיך אריינגליטשן דא אונעם הערליכן אויגפארכאפנדן סייט פון "בית אלף" גלייבט'ס מיר עטס וועטס חרטה נישט האבן!
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
וואס מאכט א איד
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 4:57 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס מאכט א איד »

קווארטאליסט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 6:25 pm
וואס מאכט א איד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 6:02 pm
לעכטל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 5:38 pm
וואס מאכט א איד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:20 pm
מרעט וועגן פאונטביט.
(סורי סאיז זייער אלטע אשכול אבער איך האב וואס צו צולייגן)
מקען מאכן א גרופ פון בערך 10-20 מענטשן און קויפן צוזאמען פאנוט'ס
סקומט אויס ביליגער.
און פאר ווער סשטעלט צאם דעי גרופ באקומט אויף ביליגער(נעמט מיר נישט אויפ'ן ווארט)
און מען קען אויך צוטיילן ווען מבאצאלט אויף 12 חודשים
זייט אייך מסביר, מען קען קויפן צוזאמען פאונט'ס?
מען קויפט נישט צוזאמען (מצאלט בערך 100$ פאר 10 מענטשן...)
נאר מען שטעלט צאם א גרופ פון בערך 15-20 מענטשן
או זיי געבן דעי פאונטס אויף ביליגער
איך האב יעצט געקויפט אין אזא גרופ
250 משקלים(אין א''י הייסט עס משקלים מסטאמע דא איז עס סייזעס)פאר 2375 שקל
+ 25 משקלים וואס זיי האבן געגעבן מיט דעם (וועגן מהאט געקויפט מיט א גרופ)
סאיז בערך אויס געקומען 9 שקל פאר א משקל
סאיז זייער ווערד אין זיי געבן צוויי יאר צו קלויבן וועלכע מוויל

מדארף רעדן מיט זיי.

איך אף אז סאיז געווען גענוג קלאר מיט מיין יזרעאלי אידיש.
אגב משקלים מיינט נישט סייזעס ס'מיינט Variants, און אמ"ש וועגן פאנט'ס וויל איך באקאנט מאכן די יונגעלייט וואס גלייכן עלעגאנטע גוטע פראקטישע מאסיווע פאנט'ס זאל זיך אריינגליטשן דא אונעם הערליכן אויגפארכאפנדן סייט פון "בית אלף" גלייבט'ס מיר עטס וועטס חרטה נישט האבן!
שכוייח גוט צו וויסן אויף נעקסטיים.

און אין בית אלף איז יעצט דא אויף ביליג צו קויפן.
https://beitalef.com/?utm_source=active ... =vilnafont
אוועטאר
קראכער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2023 6:35 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכער »

איך האב באגעגנט די אשכול ווי א גרעפיקס דעזיינער איז זיך מתודה אז ער האט גענוצט פאנטס בגניבה, האב איך אנגעפרעגט פון (הרה"ג ר' יומש"ש שליט"א) מו"ץ, און ער האט מיר געענטפערט אז מ'מעג טאקע נישט נוצן קיין פאנטס וואס מ'פארקויפט, אומבאצאלט.
איך האב באקומען פון א חבר הונדערטער פאנטס, פון ווי ווייס איך וועלכע קומט פון א קאמפאני וואס פארקויפט עס, און וועלכע איז א פרי פאנט.
וויל איך בעטן אויב מקען אריינקומען מיט די נעמען פון פאנטס קאמפאניס ווי נמשל fb ba א. א. וו.צו וויסן עס נישט צו נוצן אן עס קויפן.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

קראכער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:20 pm
איך האב באגעגנט די אשכול ווי א גרעפיקס דעזיינער איז זיך מתודה אז ער האט גענוצט פאנטס בגניבה, האב איך אנגעפרעגט פון (הרה"ג ר' יומש"ש שליט"א) מו"ץ, און ער האט מיר געענטפערט אז מ'מעג טאקע נישט נוצן קיין פאנטס וואס מ'פארקויפט, אומבאצאלט.
איך האב באקומען פון א חבר הונדערטער פאנטס, פון ווי ווייס איך וועלכע קומט פון א קאמפאני וואס פארקויפט עס, און וועלכע איז א פרי פאנט.
וויל איך בעטן אויב מקען אריינקומען מיט די נעמען פון פאנטס קאמפאניס ווי נמשל fb ba א. א. וו.צו וויסן עס נישט צו נוצן אן עס קויפן.
וואס האלט הרב פאפלאנאש?
אוועטאר
קראכער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2023 6:35 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכער »

וועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:40 pm

די דיין וואס איך האב געפרעגט מיר געזאגט אז סהאט די זעלבע דין ווי קאפיען סידיס...
אוועטאר
אברך כולל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 11:52 am

תגובה דורך אברך כולל »

BA
BU
FB
FM
AAA
LIA
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

אברך כולל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 7:28 pm

EFT
MF
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 7:42 pm

EFT נוצט מען שוין נישט עניוועיס..
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 7:42 pm
אברך כולל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 7:28 pm
קראכער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:20 pm
איך האב באגעגנט די אשכול ווי א גרעפיקס דעזיינער איז זיך מתודה אז ער האט גענוצט פאנטס בגניבה, האב איך אנגעפרעגט פון (הרה"ג ר' יומש"ש שליט"א) מו"ץ, און ער האט מיר געענטפערט אז מ'מעג טאקע נישט נוצן קיין פאנטס וואס מ'פארקויפט, אומבאצאלט.
איך האב באקומען פון א חבר הונדערטער פאנטס, פון ווי ווייס איך וועלכע קומט פון א קאמפאני וואס פארקויפט עס, און וועלכע איז א פרי פאנט.
וויל איך בעטן אויב מקען אריינקומען מיט די נעמען פון פאנטס קאמפאניס ווי נמשל fb ba א. א. וו.צו וויסן עס נישט צו נוצן אן עס קויפן.
BA
BU
FB
FM
AAA
LIA
EFT
MF
דא האסטע לינקס צו די אלע.
אוועטאר
שמעי בירזאהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 16, 2023 10:07 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי בירזאהן »

איך נוץ א עפפ וואס הייסט canva
איינער וויסט צו די פאנטס אויף דעם זענען גענומען מיט רשות?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שמעי בירזאהן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 8:33 pm
איך נוץ א עפפ וואס הייסט canva
איינער וויסט צו די פאנטס אויף דעם זענען גענומען מיט רשות?
מיינסט צו פרעגן צו זיי האבן עס גע'גנב'ט? נע, זיי זענען א הונדערט ביליאן דאלאר (און מער) קאמפאני און קענען זיך אוודאי נישט ערלויבן צו נוצן איינעמס אייגענטום אן די ריכטיגע לייסענינג דיעל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

אנטשולדיגט איך שרייב דא אבער עס איז א מעשה וואס האט א קשר, און כהאב מיר עס דערמאנט נאכן ליינען דער ארטיקל.

איך האב גלייך נאכן חתונה געארבעט אפאר חדשים און קרן שמואל ישעיה אין בארא פארק ביי די נאכט שעות.
איין טאג קומט א אינגערמאן און ער בעט א ליסט פון אלע סידיס, כהאב אים עס אהין געגעבן, א נארמאלע ערשיינונג אין אפיס.
גייט אריבע אפאר טאג און ער קומט צוריק מיט א ריזיגע ליסטע פון סידיס וואס ער וויל מען זאל אריבער לייגן אויף א USB. די ליסט האט ערהאלטן טויזנטע שיעורים און סידיס וכדומה פון אלע סארט, אויף א מוגזמ'דיגע פארנעם.
כהאב נישט געקענט איינהאלטן מיין נייגער און איך געב אים א פרעג: זאג נאר, וויפיל יאר פלאנסטו יעצט צו זיין מיט עירפאונס רצוף אין דיין אויער? (צו אויסהערן די אלע טויזנטע שעות ריקאדירונגען)
זאגט ער מיר: ניין ר' איד איך קויף עס נישט צו הערן!!! כהאב נאר געמאכט א חשבון הנפש און איבער געקוקט אלע מיינע און מיין ווייב'ס כלים צו זעהן וואס אלץ אונז האב מיר ליידער בגניבה אנע באצאלן, וואס אלס האבן מיר געקאפיט אן רשות, און יעצט טוה איך תשובה און איך באצאל אויף דעם אלעם.

כבין געבליבן אנע לשון און כהאב אפילו נישט געקענט אים בארימען אויף זיין הייליגע שריט מרוב התרגשות.
יאפ, מען רעדט פון שווערע טויזנטע דאלארן וואס יענער האט באצאלט אלץ כדי מער נישט צו זיין א גנב/גזלן!

זייט דעמאלטס האביך אסאך תשובה געטוהן (ליידער נאכנישט בשלימות) אויף אזאנע גזילות.
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

קראכער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 6:10 pm
וועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:40 pm
קראכער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:20 pm
איך האב באגעגנט די אשכול ווי א גרעפיקס דעזיינער איז זיך מתודה אז ער האט גענוצט פאנטס בגניבה, האב איך אנגעפרעגט פון (הרה"ג ר' יומש"ש שליט"א) מו"ץ, און ער האט מיר געענטפערט אז מ'מעג טאקע נישט נוצן קיין פאנטס וואס מ'פארקויפט, אומבאצאלט.
איך האב באקומען פון א חבר הונדערטער פאנטס, פון ווי ווייס איך וועלכע קומט פון א קאמפאני וואס פארקויפט עס, און וועלכע איז א פרי פאנט.
וויל איך בעטן אויב מקען אריינקומען מיט די נעמען פון פאנטס קאמפאניס ווי נמשל fb ba א. א. וו.צו וויסן עס נישט צו נוצן אן עס קויפן.
וואס האלט הרב פאפלאנאש?
די דיין וואס איך האב געפרעגט מיר געזאגט אז סהאט די זעלבע דין ווי קאפיען סידיס...
ערנסט? לקולא או לחומרא?
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

דארף האבן אין קעפל עפעס א ווארט אז מ'רעדט וועגן גע'גנב'עטע פאנטס.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
קראכער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2023 6:35 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכער »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 9:52 pm
קראכער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 6:10 pm
וועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:40 pm
קראכער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:20 pm
איך האב באגעגנט די אשכול ווי א גרעפיקס דעזיינער איז זיך מתודה אז ער האט גענוצט פאנטס בגניבה, האב איך אנגעפרעגט פון (הרה"ג ר' יומש"ש שליט"א) מו"ץ, און ער האט מיר געענטפערט אז מ'מעג טאקע נישט נוצן קיין פאנטס וואס מ'פארקויפט, אומבאצאלט.
איך האב באקומען פון א חבר הונדערטער פאנטס, פון ווי ווייס איך וועלכע קומט פון א קאמפאני וואס פארקויפט עס, און וועלכע איז א פרי פאנט.
וויל איך בעטן אויב מקען אריינקומען מיט די נעמען פון פאנטס קאמפאניס ווי נמשל fb ba א. א. וו.צו וויסן עס נישט צו נוצן אן עס קויפן.
וואס האלט הרב פאפלאנאש?
די דיין וואס איך האב געפרעגט מיר געזאגט אז סהאט די זעלבע דין ווי קאפיען סידיס...
ערנסט? לקולא או לחומרא?
לחומרא.
ס'איז א זאך וואס די כאפסט נישט צו פון קיינעם ווען די גנב'עסט עס, אבער יענער פארקויפט עס און מאכט דערפון געלט.
עפעס נייעס
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 7:45 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס נייעס »

ווען עס קומט צו קויפן פאנדס, דארף מען קויפן די גאנצע פעקעדש פון זיי, אדער מ'קען קויפן אויך עטליכע אויפאמאל?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עפעס נייעס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:23 pm
ווען עס קומט צו קויפן פאנדס, דארף מען קויפן די גאנצע פעקעדש פון זיי, אדער מ'קען קויפן אויך עטליכע אויפאמאל?
יעדע פירמע איז אנדערש מיט די פרטים, אבער געווענדליך ערלויבן זיי אויך צו קויפן איינצעלע פאנטס (אבער מיט דער פעקל קומט עס אויס אסאך אסאך ביליגער פער פאנט.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
עפעס נייעס
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 7:45 pm

Re: א גראפיקערס ווידוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס נייעס »

איך זוך צו קויפן א גאנצע פעקעדזש. ווער עס קען מיך מצרף זיין צו זיינס, אדער וויל מאכן א נייע גרופע, ביטע מיך מעסעזשען פריוואט
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”