בלאט 1 פון 2

''קינדל'' פון עמעזאן

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 4:28 pm
דורך bailout
אזוי ווי איך האב נישט קיין פלאץ פאר אזויפיל ספרים, וויל איך וויסן אויב איינער האט א אנונג וואס די קינדל איז און וויאזוי דאס ארבעט, צו קען מען דארט אפלערנען א בלאט גמ' מיט די ראשונים.

און אויכעט זאגן זיי אז מען קען דארט מיט האלטן בלאגס, צו קען מען דארט ליינען ''קרעטשמע''?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 4:40 pm
דורך farshlufen
הייב אן פון אלף, ארבעט היברו געהעריג דערויף?

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 7:54 am
דורך bailout
ער שיקט דיר אריין פון עמעזאן א בוך וואס די קויפסט אנליין און די קענסט עס ליינען, ס'איז נישט קיין קאמפיוטער ווי איך פארשטיי, און די קענסט גארנישט אליין דאונלאודן ס'איז נאר א בוך שווארץ אויף ווייס, סאו פארשטיי איך נישט פארוואס ס'זאל זיין א פראבלעם צו ליינען היברו, די שאלה איז צו עמעזאן פארקויפט אידישע ספרים, און אויב יא צו איז עס עוועליבעל אין א ''קינדל'' ווערסיע.

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 9:01 am
דורך bailout
https://dtp.amazon.com/mn/signin
קרעמער אפשר לייגט מען ארויף אונזער קרעטשמע, העסטו קענען מאכן אפאר דאלער

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 10:04 am
דורך thefact
בעילאוט

ווי אזוי קען א בלאג ווי "אייוועלט פארומ'ס" זיך ארויפלייגן

יענע לינק קוקט אויס אויפן ערשטן בליק בלויז פאר ביכער, נישט אזוי?

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 10:31 am
דורך bailout
''די פאקט'' איז אז זיי האבן שוין איצטערט איבער טויזנט בלאגס אויפגעסיינט מיט זיי וואס מען באקומט טעגליך אפדעיטס - פארשטייט זיך אז מען קען נישט שרייבן - עס קאסט א פי פער חודש.

למשל דאס http://www.amazon.com/Tzvee%2527s-Talmu ... _rhf_p_t_1 איך ווייס נשיט ווער דאס איז אפשר קען עס גאר זיין אזאך וואס האט נישט מיט אידישקייט גארנישט צוטון, אבער דאס האב איך געטראפן נאך א שטיקל סירטש, דאס איז א בלאג - וואו די קענסט אליין זען - וואס די באקומסט פאר צוויי טאלער א חודש.

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 10:57 am
דורך thefact
געטראפן אפאר לינקס בנוגע וויזוי צו סאבמיטן "בלאג'ס" צו עמעזאן קינדל
"how do you submit your blog to Kindle?"
http://askville.amazon.com/submit-blog- ... Id=5721575
http://forums.digitaltextplatform.com/d ... &tstart=15
http://www.quickonlinetips.com/archives ... dle-store/
https://kindlepublishing.amazon.com/gp/ ... 73-9293449

אבער וועגן פארומ'ס זעה איך דארט גארנישט... סא ווייס עס ביזדערווייל נישט אויב ס'איז שייך בכלל

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 11:05 am
דורך אנאנימער
bailout האט געשריבן:אזוי ווי איך האב נישט קיין פלאץ פאר אזויפיל ספרים, וויל איך וויסן אויב איינער האט א אנונג וואס די קינדל איז און וויאזוי דאס ארבעט, צו קען מען דארט אפלערנען א בלאט גמ' מיט די ראשונים?


שבת צופרי אויב מאכט זיך אמירה לעכו"ם שאלה........... וועט דער גוי דארפן נאכקוקן די הלכה.......

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 11:25 am
דורך ווארד2007
קודם אויב מעג איך פרעגן וואס איז דאס קינדל??


צווייטנס "אניאמיער" אויף דיין שאלה זאגט שוין די וועלט "עם הארץ אימת שבת עליו"...

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 11:37 am
דורך bailout
וואס איז די חילוק פון א בלאג ביז א פורום, קען מען דען נישט אהינשיקן די פרישע הונדערט הודעות יעדן טאג?

און צו מיין ערשטע פראגע האסטו ערגעץ באגעגנט צו זיי האבן ש''ס וכדו'?

ווארד, ס'איז א פלעט סקרין אן קיין שום אנדערע אפשען נאר צו ליינען דערין ביכער, פאר אידן וואס האלטן נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב דארף עס צו זיין א גוטע זאך אויב מען קען דארט ארויפלייגן ספרים.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 12:40 am
דורך פרייליכערהייט
bailout האט געשריבן:ער שיקט דיר אריין פון עמעזאן א בוך וואס די קויפסט אנליין און די קענסט עס ליינען, ס'איז נישט קיין קאמפיוטער ווי איך פארשטיי, און די קענסט גארנישט אליין דאונלאודן ס'איז נאר א בוך שווארץ אויף ווייס, סאו פארשטיי איך נישט פארוואס ס'זאל זיין א פראבלעם צו ליינען היברו, די שאלה איז צו עמעזאן פארקויפט אידישע ספרים, און אויב יא צו איז עס עוועליבעל אין א ''קינדל'' ווערסיע.

ביי יעדע בוך וואס עמעזאן פארקויפט האבן זיי אונטער דעם א קעסטעלע , וואו זיי פרעגן אייך אויב איהר וואלט עס געוואלט האבן אויף ר' קינדלען , און אז איהר בעט עס וועלן זיי זיך מקשר זיין צום פאבלישער , און פארלאנגן רשות עס צו פארקינדלן ,

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 12:42 am
דורך פרייליכערהייט
למשל:
Tehilim / Psalms: Ohel Yosef Yitzchok - Medium Size (Hebrew Edition)

I own the rights to this title and would like to make it available again through Amazon.
Tell the Publisher!
I’d like to read this book on Kindle

Don’t have a Kindle? Get yours here.

אדער וואו ר' גוגל טרענסלעטאר וואלט עס געזאגט:
זאָגן די פּובלישער!
איך'ד ווי צו לייענען דעם בוך אויף קינדלע

צי נישט האָבן אַ קינדלע? באַקומען דיין דאָ.

געשריבן: מאנטאג מארטש 15, 2010 12:32 pm
דורך עס עפעס
א נייע "אפליקעישאן" פון "קינדל" פארן קאמפיוטער

http://www.amazon.com/gp/kindle/pc/down ... 1000426311

געשריבן: זונטאג יוני 06, 2010 10:28 am
דורך יהיה כן
וואס זאגט דער עולם צו די נייע כלי

וואונדערבאר
איז שוין טאקע צייט ארויס צי שטעלן אלע פאפירנע ספרים?
אפשר זאלן שוין די רבנים שליט"א ארבעטן אויף א היתר צי נוצן שבת ויו"ט אויך??

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 5:00 pm
דורך מי יודע
איך האב געלייגט א אויג אויף א שטיקל קינדל
האט איינער דא עקספיריענס דערמיט?

קען למעשה אונזער פארום דארט ארבעטן?
למשל אוצר החכמה קען מען דארט האבן?
איך זע די היינטיגע קינדלעך קומט מיט א קיבארד, איז משמע אז מען קען שרייבן דערויף אויך?

מי יודע?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 12:00 am
דורך imzist
עס עפעס האט געשריבן:א נייע "אפליקעישאן" פון "קינדל" פארן קאמפיוטער

http://www.amazon.com/gp/kindle/pc/down ... 1000426311" onclick="window.open(this.href);return false;


אויב פלאן איך נישט צו קויפן פון עמעזאן, איז מיר עפעס אינטערעסאנט דער אפליקעישאן?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 28, 2011 7:06 pm
דורך משה פאלאפל
איך וויל קויפן פון עמעזאן א בוך וואס איז נאר דא אויף קינדל ווערסיע, מוז איך טאקע האבן א קינדל דערפאר? אדער קען מען עס ליינען אויף פדף פשוט אויפן קאמפיוטער אויך?

געשריבן: פרייטאג אפריל 29, 2011 1:08 am
דורך נישט קיין פראבלעם
דו קענסט דאונלאדען די קינדל פראגרעם אויפן קאמפיוטער

געשריבן: מיטוואך מאי 04, 2011 4:44 pm
דורך שוועמל
היינט איז ערשינען א מעכטיגע קלאפ פארן קינדל; די ערשטע קאמפאטישען מיטן נאמען NOOK אין פול קאלאר.

דאס האט ערצייגט די ריזן בוך סופלייער בארנ'ס און נאבל.

געשריבן: מאנטאג יוני 11, 2012 5:50 pm
דורך שנאפס
איז דא א וועג צו פרינטן פון קינדל אויפן קאמפיוטער?

איך האב א בוך אבער איך האב נישט קיין צייט צו ליינען ביים קאמפיוטער

געשריבן: דינסטאג יוני 19, 2012 9:50 pm
דורך tell.me.something
איך וויל יעצט קויפן אן EBOOK READER פאר אידישע ביכער פאר פרויען. ווייסט איינער אויב דער קינדל סטאר האט אסאך פאפולערע אידישע ביכער?

געליקטע בילדער פון נייע קינדל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:04 am
דורך leiby
עמעזאן פלאנט נעקסטע וואל ארויסצוקומען מיט א נייע קינדל, ס'הייסט אז אייינע פון די חידושים גייען זיין אז ס'גייט זיין גאר געשמאק צו ליינען א בחינה ווי א געהעריגע פאפיר.
זיי ריפן עס Paperwhite
http://www.theverge.com/2012/8/30/32807 ... te-display
kindle-paperwhite-01-verge-560_gallery_post.jpg

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:20 am
דורך נאר נייעס
איך מיין אז אויף ר'קינדעל דארף מען קענען דאוינלאדען פי די עף'ס במילה קען מען האבען אלע ביכער וואס דיר געפעלט

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:44 am
דורך ריק פערי
עמעזאן גייט פארשטעלן צוויי נייע קינדלס קומענדיגע וואך.

גייען ריפלעיסן גוגל מעפס מיט מאפעס פון נאוקיא.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:06 am
דורך אךשמח
זיי האבן אויך א מערכה מיט גוגל?

און וועלכע מעפס האט נאוקיא, קאמפערד צו גוגל מעפס?