טראנספערירן טעלעפאן נומער צו וואויס מעיל א.ד.ג.

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לא יצלח
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2008 7:41 pm

טראנספערירן טעלעפאן נומער צו וואויס מעיל א.ד.ג.

תגובהדורך לא יצלח » מאנטאג יוני 30, 2008 12:55 pm

איך האב א ביזנעס טעלעפאן נומער ביי "וואנעדזש" (Vonage) וואו איך צאל 65 דאלאר א חודש און איך וואלט זייער געוואלט פטור ווערן פון די גרויסע געשוואלענע בילס.

איך מוז אבער אנהאלטן דעם ספעציפישן נומער וואס איך האב יעצט ביי זיי ווייל זייער אסאך ביזנעס קומט דוקא פון דעם נומער וואס איך האב איבערגענומען צוזאמען מיט די ביזנעס וואס כ'האב אפגעקויפט און ס'איז שוין אלט און באקאנט ביי אלע קליענטן.

וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט פון עפעס אן אנדערע סערוויס אוואו איך קען אריבערשלעפן דעם געוויסן נומער אהין און צאלן ביליגער א חודש. איך דארף נישט פון דעם געוויסן נומער מער ווי אז קליענטן זאלן קענען אריינרופן און לאזן א מעסעדזש אויף א וואויס מעיל - אדער זאלן אלע קאלס ווערן געטראנספערט צו אן אנדערן נומער. ס'איז בלויז אויף אזויפיל אז איך פארליר נישט יענעם נומער.[align=right][/align]

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג יוני 30, 2008 12:58 pm

שלום עליכם לא יצלח

נו וואדי קען מען עס איז דא א געזעץ דא אין ניו יארק אז מען מוז דיר מיטגעבן די טעלעפאן נאמבער ווען דו טוישט צו א אנדערע קאמפעני, אויב די פארלאנגסט דאס.

אדרבא קלינקט אן איינע פון די אגענטן וואס עס איז דא אין די אשכול "ברוקלינער איינוואוינער: וועלכע טעלעפאן קאמפאני נוצט איר" זיי וועלן דאס גערן טון פאר אייך.

אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

תגובהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יוני 30, 2008 2:08 pm

איך האב אמאל געמופט אין ציליב א סיבה געמוזט אנהאלט מיין נומבער און איך האב עס אריבער געלייגט אויף א סעל

לא יצלח
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2008 7:41 pm

תגובהדורך לא יצלח » מאנטאג יוני 30, 2008 3:11 pm

א שיינעם דאנק!
למעשה האב איך זיך פריער ארויפגעזעצט אויפ'ן טעלעפאן און אראפגעדרוקט "וואנעדזש" היתכן זיי רעכענען אזויפיל א מאנאט בשעת איך נוץ קוים זייער סערוויס, האבן זיי מיר אריבערגעלייגט צו זייער'ס אן אנגעבליכער "פראמאושענאל" רעזידענטשאל פלאן פון $14.99 (+ טעקס) א חודש אנשטאט $49.99 (+ טעקס) א חודש וואס כ'האב געצאלט ביז איצט. אויסער דעם האבן זיי מיר געגעבן דעם נעקסן חודש (אוגוסט) פריי פון אפצאל היות כ'האב שוין באצאלט דעם אלטן טייערן פרייז פאר'ן קומענדיגן מאנאט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יוני 30, 2008 3:53 pm

און דו פאררופסט זיך נאך אלס "לא יצלח"...

אוועטאר
John McCain
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 30, 2008 9:44 am

תגובהדורך John McCain » מאנטאג יוני 30, 2008 5:09 pm

א לא יוצלח פארוואס ער האט עס נישט געטוען ביז יעצט ער וואלט זיך געקענט שפארן אסאך מער

פארשטייסט?
נעקסטער פרעזידענט פון אמעריקע
www.MeetBarackObama.com

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג יוני 30, 2008 10:32 pm

הער מיך אויס, איך האב געהאט א נומער ביי ווערייזאן, און דאס אריבערגעפירט צו וואנעדזש, דערנאך האב איך דאס צוריקגעברענגט צו ווערייזאן ווייל די קול איז געווען קרעציג... ווי אלע VOIP טעלעפאנען. נאכדעם האב איך גענומען ביי ווערייזאן א פלען וואס הייסט Remote Call Forwarding, ס'מיינט אז די נומער איז ביי זיי אן א ליין ביי מיר, און ס'ווערט געפארוועדערט צו וואסערע נומער איך וויל (ס'קאסט בערך 25 טאלער א חודש, פלאס יעדן קאל). דו קענסט פרובירן אנדערע דידזשיטעל קאמפאניס וואס האלטן א נומער אן אויפהאלטן א ליין, למשל www.ringcentral.com .
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט