בלאט 1 פון 1
ווי אויפן אינטערנעט געפינט זיך דיין בילד??
געשריבן: זונטאג מאי 25, 2008 1:30 am
דורך זיידעניו
נישט ממש גוגל, אבער א דורכברוך איינס אין די וועלט.
זעסט א בילד און דו ווייסט נישט פון וואו עס קומט, דו ווילסט אויפזוכן אזא ענליכע בילד אויף די לענג און די ברייט פונעם אינטערנעט?
לייג ארויף דעם בילד אויף TinEye און ער וועט דיר טרעפן דער זעלבער בילד אויפן אינטערנעט!
עס איז נאך אין א “בעטא” ווערסיע, און עס פארלאנגט אז דו זאלסט אן אינוויטאציע עס צו קענען נוצן. לייג אריין דיין אימעיל אדרעס דארט, און זיי וועלן דיר שיקן אן אינוויטאציע.
דער סורטש ענדזשען ארבייט זייער פארזיכטיג, ער קוקט נאך די פונקטליכע פיקסלס פונעם בילד וועלכע ווערט ארויפגעלייגט און אין סעקונדן טרעפט ער אויב עס עקזיסטירט נאך אזא בילד.
איך - דער שרייבער פון די שורות - איז שוין באשטעטיגט, דער איינציגסטער פראבלעם דערווייל איז אז זיי האבן קאנטראסטיש פיל ווייניגער סייטס אויף זייער מאשין ווי גוגל. איך האב גענומען א בילד וועלכע עקזיסטירט זיכער אויף צוויי פלעצער אויפן אינטערנעט, וועלכע איז יא אויף גוגל סורטש ענדזשען, אבער נישט אויף זייער. בילדער אויף מער באקאנטערע סייטס, ווי וויקיפעדיע, האבן זיי וואונדערליך געפונען ממש דאס וואס איך האב געבעטן.
זייער סייט ליסטע פארגרעסערט זיך אבער, און אויב וועלן זיי מצליח זיין צו אנקומען צו גוגל’ס ליסטע, וועט עס זיין א דבר השלם.
לינק:
http://tineye.com/
דאס האב איך גענומען פון
דא
למעשה, האב איך מיר איינגעלאדענט אין מען האט אנגענומען מיין איינלאדענונג, און פאר די אלע אידן וואס ווילן וויסן ביי וועלכע מסיבה זייער פרצוף האט אויפגעלאכטן, און אויכעט ווען מען ווייסט נישט ווער איז דער מענטש\צדיק אויפן בילד איז, קען דאס זיין גאר אינטרעסאנט.
געשריבן: זונטאג מאי 25, 2008 10:51 am
דורך אנדי פעטיט
איז דא אן אפציע אויף גוגעל צו טון די זעלבע?
געשריבן: זונטאג מאי 25, 2008 12:43 pm
דורך זיידעניו
ניין
געשריבן: זונטאג מאי 25, 2008 2:34 pm
דורך thefact
זיידעניו! זיידעניו!
מיט א ברכה משולשת א געטריפעלטע ש'כח פאר דריי זאכן
1) פאר די מורא'דיגע נייעס פון די "טין איי" סירטש ענדזשין וואס איז א געוואלדיגע חידוש אין וועלט פון "זוך טעכענעלאגיע" (סערטש טעקנאלאזדשי) טאקע א דורכברוך ממש איינס אין די וועלט - וואס מ'פארשפרעכט עס שוין פארן עולם יארן - און די טעכנעלאגיע וועט ווארשיינליך העלפען נאנטער-צו-ברענגען א פילטער פאר בילדער "נישט ווי כהיום וואס דזשעי-נעט וכיוצ"ב מוז בלאקן 'אלע' פיקטשער סירטש ענדזשין'ס משום לא פלוג"
2) פארן צוברענגען די לינק פון "פארשריט"
http://furshrit.wordpress.com
וואס זעהט אויס גאר אינטערעסאנט מיט כסדר'דיגע אפדעיט'ס - און איז ווערט אונזער אויפמערקזאמקייט - איך האף נאר ס'זאל נישט האבן אזא סוף ווי
http://practicalnewsandinfo.blogspot.com וואס ווערט נאר אפדעיטעד איינמאל א יובל
3) פאר אלעם...
געשריבן: זונטאג מאי 25, 2008 8:30 pm
דורך זיידעניו
נאכן מאכן פארשידענע סוירשטעס דארט האביך באמערקט די קליינע אותיות
[align=center]results
searched over 487 million images in 1.105 seconds
Wondering why TinEye couldn't find your image?
* Our search index is still very small—just a fraction of all the images on the web! But our index is always growing, so be sure to search for this image again later.
* TinEye looks for the specific image you uploaded, not the content of the image. TinEye cannot identify people or objects in an image.
* Check out our Frequently Asked Questions for more info.
* Want to recommend a website for our search index? Submit your suggestion
Home About TinEye Cool Searches Submit Website
Hello Profile Log out
© 2008 Idée Inc.
[/align]
געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2008 10:44 am
דורך שוועמל
טאקע אינטערעסאנט וויאזוי טיניי ארבעט !
איך האב באקומען רשות כתיבה דארטן, און ממש געטראפן אלע ענליכע בילדער. איינער דארף דארטן סאבמיטן 'היימישע קרעטשמע' ווייל זיי האבן עס נאכנישט געאינדעקסט
געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2008 10:48 am
דורך אנדי פעטיט
איך נוץ שוין יענער סייט, אדאנק זיידעניו. אבער זיי טרעפען נישט קיין איין בילד וואס איך זוך!
געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2008 10:56 am
דורך זיידעניו
זיי האבן געטראפן מאשקעס אוואטער ארום הונרעט פיפציג מאל אויף פארשידענע ווערסיעס
געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2008 10:58 am
דורך אנדי פעטיט
אבער אידישע בילדער האבן זיי נישט געטראפען כמעט קיין איינס דערווייל.
איך וואונדער מיך אויך אויב עס איז שוין דא עפעס א פראגראם וואס קען סירטשען פאר אנדערע בילדער פון די זעלבע מענטש?
געשריבן: דינסטאג מאי 27, 2008 3:24 pm
דורך מאשקע
זיידעניו, שכוח פאר'ן מיך אינזינען האבן... איך האב עס אויך געזוכט און געטראפן אויף פארשידענע סייטס. מיט קיין אנדערע בילדער האב איך אבער נישט געהאט קיין סוקסעס, ער האט כמעט גארנישט געטראפן.