סאורס: אידישעוועלט.קאם
מייקראסאפט, וועלכער האט גענומען פאר א ציל אונטערצוהאקן גוגל'ן די פיס, האט אנגעהויבן נאכמאכן גוגל מיט איינס פון זייערע הויפט סוקסעסן דורך טיילן אומזיסטע פראגרעמס. אין א פארזוך איבער צושטייגן איינס פון גוגל'ס הויפט פרייע פראגראמען, האט מייקראסאפט לעצטענס געלאונטשט א גאר סאפיסטיקירטער פראגרעם וואס רופט זיך WorldWide Telescope וואו מען קען זעהן די גאנצע יוניווערס אנגעהויבן פון ערד קוגל ביזן ווייטסטן פלאנעט 'לא'.
דער פראגעם צייגט די בילדער פון פארשידענע קוועלער, דערונטער האבל טעלעסקאפ, און נאך פארשידענע נאסא און פריוואטע סיסטעמען. די ערד קוגל וואס ווער געזעהן איז זייער ענליך צו גוגל ערט'ס פראגראם מיט אן אפציע פון הייבריד, עריעל, אדער סטריט וויאו. כאטש וואס מען קען נישט גענוג זאאמען די ערד ביז די נאז אריין צוליב וואס די פראגרעם איז נאך אין בעטא (אין די דייפערס אויף אידיש), און יא, מיט דעם איז גוגל ערד בעסער. (און ווערט רעדט נאך פון גוגל סטריט וויאו).
די פאנאראמע פון די לבנה ווערט אויך געזעהן פון פארשידענע סארט טעלעסקאופן, אריינגערעכנט ערעבאס, מקמורדא, און לייעל. כדי צו פארשטיין די סיסטעם ברויך מען קען קענען עטוואס די הלוך ילך פון די יוניווערסעל סיסטעם. פאר א נאוויס וועט זיין גאר אינטערעסאנט די שטערן זשופיטער אדער די פלעק אויפן זון.
איר קענט זעהן דעם וועבסייט אדער דאונלאודן די פראגרעם פון זייער אפיציעלער געוועב פלעצל www.worldwidetelescope.org/.
מייקראסאפט: WorldWide Telescope Program
די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14185
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
מייקראסאפט: WorldWide Telescope Program
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- thefact
- שר האלפיים
- תגובות: 2512
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
- לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
- פארבינד זיך:
Microsoft ערמעגליכט יעדן צו ווערן א שטערן-זעהער:(נעקט טיים לייג די לינק)
http://www.yiddishworld.com/index.php?o ... ew=article
שכח שוועמל פאר די נייעס
זייער גוט באשריבן
בפרט האב איך הנאה פון דעם אויסדריק איך קוואוט "די פראגרעם איז נאך אין בעטא (אין די דייפערס אויף אידיש)"
און יעצט צום ענין:
קאמפעטישן איז גרעיט פאר די קאנסומער לכאורה וועלן מיר שטארק הנאה האבן פון די פייט
http://www.yiddishworld.com/index.php?o ... ew=article
שכח שוועמל פאר די נייעס
זייער גוט באשריבן
בפרט האב איך הנאה פון דעם אויסדריק איך קוואוט "די פראגרעם איז נאך אין בעטא (אין די דייפערס אויף אידיש)"
און יעצט צום ענין:
קאמפעטישן איז גרעיט פאר די קאנסומער לכאורה וועלן מיר שטארק הנאה האבן פון די פייט
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט