בלאט 1 פון 1

USB LIGHT

געשריבן: פרייטאג מארטש 28, 2008 12:43 am
דורך גור ארי'
איך האב מיך געוואלט אביסל ליכטיג מאכן, ביזדערווייל איז מיר שווארץ געווארן.

איך האב געקויפט דעם פראדוקט, איינגעשטעקט אינעם USB פארט, אלעס פיין און וואויל, און ס'האט טאקע זייער גוט געשיינט, אבער פלוצים, האט עס געגעבן א קראך, און האט צוקראכט די גאנצע USB פארט, און ס'ארבעט מער נישט דער פארט, ביי די פראפערטיס, זאגט ער מיר, אז ער האט נישט קיין דרייווער פאר די פארט, א חוצפה!

וואס טוט מען?, וויאזוי פארעכט מען, א USB ?

געשריבן: פרייטאג מארטש 28, 2008 2:09 am
דורך גור ארי'
אונזער טייערער מאשקע, האט מיר אין אישית געלאזט וויסן, אז די פיוז האט געקראכט, און ס'איז נישטא וואס צו טאן, און דאס פארט איז א פארגאנגענהייט.

צולייגענדיג, אז לכאורה איז דאס פון די פארטס אין פארנט פון קאמפיוטער, וואס דארט איז דא ווייניג לעקטער, צו וואס ער האט ריכטיג צוגעטראפן!!

איך האלט נאך אבער אלץ, אז נישט יעדע USB לייט, מאכט אן אזא פראבלעם, מיינס איז נאר געווען א דזשאנקי, און ס'זיכער געווען א פראבלעם מיט די ווייערס אינסייד.

יישר כח מאשקע.