בלאט 1 פון 1

קאנסומער ריפארט

געשריבן: פרייטאג מארטש 14, 2008 1:03 am
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

ווער עס האט א סובסקריבשען צי די קאנסומער ריפארט . קאם וועבזייטעל קען זיך מיט מיר פארבינדען

אין אישית אדער אויף גוגעל טאלק קען זיין אז מיר קענען זיך טיילען אין די סובסקריבשען קאסטען

אין עס וועט זיין זה נהנה וזה נהנה עכ"פ כ'זיך עקסעס צים קאנסאמער ריפארט.קאם

הצלחה ברכה

http://www.consumerreports.org/cro/index.htm

געשריבן: פרייטאג מארטש 14, 2008 1:07 am
דורך זיידעניו
מה זה קאנסוימער ריפארט ומה טובו בכולו בחן בחסד וברחמים אאפס פארפארפאררען ?

געשריבן: פרייטאג מארטש 14, 2008 8:32 am
דורך farshlufen
קאנסומער רעפארט איז א מאגאזין וואס ווערט ארויס געגעבן דארך אן נאט פאר פראפיט ארגענאזאציע וואס הייסט די קאנסומערס יוניען, זייער עיקר ארבייט איז אויס צו פראבירן פארשידענע ארטיקלען, אנגעהויבן פון קארס אין געענדיגט ביי אזעלכע קלייניקייטן ווי זייפן, אלעס כדי דער קאנסומער זאל וויסען וועלכע ברענד ס'איז ווערט צו קויפן און וועלכע ס'איז א שאד צו שפענדן א פעני דערפאר.

זיי זענען אנדערש ווי די געווענליכע מאגאזינען וואס טעסטן זאכן, מיט דעם וואס זיי נעמען נישט אן קיין אומזיסטע ארטיקלען, און וואס זיי טעסטן באצאלן זיי דערפאר די פולע פרייז.

געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2008 11:35 am
דורך הערשעל
ווען וועט ארויסקומען א קאנסומער ריפארטס פאר אידן, וואס זאל טעסטן די אידישע פראדוקטען? סוכות, מצה און נאך טויזנטע פראדאקטס?

וואס איז געווארן מיט די סאבסקריבשען?

איז זייער וועבסייט אנדערש ווי די מעגעזין?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 21, 2008 12:59 pm
דורך הערשעל
גאנץ א לאנגע צייט דורכגעפלויגן זייט איך האב דא געפרעגט מיינע פראגן און דערוויייל געבליבן אומפארענטפערט.

איך טריי נאכאמאל.

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 5:35 pm
דורך farshlufen
1) אויב דו האלסט אז עס לוינט, קריינא דאגרתא וכו'

2) איך האב קיין אהנונג פון וואס איר רעדט.

3) אויך די וועבסייט איז אלע ארטיקלען אין רעטינגס אוועילעבל, פלאס נאך געוויסע ליסטעס און רעטינגס, משא"כ אין די מאגעזין האט איר נאר וואס זיי האבן דעם חודש געטעסט.

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2009 11:11 am
דורך הערשעל
1) מען דארף עס ווען אנהייבן דא אין קרעטשמע.

2) פון די סאבסקריבשאנס וואס לאקשן ברעט האט געבעטן.