דזשי פי עס: א נייער מאחדעל פאר פוס-גייער

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

דזשי פי עס: א נייער מאחדעל פאר פוס-גייער

תגובהדורך אלטעבחורל » מיטוואך מארטש 05, 2008 10:42 am

הערטס אויס טעכנעלאטגיע באפעלקערונג.

איך וויל אייך מיטיילן א זאך וואס כמעט א יעדע מענטש ברויך צוקומען דערצו, אין קיינע פון ענק טעכנעלאגיע וויל זיך נישט צו שטעלן. פארוואס טאקע? אפשר איז דאס א קלייניגקייט וואס פעלט נישט אויס אויפצוטוען, וויל איך ענק זאגן אז עס איז ממש כלו כל הקיצין, מען ברויך עס יא.


יעצט דאסמאל מיין איך עס אמת'דיג. אמת טעכנעלאגיע אז עס איז שוין פארהאן אזא זאך וואס ווערט אנגערופן 'דזשי פי עס' דאס וואס מען האט אין די קאר אין דאס ווייזט דער וועג - אין צומאל חלילה פארקערט (מען זאל נישט געפראווט ווערן). איז דאס אבער א זאך וואס מענטשען האבן אסאך נוצן דערפון, עס איז זייער א גוטע זאך, והא ראי' אז צוטאג'ס קומט דאס שוין אין די קאר אריינגעבויעט. איז דא א נוצערישע'ר כלי. געוואלדיג.

דאס אלעס איז פיין אין וואויל פאר די קאר'ס טראק'ס וכו', וואס טוט זיך אבער מיט די פוס-גייער? ווי למשל איך יודל וואס שלעפט זיך כסדר ארום באטרוועס אין די גאסן מען גייט ארום פון געגענט צו געגענט, כ'זאג נישט מען קען נוצן א קאר אויך אדער אפילו א טעקסי. אבער וואס איז למשל מ'גיימער ערגעצוואו אין אנדער פלאץ אין די וועלט צו אפילו נישט אין א אנדערער פלאץ אין די וועלט, אין איך וויל יא גיין נעמען א שפאציר, אין איך האב נישט די גענויען וועג וואו אהין איך ברויך גיין. אנשטאט פרעגן יעדער פיסגייער "ווי גייט מען דארט אין דארט?" דער ווייזט אזוי אין דער אנדערער איז זיך סותר, לסוף קומט מען צוריק די זעלבן פלאץ פון ווי מען האט ארויסגעוואקט, נאר פון די אנדערע זייט גאס. שיין זע מיר אויס.

[צום ביישפיל: פרעג איך אמאל איינעם דירעקציעס, ווי גייט מען 'דא אין דארט'?, זאגט ער מיר אזוי, אההה מאך דא רעכט'ס - גראד דא ביים קארנער, גיי אראפ צוויי גאסן אין האלט דיך גראד, דערנאך מאך איין לינקס פארקלאץ דיך אבער נישט, אין שטיי אין האלט קאפ צו די לינקע זייט וועסטו זעהן א זייטיגער פרשת דרכים גיי אריין לינקס מער ווייניגער, "ענד דעיר געזט לאטסט" (דארט ווער פארלוירן). אמין גערעדעכט'ס.

דאס ווילן מיר דא אויסמיידן אין צו דעם זוכן מיר אן אויסוועג].

*

יעצט האט איינער שוין געזעהן אדער געהערט פון אזא מין זאך, לאמיר דאס רופן 'על פי עס' דאס וועט דינען במקום 'דזשי פי עס' פאר די פוס-גייער, אויב איז דאס נאכנישט דא, וועט מען דאס מוזן פארלאנגען פון די טעכנעלאגיע צענטער.

דאס וועט זאגן לויט די מענטש'ס וואק ווי ווייט ער ברויך נאך גיין, עס וועט זיין אזא קליינער באקסל אפאר אינטשעס אויף אפאר אינטשעס. אין עס וועט אויך קענען רעדן, אדער וועט מען אריינלייגן הער מאשינדלעך, אין פארשטייט זיך אז עס וועט ארבעטן מיט 'בלו-טוט' אויך. עס וועט זיכער צוקומען מיט די צייט נאך אן אפשען אויסער 'בלו-טוט'.

עס וועט מעסטן די טריט אויך לויט די וואטק פונעם מענטש, עס וועט זאגן וויפיל מייל מען ברויך גיין - ווי פריער דערמאנט, אין ווי שטארק די אטעם פונעם מענטש איז א.ד.ג., עס וועט זיין א געוואלדיגער זאך. נישט אזוי?


יעצט קען איינער אויסטשעקן ווען עס קומט ארויס? אין וויפיל אזא זאך וועט קאסטן.

*

מאחרק מיי וואטרד'ס

גלייבט מיר אז ביז א שטיק צייט וועלן די געשעפטן אדווערטייזן, אז זיי האבן שוין די סארט רעקל מיט'ן אריינגעבויעטן מאשינקע 'על פי עס' וואס העלפט ארויס אין מאכט גרינגער די גיין פארן מענטש. פאר די חתן וועט עס קומען אין די פעקעדזש דיעל!

אין פאר יעצט האטס א געזונטן לעבן! אסאך הצלחה צום 'על פי עס'.

הק' אלטעבחורל.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך מארטש 05, 2008 10:49 am

זיי האבן שוין די סארט 'דזשי פי עס' פאר די פוס-גייער
מ'קען נוצן א סעלפאן מיט GPS

שכח פאר די זאפטיגע ארטיקל
די טעכנעלאטגיע באפעלקערונג מעג אפטער הנאה האבן פון דיר קיפ אן

די גרעסטע וויץ איז א ערענסטע תירוץ אויף א הומעריסטישע ארטיקל... גיי פארשטיי א GEEK
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך מארטש 05, 2008 12:50 pm

שכוח אלטער פאר די שיינע ארטיקל, וויזוי זאגן זיי נאר? העי, יו נעווער נאו.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מיטוואך מארטש 05, 2008 1:30 pm

אלטערטשקע שכוח פאר'ן אויפמערקזאם מאכן, אבער וויסן זאלסטו מיין טייער קינד, איך האב נייעס פאר דיר, עס איז שוין דא אזאנס!!!
קודם כל רוב GPS'ן קומען היינט צו טאגס מיט בעטעריעס, ממילא קען מען עס ארומטראגן מיט זיך ווי מען גייט.
והשנית איך האב למשל אויף מיין טריא א פראגרעם וואס איז טאםטאם "על פי עס", א געהעריגע מאפע מיט אלע דעטאלן און איך האב נאך אזא קליינע מאשינקעלע וואס ארבעט 24 שעה אהן דארפן ווערן ריטשארדזט, עס איז בערך 2 אינטשעס אויף 1 אינטש, און עס איז זיך מחבר צום לויתן סעטעליכט, און ער שיקט זיינע סיגנאלן צום טעלפאון צו ווייזען דעם פארשוין פונקטליך ווי ער איז און ווי שנעל ער גייט און וויפיל מייל מען האט נאך צו גיין אא"וו.
עס האט אויך א אפשען פון בייק ריידערס, און אנדערע ווערטער עס איז נישט נאר פאר קארס, נאר אויך פאר פיסגייערס.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מיטוואך מארטש 05, 2008 1:41 pm

די נאמען על פי עס געפעלט מיר טאקע זייער, עס איז מיר אינטערסאנט פארוואס די קאמפאניס נוצען עס נישט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 05, 2008 2:42 pm

וואס איז די נוטריקון פון LPS?

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מיטוואך מארטש 05, 2008 3:37 pm

אפשר
Laps Positioning System
???
וער ווייסט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג מארטש 06, 2008 8:46 am

L'egs P'ositionig System
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מארטש 10, 2008 10:36 am

אלטער, איך האב יעצט געליינט דאס ארטיקעל מלא חן וטעם בחורים.

ווען דו קימסט ארויס מיט דיין אינוועטעישאן....כ'מיין אינווענטשאן שיק מיר אין אישית און איך וועל דיר שיקן געלט אין אישית.

יישר כח.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 12, 2008 12:21 am

L'Alters Positioning System

פיקח;
וואס איז די מאשינקע וואס דו טראגסט ארום אין טאש און איז זיך מתחבר צום לויתן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מאנטאג ינואר 28, 2013 5:32 pm

שוין ארויסגעקומען?


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט