וויזוי ארבייט לעקטער?

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

וויזוי ארבייט לעקטער?

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:09 pm

איך בין נייגעריג
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 3:21 pm

קוק אין יפה בעתו. אדער אין כתבי משה, צום סוף. אדער אין ספרים חיצונים (ח"ו)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 3:29 pm

אדער זאל איינער נעמען די מיה, און אונז מהנה זיין

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 22, 2008 1:17 am

פראטאנס מיט ניטראנס און עלעקטראנס. פאזעטיוו מיט נעגעטיוו. עס האט עפעס א שייכות מיטן אטאם (די אטאם חכמה איז געוון צו נעמען די ניטראנס, די חלק שאינו מתחלק און עס יא צוטיילן דורך פארשידענע מעטאדן וואס שאפט אן אומבאשרייבליכע אפעקט ווען עס קומט אין קאנטאקט מיט זיינע חברים די פראטאנס און אנדערע יסודות).

אין קורצן ווערט געשאפן א מאגנאטישן כוח דורך צוויי הפיכים וואס שלאגן זיך, דאדורך ווערט די אטמאספער ארום זיי ווי אומבאשלאסן און נעמט זיך אנטלויפן, דאס באשאפט א ראטאציע וואס ברענגט דעם מאטאר זיך צו דרייען. אויפן שפיץ גאפל. (גאנץ לעקטער באשטייט פון א מאטאר. א קאר. א מיקסער. א פען. עירקאנדישאן. באן. ערעפלאן. פריזשידער, און וואס נישט? חוץ א באלב).

'עלעקטריק' איז שם הכולל פאר מיליאנען זאכן, עס קען מיינען וויאזוי פראדוצירט מען לעקטער, וויאזוי דרייעט זיך א מאטאר, וויאזוי ברענט א באלב, וכו' וכו'.

זאג בעסער וואס דו ווילסט וויסן און מ'עט פרובירן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » פרייטאג פאברואר 22, 2008 12:26 pm

שוין רעדענדיג פון דעם פרעגט זיך א פראגע?
פארוואס ווען מען מאכט א סוויטש פאר א עלעקטרישע זאך איז נישט קיין נפק"מ ווי מען לייגט עס אויפ'ן נעגעטיו אדער אופ'ן פאזיטיו? ביי ביידע וועט ער ארבעטן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 12:41 pm

ווייל א סוויטש טיילט אפ איין וויטער און איימאל עס פעלט די כוח המחולקה פון אינעווייניג אינעם לעקטער איז נישט דא די כוח העלעקטרי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 22, 2008 3:42 pm

פיקח, דאס איז נישט קיין פראגע ווייל ווי זיידי האט געשריבן, א סוויטש האקט אפ ס'יז נישט קיין חילוק וועלכע (אגב, יעדער עלעקטרישאן ווייסט צו אפהאקן דעם פאזיטיוון זייט).

די פראגע איז נאר וויאזוי א 220 וואלט ארבייט וואס פארמאגט צוויי באזונדער פאזיטיווע ליינס אן קיין נעגעטיוו. א ביאור וועט נאכפאלגן בל"נ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פארשטאנען
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:42 am

תגובהדורך פארשטאנען » מוצ"ש פאברואר 23, 2008 7:39 pm

א 220 באלב איז איין פאזיטיווע און איין נעגעטיוו
נאר ס'נישט קיין חילוק וועלכע וועג

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש פאברואר 23, 2008 8:46 pm

פארשטאנען;

אין ענגלאנד אדער אין יוראפ ביזטו גערעכט, ווייל דארט ארבייט אלעס מיט 220 איין פאזיטיוו און איין נעגאטיוו.
אבער אין די אמעריקאנע לענדער באשטייט א 220 פון צוויי באזונדערע פאזיטיווע, דאס הייסט צוויי מאל 110 = 220. פארשטאנען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פארשטאנען
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:42 am

תגובהדורך פארשטאנען » זונטאג פאברואר 24, 2008 8:52 pm

יישר כח פארן געבן צו פארשטיין
אפשר מיינסטו א דיממער באלב וואס מ'קען מאכן שוואכער און שטערקער
וואס באשטייט טאקע פון צוויי באזונדערע פאזיטיווע, דאס הייסט צוויי מאל 110 = 220
ווי שוועמל האט ערקלערט
און דאס לכאורה איז איז בעצם אזוי ווי צוויי באלבס
ווייל עס האט צוויי פילאמענטס [די פאדעם וואס ווערט הייס און שיינט]
למשל איינס פון 25 וואטס און איינס פון 50 וואטס
און ווען מען שטעלט עס אן אויף די קלענסטע וועט זיך נאר אנצינדען די 25
און העכער וועט זיך נאר אנצינדען די 50
און די העכסטע וועט זיך אנצינדען ביידע וועט זיין ס"ה 75

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 24, 2008 11:15 pm

דארפסט דיך נישט נישט מיטשענען צו פארשטיין מיין פראגע בנוגע 220... איך בין נישט קיין ראשון. כ'וועל דיר עס מסביר זיין פשוט.

איך רעד פון א עיר קאנדישאן וואס נוצט 220 וואלט (נישט קיין באלב), אדער א העווי מיקסער פון די בעקערי וואס נוצט 220 וואלט וכדומה. אויב עס האט נישט קיין נעגעטיוו וויאזוי ווערט די אפגענוצטע צעלן צוריקגעשיקט צום פלענט ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג פאברואר 25, 2008 7:04 pm

אפשר ווערט די גראונד פארוויקעלט און די נוטרעל?

איך בין אויך נישט קיין ראשון אבער אזוי האב איך געמיינט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג פאברואר 25, 2008 11:23 pm

אקעי לויט ווי איך (ע"ה בעניני לעקטער) כאפדע אויף איז דא פארשידענע מינע זאכן
לאמיר גיין שטאטלעך
1. וויזוי שיינט א באלב?
2. איז פלארעסענט אנדערש?
3. וואס מיינט וואטס?
4. ווזוי באקומט מען א לעקטריק שאק?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 26, 2008 5:10 am

1. א באלב איז פון די פשוטס'טע חלק פון לעקטער וואס ווערט געברענגט אין סדר הדורות אויף א ראשון וואס האט געהייסן ר' מאיר, אז ער האט געהאט א לעכט ואוס האט קיינמאל נישט אויסגעברענט אדער געדארפט טוישן אויל.

2. פלארעסנט איז נישט אנדערש לגבי די וועג וויאזוי ס'שיינט. ס'יז אבער יא אנדערש מיט פארשידענע טעכנישע דעטאלן, למשל א פלארעסנט איז א 'לאו וואלטעזש' בעת א האלעזשען באלב איז באזירט אויף הויך וואלטעזש מעינלי. און די עיקר חילוק וואס מאכט א פלארעסנט שיינען אנדערש ווי א האלעזשען באלב איז דערפאר וואס ס'יז אנגעשמירט מיט א קעמיקאל פון אינסייד אזוי וואס טוישט די שיין. (ווילסט אריינגיין אין מער דיטעילס? נעווער ענדינג).

3. דו פרעגסט 'וואטס', אבער דו מיינסט 'וואלטס' מסתם. ס'יז צוויי באזונדערע זאכן. וואלטס ווערט גענוצט אין טערמינען צו מעסטן די קראפט פונעם עלעקטריק שטראם, ווי העכער די וואלטס אלס שטערקער די קראפט. א בלויזע AA באטערי באשטייט פון א נישטיגע 1.5 וואלטס וואס איז פונקט גענוג צו געבן קראפט פאר א קליינטשיגע באלב אדער קליינע זייגער מיט א דרייער'ל (מאטאר). ווידער פאר די גרויסע באלבס וואס דארפן נוצן 110 וועט די כוח פון א באטעריע נישט זיין גענוג.
לגבי 'וואטס', דאס איז מער ווייניגער א טערמין פון מעסטן היץ וואס ווערט פרודוצירט פון די לעקטער קראפט וואס וועט כאפן א חילוק אין פארשידענע פעלער. א לאנגען אריכות וואס איך פארשטיי נאך עד היום נישט..

4. דורכאויס די אנטוויקלינגען אינעם לעקטער סומאטוכע, האט מען ערפינדן אז געוויסע מאטעריאל פירט דורך די עלעקטרישע שטראם אין זיך, דאגעגן זענען דא מאטעריאלן וואס פירן נישט אדורך אין זיך נאר פארקערט, זיי בלאקן די שטראם. לדוגמא, 'אייזן', 'וואסער', פירן דורך לעקטער אין זיך, דערפאר באשטייט אלע ווייערס פון אייזן אדער קופער. א בעל חי וואס האט אין זיך לעבעדיגקייט פירט אויך דורך אין זיך אן עלעקטריק שטראם. און דערפאר וואס דער כוח אינעם מענטש איז באגרעניצט באקומט מען א שאק ווען עס פירט דורך א העכערן שטראם ווי וואס דער קערפער קען דערהייבן. ווידעראום 'ערד', פלעסטיג און גלאז וכדומה האקן אפ די שטראם, דערפאר זענען אלע ווייערס ארומגענומען מיט פלאסטיג אדער ראבבער באשיצונג צו היטן אויף די מענטשן וואס כאפן דאס אן.

עוד חזון למועד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג אפריל 29, 2012 7:38 pm

עס מאכט סענס...? אז אויב א גראונד ווייער רירט אן די בעק שרויף פון א שבת זייגער (די דיגיטל סארט), זאל עס מאכן קראכן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יוני 11, 2012 12:05 pm

ווינקל האט געשריבן:עס מאכט סענס...? אז אויב א גראונד ווייער רירט אן די בעק שרויף פון א שבת זייגער (די דיגיטל סארט), זאל עס מאכן קראכן?

ניין עס מאכט נישט קיין סענס
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט