אינטרעסאנטע יחוס "בוים" מיט 26 אלפים היימישע אידן.

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

אינטרעסאנטע יחוס "בוים" מיט 26 אלפים היימישע אידן.

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 1:31 pm

איינער האט מיר לעצטענס געשיקט א אינוויטעישאן צו א יחוס בוים אין
www.geni.com
און צו מין פארוואונדערונג האב איך געטראפן דארט רבבות אידן... בלי גוזמא, 26 טויזענט נעמען פון אלע משפחות מיט קינדער פארצווייגט, טויזענטער משפחות בלי גוזמא.

די יחוס בוים גייט ארויף ביז די גאונים און תנאים
עס איז אינטרעסאנט צי יעדער קען זיך אנשליסן דערין.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 1:56 pm

עס מוז האבן מער פון דעם ווייל מיין ג'יני בוים אליינס האט איבער 10 טויזענט.

איך האב אבער דערווייל נישט געפונען קיין נוצען דערפון.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 1:59 pm

איך בין שוין עוסק דערין א לענגערע צייט, איך זעה נישט קיין פיוטשער דערויף.

איצט בין איך ביזי, אבער עוד חזון למועד.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 2:09 pm

איך זעה אבער עס וואקסט טעגליך מיט הונדערטער נייע צוגעקומענע מענטשן.
צי עס האט א נוצן?

1) פאר מענטש וואס גלייכן יחוס, און האבן א געפיל דערצו, האבן יעצט א גאנצע גוטע TOOL.
2) מענטשן וואס ווילן שטופן צייט, עס איז כשר, און גאנץ אינטרעסאנט.
3) יעדער קען אליינס זען צי ער איז טאקע אן אייניקל פון אדם הראשון אחר בן אחר, אדער חלילה נישט.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 2:33 pm

דזשנעט בלאקט מיר עס

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 2:34 pm

ביי מיר איז עס נישט בלאקירט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 4:45 pm

פאטאקי, יעדער ווייסט אז דו האסט דזעי נעט מוזט נישט יעדעס מאל עס מעלדן, איך האב אויך דזעי נעט און עס איז אפן, זעהט אויס אז דו האסט א שטארקע לעוול, ווען דו האלסט אז א סייט איז געבלאקט נישט גערעכט און דו ווילסט אז זיי זאלן עס עפענען, ביטע לאז 'זיי' וויסן, יישר כח.

איך האב מיך פריערט נישט גוט אויסגעדרוקט און איים סארי פור דעט, מיין פוינט וואס איך פריערט געזאגט אז איך זעה נישט קיין פיוטשער פאר זיי, האבעך נישט געמיינט צו זאגן אז איך זעה נישט קיין פיוטשער פאר די איידיע, נאר פאר די ספעציפישע קאמפאני ביינונז חסידישע אידן.

דהיינו:

1. עס איז געבעיסט אויף די ענגלישע שפראכע, וויפיל פון אייערע פעטער'ס זיידעס צוגעקומענע קאזינ'ס נעמען קענט איר ספעלן ריכטיג אויף ענגליש, און לאמיר זאגן אז איר קענט, וויפיל פון די וואס האבן עס געלייגט קענען.

2. די צענדליגער טויזענטער נעמען וואס זיי האבן איז מער ווייניגער ביז א דור אדער צוויי צוריק, ווייניג ביימער גייען מער ווי פיר דורות.

3. ווען איך לייג צו א נאמען און עס איז שוין דא סאום האו אין די סיסטעם, פרעגט עס מיר נישט אויב איך רעד פונעם זעלבן מענטש, נאר עס לייגט צו א נייעם מענטש וואס האט פערצופאל דעם זעלבן נאמען, און דער פראבלעם איז אז דער גאנצער אויפטוה איז מער גארנישט ווערט, ווייל אויב ווער איך נישט באהאפטן מיט אן עקזעסטירנדן בוים, וואס איז די גאנצע איידיע.

4. עס ארבעט ביטער שטייט, די סיבה זאגן זיי איז ווייל זיי האבן געבויעט דעם פראגראם נאר פאר 20000 נעמען, און עס איז שוין מער ווי דעם.

עס האט נאך פלאוס און איך בין נישט אויסן זיי צו שעדיגן, און רוב פון די פראבלעמען איז נישט דייקא פאר אונז חסידישע אידן, אבער דאס איז זיכער אז די איידיע איז מעכטיג, הלואי זאל זיך א קאמפאני יאווען און עפענען אזאנס אויף אידיש|לשה"ק, גראדע האבעך גערעדט מיט די אנפירער פון 'אידישע וועלט', אבער זיי זאגן אז עס דארף קאסטן שווערע טויזענטער דאללאר'ן און זיי זען נישט וויאזוי דאס קען צוריקברענגן דאס געלט.

דאס איז פאר איצט, ועוד חזון.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 4:54 pm

ליינענדיג וואס יאנוש האט באאבאכטעט, איז ער אויבנאויף גאנץ גערעכט, אבער, ס'איז דא אן אפס מיט א ספאדיק.

1) דעם פראבלעם מיט אידיש/ענגיש אדער לשה"ק נעמען איז נישט אזא מאסיווער פראבלעם. אז עס שטייט AZIK אנשטאט אייזיק, אדער MOSHE אנשטאט משה, איז נישט אזא מילער. איין פראבלעם איז דא ווען עס רעדט זיך פון "שייע" (ישעיה) אדער "ישייע" (יהושע). חוץ מזה איז מער ווינציגער אלס ליינבאר.

2) מאנכע פאמיליעס גייען ארויף הכער ווי 4 דורות. עס איז טאקע שווער, און פאר דעם קענען די גינאלאגיסטן אסאך בייהילפיג זיין מיטן ארויפציען דעם בויעם אלס העכער.

3) דער פראבלעם מיט דאבלס און טריפס, איז א שווערע פראבלעם. אבער עס איז פאראן עצות דערצו. לויט ווי איך הער קען מען זאגן פאר'ן סיסטעם אז יענער משה גרונם, איז מיין עלטער זיידע, און אזוי ווערט די TREE געוואויר אז מיר זענען קוזינס.

4) איך זעה אויך נישט קיין מציאות וויאזוי די קאמפאני קען דא פארדינען. אבער לאזן זיין דאס אויספיגערן.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 4:54 pm

יאנאש האט געשריבן:פאטאקי, יעדער ווייסט אז דו האסט דזעי נעט מוזט נישט יעדעס מאל עס מעלדן, איך האב אויך דזעי נעט און עס איז אפן, זעהט אויס אז דו האסט א שטארקע לעוול, ווען דו האלסט אז א סייט איז געבלאקט נישט גערעכט און דו ווילסט אז זיי זאלן עס עפענען, ביטע לאז 'זיי' וויסן, יישר כח.


איימסארי יאנאש איך האב פשוט געמיינט צו זאגען אז איינער זאל מיר זאגען מער דיטעלס ווייל די לינק זע איך נישט נעקסטעם העל איך בעסער ארויסשרייבען און אויב איז דאס אויך א פראבלעם און מען רעדט נישט דא צו קיין שטארקע JNET יוזערס דאן געב איך אינגאנצען אויף נאכמאל אנשטולדיגט

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג ינואר 17, 2008 5:07 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:ליינענדיג וואס יאנוש האט באאבאכטעט, איז ער אויבנאויף גאנץ גערעכט, אבער, ס'איז דא אן אפס מיט א ספאדיק.

1) דעם פראבלעם מיט אידיש/ענגיש אדער לשה"ק נעמען איז נישט אזא מאסיווער פראבלעם. אז עס שטייט AZIK אנשטאט אייזיק, אדער MOSHE אנשטאט משה, איז נישט אזא מילער. איין פראבלעם איז דא ווען עס רעדט זיך פון "שייע" (ישעיה) אדער "ישייע" (יהושע). חוץ מזה איז מער ווינציגער אלס ליינבאר.

דער פראבלעם ווערט אבער ווען איך סורטש פאר א נאמען קען איך עס רוב מאל נישט טרעפן, און ווען דער לעצטער נאמען איז שלעכט געספעלט איז עס נאך ארגער.

אלץ-ווייסער האט געשריבן:2) מאנכע פאמיליעס גייען ארויף הכער ווי 4 דורות. עס איז טאקע שווער, און פאר דעם קענען די גינאלאגיסטן אסאך בייהילפיג זיין מיטן ארויפציען דעם בויעם אלס העכער.

קען זיין, אבער נאכנישט גענוג.

אלץ-ווייסער האט געשריבן:3) דער פראבלעם מיט דאבלס און טריפס, איז א שווערע פראבלעם. אבער עס איז פאראן עצות דערצו. לויט ווי איך הער קען מען זאגן פאר'ן סיסטעם אז יענער משה גרונם, איז מיין עלטער זיידע, און אזוי ווערט די TREE געוואויר אז מיר זענען קוזינס.

איך ווייס אז מען 'קען' קאנעקטן איין בוים מיט א צווייטן (נאך שיין עס אידאך א יחוס סיסטעם) דער פראבלעם אבער איז אז דער סיסטעם איז זייער נישט העלפבאר, און מען קען עס נאר טון ווען דו לייגסט צו א נייעם נאמען, איך האב נישט געטראפן דעם אפשן אויב דער נאמען עקזעסטירט שוין.

אלץ-ווייסער האט געשריבן:4) איך זעה אויך נישט קיין מציאות וויאזוי די קאמפאני קען דא פארדינען. אבער לאזן זיין דאס אויספיגערן.

עס איז זייער פשוט וויאזוי מען קען פארדינען, קודם כל פאר א פרינט אוט קען מען טשארדשן געלט, און צווייטנס שפעטער ווען עס איז א ערענסטע דאטא בעיס, קען מען טשארדשן מעמבער שיפ.

גוד לאק פור דעם, אבער אויב ווייסט איינער פון א סייט וואס איז שנעלער און בעסער, ועל כולם אויף אידיש\לשה"ק, וואלט געווען ראטזאם צו לאזן וויסן.

פאטאקי האט געשריבן:איימסארי יאנאש איך האב פשוט געמיינט צו זאגען אז איינער זאל מיר זאגען מער דיטעלס ווייל די לינק זע איך נישט נעקסטעם העל איך בעסער ארויסשרייבען און אויב איז דאס אויך א פראבלעם און מען רעדט נישט דא צו קיין שטארקע JNET יוזערס דאן געב איך אינגאנצען אויף נאכמאל אנשטולדיגט

איך רעד נישט נאר פון דא, עס איז אן ערשיינונג וואס פאסירט זייער אפט, און ניין מען ברויך נישט שרייבן אויפן קעפל 'נישט געאייגנט פאר באנוצער פון דזעי-נעט לעוול פיר און העכער'.


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט