הפ מאכט יעצט העדליינס נאכן כאפן א מעגליכע גנבה פון דיינע קיבארד דרוקערייען.
א קי סטראוק גנבה איז פשט אז ס'איז דא א סאפטווער אויף דיין קאמפיוטער וואס כאפט אפ יעדע קנעפל וואס דו דרוקסט און שיקט עס דארט ווי ער דארף עס שיקן.
דאס איז א גרינגע וועג וויאזוי צו גנבענען דיינע פעסווארדס, קרעדיט קארטל אינפארמאציע, וכדומה.
דאס מאל קומט עס פון די בארימטע פירמע הפ, וואס ווערט באשולדיגט דורך מאנכע אז זיי גנבענען קי סטראוקס מיט א פראגראם גערופן מייק טרעי, וואס איז אין C:\Windows\System32\MicTray.exe (אנדערע האבן עס אין אנדערע פלעצער, זעה*)
אויף זייער אסאך מאדעלן פון די הפ לעפטאפס. די לאג ווערט געסעיווט אין C:\Users\Public\MicTray.log
די פראגראם איז אפיציעל געמאכט צו קאנטראלירן די וואליום פון די לעפטאפס אבער ווי נישט ווי כאפט ער אויף אלע דיינע קי סטראוקס.
היות דאס קומט פון א לעגיטימע פראמינענטע פירמע, לאזט זיך נישט גלייבן אז זיי זאלן פשוט גנבענען דיינע קי סטראוקס, און נאך אנדערע זאכן וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דאס זאל זיין דא בכדי צו גנבענען דיין אינפארמאציע.
מ'שפעקולירט אז די סיבה פארוואס די פראגראם כאפט אפ דיינע קי סטראוקס איז וויבאלד ער דארף רעאגירן צו געוויסע קנעפלעך בכדי צו קענען רוקן די וואליום, סיי ווי אזוי זאגן קאמענטארער אז דער וואס האט געמאכט די פראגראם קומט זיך קלעפ....
א פארשטייער פון הפ האט געשריבן פריער "מ'האט מיר געהייסן איבערגעבן אז א תירוץ איז אויפן וועג"...
אדער אין זיינע ווערטער
some encouraging news. I have received an update that a "response is in progress". Stay tuned.
*
c:\ Program Files\CONEXANT\Install\Audio\MicTray\MicTray
c:\program files\conexant\mictray
אייגעלע ריפארטינג עקסלוסיוולי פאר קנ"א טעכנאלאגיע
...