אויב האלטסטו געווענליך אין קאר א לעפטאפ קענסטו פאר $70.00 האבן מייקראסאפט סטריט און טריפס וועלכע איז גאר א געשמאקע גפ"ת (איך עכ"פ גלייך עס שטארק) און בכלל זייער א נוצבארע Route Planner און Fuel Cost Calculator מיט נאך פארשידענע מעלות (א גרויסע סקרין שטייצעך, ספעציעלע נאכט וויזיע מעגליכקייט, קענסט סעיוון די גאנצע טריפ ביי דיר אויפן קאמפיוטער), ער איז היבש פלעקסיבעל מיטן אויסשטעלן די רוט וועלכע פריער וועלכע שפעטער, וואו דו ווילסט מאכן א סטאפ און פאר ווי לאנג, קענסט אויסרעכענען ווי שנעל א טריפ וועט נעמען בעיסד אויף וועלכע ספיד דו דרייווסט געווענליך אויף יעדע מין ראוד/הייוועי, ס'האט אויך אפדעיטעד ראוד קאנסטראקשן אינפארמעישן.
ס'קומט אויך אין א פשוט'ערע ביליגערע ווערסיע (בערך $35/40) וועלכע האט אלעס אויסער די GPS חלק.
אויב פלאנסטו א לענגערע טריפ, פארשטייט ער אז דו פלאנסט נישט צו דרייוון אפאר הונדערט/טויזענט מייל רצופים, דארפסט אים נאר זאגן ווען דו פלאנסט זיך ארויסצולאזן אויף די רייזע, און ווען דו פלאנסט זיך אפצושטעלן אויף א לינת לילה, און ס'איבריגע קאלקולעישן וועט ער דיך צושטעלן, וואו אויך צו-ווייזן וואו דו דארפסט ריפיולען.
ועל כולם האט עס א זייטיגע מעלה אז ס'איז נישט אינטערנעט בעיסד, דו קענסט פלענען א טריפ ביי דיר אינדערהיים, אפיס אדער קאר אפילו ווען דו ביסט offline, ס'ארבעט מיט א USB פלאג-אין וועלכע דינט אלס דשי. פי. עס. לאוקעיטאר, (דו דארפסט אינטערנעט קאנעקשן נאר צו אפדעיטען ראוד קאנסטראקשן).
איך פלעג עס גראדע נוצן אמאל בעיקר צו פלאנירן א טריפ פון פאראויס, כ'בין געווען גאנץ צופרידן דערפון.