טעכנאלאגיע סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

לויט באריכטן האט דער באקאנטער 'אנאנאמעס' העק-טעוויסט גרופע באוויזן אראפצוברענגען דער מד"י מוסד שפיאנאז אגענטור'ס וועבזייטל, אלץ א נקמה אויף זייער אקציעס אין עזה אין וועלכע אריבער טויזענט זענען שוין גע'הרג'עט געווארן.

עס קוקט אויס ווי גאר א שווערע DDoS [ד'יסטריביוטעד ד'ענייעל א'וו ס'ערוויס, א סארט אטאקע וואס מען ברענגט אראפ א וועבזייטל דורך שיקן אויפאמאל מער פון וויפיל טרעפיק ער קען פארנעמען], דער גרופע האט עס געמאלדן אויפן איינער פון זייערע טוויטער אקאונטס שוין מיטוואך אווענט און עס איז דערווייל נאכאלץ דאון.

דער אטאקע איז א חלק פון זייער ברייטע קאמפיין מיטן נאמען 'אפערעישאן סעיוו גאזא',אין וועלכע א גרויסע צאל וועבזייטלעך פון איזראעלישע פירמעס און ארגאנאזאציעס זענען אטאקירט געווארן, און געוויסע זענען געהעקט געווארן און ארויפגעלייגט מעסעדזשעס און בילדער אנקעגן דער מד"י אפעראציע אין עזה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

לויט באריכטן איז פארגעקומען א מאסיווע העקעריי אויפן וועבזייטל Viator - וועלכער איז דער וועלטס גרעסטער טרעוועל בוקינג סייט און באלאנגט היינט פאר TripAdvisor - אין וועלכע א געשאצטע 1.4 מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע איז ארויסגערינען צו די העקערס.

אין א פרעס רעליס זאגט Viator אז זיי האבן אויפגענומען עקספערטן אפצושאצן דער גרויסקייט פון דער אריינברעכעריי, און זיי גייען אינפארמירן אלע אפעקטירטע קאסטומערס, אבער זיי ראטן איעדער וואס האט אן אקאונט דארט צו טוישן דער פעסווארד, און אזוי אויכעט אלע פעסווארדס וואס זענען די זעלבע פון יענע.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובה דורך מייקראסאפט »

טשעיס האט געליטען פון אן אטאקע.
אזויפיל ווי זעקס און זיבעציג מיליאן פריוואטע אקוינטס, און זיבען מיליאן ביזנעס אקוינטס זענען געהעקט געווארן.

זיי זאגן אז נאר קאנטעקט אינפארמאציע איז געהעקט געווארן, נישט פעסווארדס און אקוינט נאמבערס.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

וואס פשט אז א חלק יא און א חלק נישט. גייט נישט אלעס פונעם סייט דורך די זעלבע ענקריפשען?

--

מזל טטוב צו דיין טויזענסטע תגובה
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

געלעגער האט געשריבן:וואס פשט אז א חלק יא און א חלק נישט. גייט נישט אלעס פונעם סייט דורך די זעלבע ענקריפשען?

עס מוז נישט ליגן אויפן זעלביגער סערווער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובה דורך נישט »

איך טאקע באקומען פון זיי א אימעיל אז זיי שיקן א נייע קארטל אלס א חשד אז סאיז געווארן געהעקט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

נישט האט געשריבן:איך טאקע באקומען פון זיי א אימעיל אז זיי שיקן א נייע קארטל אלס א חשד אז סאיז געווארן געהעקט

כ'גלויב נישט אז עס האט מיט דעם זינט זיי שרייען דא אז קארטל אינפארמאציע איז נישט ארויסגערינען.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »


א צווייטע גניבה אויף האום דיפא קוסטעמער אינפארמאציע איז פארגעקומען.

איינס איז געווען סעפטעמבער, ווי די קאמפאני האט געזאגט אז 56 מיליאן שטיקלעך אינפא איז געגנב'ט געווארן, אצינד זאגן זיי אז סעס איז געווען נאך א "בריטש" און נאך 53 מיליאון נעמען זענען אינדרויסן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובה דורך מאנ-יימער »

די יונייטעד סטעיטס פאוסטעל סערוויס קאמפיוטער סיסטעם איז געווארן געהעקט, די העקערס האבן ארויסדערווישט די אינפארמאציע פון 750,000 ארבעטער און 2.9 מיליאן קאסטומערס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פון די 750,000 האבן זיי ממש אלע אינפא, און די פאסט אפיס גייט טאקע געבן פאר זיי פרי מענעטערינג. אבער די אנדערע 2.9 איז עס בעיקר נאר נעמען, אימעיל אדרעסן וכדו', נישט עכפ פרייוואטע זאכען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

האט איינער אנגעמערקט אז די פאסט אפיס האט א ארבעטער פאר יעדע דריי אדער פיר קאסטומערס...

דאס איז נישט אינגאנצן אמת, ווייל זיי האבן נישט די נעמען און אדרעסן פון אלע וואס שיקן בריוולעך, נאר בעיקר פון קאמערציאלע קאסטומערס
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שנאפס האט געשריבן:האט איינער אנגעמערקט אז די פאסט אפיס האט א ארבעטער פאר יעדע דריי אדער פיר קאסטומערס...

דאס איז נישט אינגאנצן אמת, ווייל זיי האבן נישט די נעמען און אדרעסן פון אלע וואס שיקן בריוולעך, נאר בעיקר פון קאמערציאלע קאסטומערס

מען רעדט פון אלע פענסיונערן ארבייטער אויך. זיי האבן אזויפיל פענסיונערן, אזש דאס ברענגט זיי אונטער פאנאציעל, אבער ווער גייט טשעפענען מיט די שמייליגע יוניענס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובה דורך נישט »

יישר כוח!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אויסטערליש אינטערסאנט וואס ס'טוצעך נישט היינט מיט די העקעריי! שכח פאר די גאר אינטערסאנטע אפדעיטס.

ס'כאפט ממש א פחד! אנליין סטארעדזש וכדו' וועל איך שוין קיינמאל נישט נוצן לכאורה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

ענדע צדיק! האט געשריבן:אויסטערליש אינטערסאנט וואס ס'טוצעך נישט היינט מיט די העקעריי! שכח פאר די גאר אינטערסאנטע אפדעיטס.

ס'כאפט ממש א פחד! אנליין סטארעדזש וכדו' וועל איך שוין קיינמאל נישט נוצן לכאורה.


נישטא קיין סיבה נישט צו נוצן אנליין סטארעזש. העקערס קענען אריינהעקן לאקעל אויך... סייווי איז אסאך פון אייער אינפא שוין אנליין
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

מילכיגער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אויסטערליש אינטערסאנט וואס ס'טוצעך נישט היינט מיט די העקעריי! שכח פאר די גאר אינטערסאנטע אפדעיטס.
ס'כאפט ממש א פחד! אנליין סטארעדזש וכדו' וועל איך שוין קיינמאל נישט נוצן לכאורה.

נישטא קיין סיבה נישט צו נוצן אנליין סטארעזש. העקערס קענען אריינהעקן לאקעל אויך... סייווי איז אסאך פון אייער אינפא שוין אנליין

אויכעט אמת, און אחוץ דעם, מיינסט אז די העקערס זענען אינטערסירט אין דיינע נארישע זאכן, און וואס וועט געשען אויב זיי וועלן עס יא האבן? אויסער אויב דו ביסט א קאמפאני מיט געהיימע ביזנעס סודות.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נישט אז איך באהאלט מיליאנען אין די שוויצער בענק.. אבער די געפיל איז זייער נישט קיין געשמאק אז עס איז שוין נישטא קיין סעקיור מקום.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

מומחה עצום האט געשריבן:סאוני פיקטשערס (זיי מאכן פילמס)
א גרופע וואס רופן זיך די "גארדיענס אוו פיעס" האט אריינגעהעקט צו סאוני און גענומען פון דארט איבער 12 טערעבייט פון אינפארמאציע! זיי האבן עס געליעקט אנליין, און ווי עקספערטן זאגן איז כמעט נישטא קיין אינפארמאציע וואס זיי האבן נישט גענומען.

א גרויסע חשד איז אז די העקער זענען פון - אדער געדינגען דורך - דער נארט קאריע'ער רעזשים, און עס קומט אלץ נקמה צו א מאווי וואס דארף ארויסקומען אין די נאנטע צייט מיטן נאמען 'דער אינטערוויאו' וואו עס ווערט אויסגעשפילט בתוך הדברים אן אנטעטאט פלאן אויפן נארט קאריע הערשער קים דזשאנג און.

עס איז אנגעקומען אימעילס - פון איינער וועלכער זאגט צו זיין דער העקער - צו אסאך פון די ארבעטער דארט מיט סטראשענונגען אז זיי זאלן זיך דערווייטערן פון סאני, ווייל אויב נישט זענען זיי און זייער פאמיליע אין א סכנה. שפעטער איז געקומען א סטראשע פון א צווייטער וועלכער זאגט אז ער איז דער העקער און ווארענט אראפצונעמען דער אויבענדערמאנטער מאווי, אבער ער האט געזאגט אז די ערשטע אימעילס זענען נישט פון אים.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

טוט זיך לעבעדיגע מיט די סאני העקעריי. זיי האבן ארויס געגעבן פריוואטע אימעילס פון די סאני עקזעקעטיוו ווי זי מאכט חוזק פון אבאמא.

שארפטאן האט זיך אריין געלייגט אין די לענג און ברייט און ער גייט מעגליך רופן פאר איר רעזיגנאציע

ס'גייט אים גאר גוט לעצטענס.. מיט די אלע שיסערייען און יעצט מיט דעם, ער איז מורא'דיג פארנומען
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געלעגער האט געשריבן:טוט זיך לעבעדיגע מיט די סאני העקעריי. זיי האבן ארויס געגעבן פריוואטע אימעילס פון די סאני עקזעקעטיוו ווי זי מאכט חוזק פון אבאמא.

שארפטאן האט זיך אריין געלייגט אין די לענג און ברייט און ער גייט מעגליך רופן פאר איר רעזיגנאציע

ס'גייט אים גאר גוט לעצטענס.. מיט די אלע שיסערייען און יעצט מיט דעם, ער איז מורא'דיג פארנומען

ס'אביסל שרעקעדיג ,ווייל דאס מיינט אז אפי' אין פאבליק זינגט מען ווי שיין, אז מען האט אזוי ליב שי אפריקאנער אמעריקאנער, און באהאלטענערהייט שימפט מען און מען שעלט, וואס טוט זיך שוין מיט די שמועס אויף אידן......

צווייטענס, האליוואוד איז דאך מער ווייניגער אידן, און די כעס וועט נאר אויף אידן אויסגיין חלילה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:סאוני פיקטשערס (זיי מאכן פילמס)
א גרופע וואס רופן זיך די "גארדיענס אוו פיעס" האט אריינגעהעקט צו סאוני און גענומען פון דארט איבער 12 טערעבייט פון אינפארמאציע! זיי האבן עס געליעקט אנליין, און ווי עקספערטן זאגן איז כמעט נישטא קיין אינפארמאציע וואס זיי האבן נישט גענומען.

א גרויסע חשד איז אז די העקער זענען פון - אדער געדינגען דורך - דער נארט קאריע'ער רעזשים, און עס קומט אלץ נקמה צו א מאווי וואס דארף ארויסקומען אין די נאנטע צייט מיטן נאמען 'דער אינטערוויאו' וואו עס ווערט אויסגעשפילט בתוך הדברים אן אנטעטאט פלאן אויפן נארט קאריע הערשער קים דזשאנג און.

עס איז אנגעקומען אימעילס - פון איינער וועלכער זאגט צו זיין דער העקער - צו אסאך פון די ארבעטער דארט מיט סטראשענונגען אז זיי זאלן זיך דערווייטערן פון סאני, ווייל אויב נישט זענען זיי און זייער פאמיליע אין א סכנה. שפעטער איז געקומען א סטראשע פון א צווייטער וועלכער זאגט אז ער איז דער העקער און ווארענט אראפצונעמען דער אויבענדערמאנטער מאווי, אבער ער האט געזאגט אז די ערשטע אימעילס זענען נישט פון אים.

האבן זיי שוין געקענסעלט די פילם!
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

wow! נאכן זיך אזוי לאנג עקשן'ען
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

קנאפער ידען האט געשריבן:wow! נאכן זיך אזוי לאנג עקשן'ען

למעשה האט סאני יא ארויסגעגעבן דער מאווי, און ווי אסאך האבן רעאגירט "פרידאם אוו ספיטש איז געוואונען!", אבער די גרויסע מאווי טיאטערס טשעינס האבן מורא געהאט עס צו סקרינען צוליב די "9/11 סטייל טעראר אטאקעס" וואס דער העקער גרופע האט געסראשעט, עס איז אבער יא געוויזן געווארן אין קלענערע טיאטערס און אויכעט געווען עוועליבעל צו רענטען דורך יו-טוב.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

אום קראצמעך זענען די צוויי גרויסע געימינג קאמפאני'ס נעטווארקס געווען אראפ, סאני'ס פלעי-סטעישאן און מייקראסאפט'ס עקס-באקס, נאכן ווערן אטאקירט מיט א דיסטריביטעד-דענייעל-אוו-סערוויס אטאקע דורך א גרופע וואס רופט זיך די ליזערט סקוואד, א גרופע אן קיין עכטע ציל אחוץ פייניגן ווי מער מענטשן!

זיי האבן אויפגעגעבן דער דענייעל אוו סערוויס נאכן באקומען אן אפפער פון א באקאנטע אקטיוויסט און ביזנעסמאן וואס רופט זיך קים דאט-קאם, ער איז דער גרינדער פון מעגא-אפלויד און מעגא, וואס האט זיי געגעבן א ריזיגע סכום בחינם'דיגע סטארידזש לייפטיים אזוי לאנג ווי זיי שטייען אוועק פון די געימינג נעטווארקס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

נאכן זען אז עס גייט זיי גוט... האט דער גרופע דער ליזערט סקוואד געזאגט אז זיי האבן אינפילטערירט דער אנאנימער נעטווארק TOR, דורך'ן צולייגן אסאך אסאך ראוטערס, זאגענדיג אז זיי קאנטראלירן שוין האלב פון דער TOR נעטווארק ראוטערס, אבער צוליב דער סעקיורטי פיטשער אז נייע ראוטערס צוגעלייגט צום נעטווארק קענען נישט גלייך באקומען קאנטראל אויף אסאך טרעפיק האבן זיי נישט באוויזן צו באקומען אויף זייערע אלע ראוטערס צופיל טרעפיק.

דער טאר פראדזשעקט האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז זיי האבן קוים באוויזן אנצוקומען צו איין פערצענט פון דער טאר נעטווארק, און זענען בכלל נישט קיין געפאר, ווי אויכעט אז מען האט דעטעקטעד זייערע ראוטערס און עס שוין אראפגעווארפן פונעם סיסטעם.

מיט דעם אטאקע האט דער ליזערט סקוואד אריינגעביסן אין א הארטע עפל, צוענדיג צו זיך די שטרענגע בליקן פון דער באקאנטער אנאנעמעס העקער גרופע, וועמענס מיסיע איז בעיקר צו פראטעקטן פרידאם, און דער טאר נעטווארק איז דאך א גרויסע ביישטייערער צו פרידאם אוו ספיטש. אזוי ווייט אז אנאנעמעס האט זיך גענומען פאר א ציל זיי אפצושטעלן און אטאקירן, זיי האבן שוין אפילו אויפגעדעקט דער אינדענטעט פון איינער פון דער גרופע, ווי אויכעט געהעקט די אימעילס פון אנדערע.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פארשפארט

צוריק צו “טעכנאלאגיע”